לייק פנעם יאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3144
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

לייק פנעם יאר

שליחה דורך גאנצל »

אטע דאס האב איך געשריבען פאריאר

דורך גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 2:20 pm

אין א אויסערארדענטליכע שריט גייט דער שטילער גאנצל זיך אליין קרוינען צו נעמען דאס ווארט און אפגעבן די טיטל מאן פונעם יאר ביי אונז אין שטיבל

און איך מיין אז כולם פה אחד וועלן מודה זיין אז די ניק פונעם יאר תשע"ה קומט זיך פאר אונזער הויכגעשעצטער געטרייער ניק וואס האט הויך געברענגט אונזער שטיבל עכ"פ געהיטן אז ס'זאל נישט קליין (מל' קטני הדעת) ווערן.........


הרב @אדנירם מעיר אמשינובאתא

שיינע שרייבונגען מיט שיינע זמירות ריכטיגעשכלמאן (שכל הישר)

שש לאז מיר דיך עפעס זאגן אין אוער שטילערההיט קיינער זאל נישט הערן מיר האבן געפילט צווישן דיינע שורות אז ס'האט זיך אמאל אמאל אריינגעכאפט א מחשבה אויפצוגעבן דיין שווערע ארבעט(מיר האבן געפילט ווי דו פלאצט אמאל איך מיין נישט דו איך מיין דיין געדולד) אבער האסטוך געשטארקט מיר שעצן דאס


און צו אונזער גוטער מזל קענען מיר דאס נאכאמאל שרייבן נאר מיט איין שינו אל תקרי ניק פונעם יאר נאר 'לייק' פונעם יאר, ווייל ניק איז שוין גארנישט וואס ער איז דער שש (קודם בדרך צחות... איז לדאבונינו שש שוין נישט דער אקטיווער ניק אין אונזער שטיבל...) והשנית והיא העיקר והמחוורתא האט זיך שש געהויבן אין ראנג, געהויבן ? געפלויגן, און נישט געפלויגן נאר שש מאות מייל העכער און העכער ער איז היינט דער ארויסגעבער פון דעם אלעמען באקאנטן הערליגע בעסטע מאגאזין אינעם חסידישן מארקעט
בצדו : ער איז מיט דעם אנגעקומען צו זיין לאנג ערווארטעטע ציל און ס'איז אים געלונגען העכער אלע ערווארטונגען (אקעי העכער: ווייס איך נישט.. ווייל אפשר האט ער ערווארטעט מער לייקס ........)

על כל פנים אבער אין אונזער שטיבל איז ער פארט געבליבען דער לייק פונעם יאר קודם פשוטו כמשמעו ער איז א שטיק לייק קודם לעצמו א ליבליכער ניק -צו וועם ער לייקט פארשטייט זיך- (ער קען די אנדערע וועג אויך אבער אויך מיט טעם און שכל) ווארעם הארציגער ניק און אזוי איז ער אויך א שטיק לייק דורך יעדע ניק אזוי אויך איז ער מרבה לייקס מיטן טאג אויפשיין

דעריבער מיט די הסכמה פון אלע חכמים ונבונים און דעות מבינים פון אלע כותבין וחותמים און יודע ועד'ס טוען מיר מיט א הערצה וכבוד וברעדה אין די זעלבע צייט באקרוינען אונזער אלעמען באליבטער דערהויבענעם געשעצטער איינס און נאר חבר

@אדנירם דער וועקער
מיטן לייק פונעם יאר פאזיציע

יהי רצון שירבו הלייקס ויתמו השונאים ואת ומאגאזינך תהי' לראש עד עולם

א רמז לכבוד המאורע: אונזער שש האט מחדש געווען ווי זוי צו באקומען פיר לייקס פאר איין אשכול כמבואר אינעם אינטערוויו אז איר וועט רעכענען פיר מאל די ווארט לייק וועט דאס אויסקומען שש ........ חושבנא הדין כחושבנא הדין

א ווארט לכבוד שש: בעת ההכתרה שש ר"ת ש'תים ש'הן ארבע ווייל דער שש האט אין זיך ביידע מדריגות נותן ומקבל א עובד ונעבד נישט נאר וואס ער באווייזט צו שרייבן פון אלע נושאים אזוי גוט און באחנט און אייגנארטיג האט ער שוין באוויזן אז אונזערע סאמע בעסטע שרייבער מערסט אקטיוע געשעצטע ניקס פון אמאל און היינט האבן שוין געמאכט פתיחה אויף אן אשכול לכבודו (איך רעד נישט פון גאנצל מי אנכי.......) כגון @יואב אין שמייכל פארום והרבה כזה (וועל מיר שוין לאזן פאר שש זיין דער מלקט אויף דעם .......) אויך טאקע איינע פון די אינטערסאנטע חושים פון הרב שש צו מלקט זיין גלייך פאר יעדן ניק ווען עס פעילט זיך אויס פאר אים און נאך מיט די לינקס גלייך אהין און ער איז א שנעלער מלקט

נאך א רמז און ווארט לכבוד שש

שש האט געמאכט פון אונזער מקום א מקום קדו"ש, וואס הייסט ? ווייל ביז יעצט איז עס געווען ק'אווע ש'טיבל און יעצט מיטן צוגעקומענעם פרעסטיזשפולן מאגאזין הנקרא דער וועקער איז עס געווארן ק'אווע ש'טיבל ד'ער ו'ועקער

ואסיים בברכה בשם כלל ישראל יהי רצון שתעלה מעלה מעלה על במתי התורה והכתב והמכתב ובכל אשר תפנה תצליח בהצלחה רבה וכל טוב שנה טובה ומתוקה

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר