גירוש גואטאמאלא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

גירוש גואטאמאלא

שליחה דורך שמואל פרימו »

גירוש גואטאמאלא


איך קען נישט צופיל מאריך זיין יעצט, איך בין אינטערוועגנס און אויף די פאר עטליכע מינוט האב איך אינטערנעט אצינד. אויך בין איך ערשיטערט און שאקירט צו קענען שרייבן מיט רואיגקייט, אבער עפעס מוז געזאגט ווערן. עפעס מוז ארויסקומען צו די אידישע וועלט אין אמעריקע און אין ארץ-ישראל.

געוואלד און געשריגן, אין היינטיגע טעג, יארע צוויי-טויזנט-און-זעכצן, ווערן אידן בארבאריש פארטריבן פון גואטאמאלא. אידן איבער די וועלט שטייען און קוקן דאס צו, ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער רופט זיך נישט אן, און קיינער זאגט גארנישט. היימישע אידן, אייגענע בלוט און פלייש, אחים לדעה וואס מיר זענען אינאיינעם געשטאנען ביים בארג סיני און מקבל געווען די תורה, שטייען און רייבן זיך די הענט מיט הנאה, צוקוקנדיג ווי אזוי יונגע בחורים מיט קינדער, יונגע מיידלעך, מאמעס מיט בעיביס אין די הענט, וועלכע קוקן ארויס פון די פענסטער פון די פארשטיפטע באסעס און וואונדערן זיך וואס עס קומט דא פאר און פארוואס זיי פארן אוועק פון א טאג אויפן צווייטן...

זייענדיג אין דעם פאזיציע, רעד איך מיט מענטשן, איך הער זיי אויס און איך פראביר צו זיין דער ריקן ביין און זיי ארויסהעלפן מיט וואס נאר מעגליך. ממש פריער האט צו מיר א בחור'ל גערעדט און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ. דער בחור זאגט מיר אז דאס איז שוין דאס פערטע מאל אין זיין יונגן לעבן, וואס ער נעמט דעם וואנדער שטעקן אין האנט און וואנדערט מיט שאנדע. די צער פון די דאזיגע ברואים זענען גרויס, אידישע קינדער און ערליכע אידן דארפן אזאנס דורכגיין, און אידן ווייסן דערפון און פרעגן נישט וואס מען קען טון (נישט אלע - ברוך השם לא אלמן ישראל, ואינו כדאי לקטרג לפני יום הדין על עם ישראל קדושים).

איך פלאן נאך דא צו שרייבן א לענגערע ארטיקל. אבער איך האב נישט געקענט לאזן ליידיג. יעצט מוז איך גיין, איך געזעגן זיך פון אייך טייערע אידן, מיר וועלן זיך אי"ה צוריקזען אין פריידן און איך וועל שרייבן דא - האפנטליך אין פריידן.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר