די זריחה פון "מזרחי"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

די זריחה פון "מזרחי"

שליחה דורך בר-כוכבא »

קעגן דער שיטה פון סאטמאר, וואס זאגט זיך גענצליך אפ פון ארץ ישראל אזוי לאנג ווי דער קאנטראל און לאנדס-ווירטשאפט גייט צו אויף א "מענטשליכן" אופן, שטייט א זיגרייכער דער צוגאנג פון דער "מזרחי".

די "מזרחי"-באוועגונג איז געבוירן געווארן אין 1902. דאס איז געקומען ווי א רעאקציע צום באשלוס פון דעם ציוניסטישן קאנגרעס, אז דער חינוך אין ארץ ישראל זאל זיין א פריי-נאציאנאליסטישער. די פרומע ציוניסטן, וועמענס אידאלאגיע איז געווען אז ארץ ישראל, תורת ישראל און עם ישראל גייען אינאיינעם, און אויב באזייטיגט מען תורת ישראל פון דער פארמולא בלייבן מיר אן קיין כלל ישראל, האט אין קעגנזאץ אוועקגעשטעלט א נאציאנאליזם וואס שטראמט ארויס פון דת און תורה.

דער פאליטישער ציוניזם האט אין לויף פון לאנגע יארן פארנומען דעם אויבנאן און געפירט דעם סדר היום, פריער פון דער ציוניסטישער באוועגונג און שפעטער, נאך דעם וואס ארץ ישראל האט אין 1948 זיך אומגעקערט צום אידישן פאלק, אויך פון דעם לאנדס-ווירטשאפט. אבער גענוי ווי מיט'ן קנאות, אזוי אויך האט דער סעקולער-פאליטישער ציוניזם באנקראטירט. פון ביידן איז נאך פאראן א זכר, אבער ביידע ווייזן ערנסטע גסיסה-סימנים. ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז דער טיפישער ארץ-ישראל איד וועט זיין א פשוט'ער מענטש, מיט א שייכות צו ג-ט און יהדות, יעדער אויף זיין אופן, וועלכער וועט דערביי אויך זיין פארווארצלט אין דער ערד און אינעם מציאות און מצב פון דער וועלט.

די מזרחי ווי א באוועגונג עקזיסטירט שוין נישט. די סיבה ליגט אבער נישט אין אפגעלעבטקייט -- דוקא פארקערט. די אידאלאגיע וואס האט געוואלט זען א פרומען איד פארמישט אין אלע אקטיוויטעטן פונעם לאנד, האט מצליח געווען סך מער ווי די מזרחי-גרינדערס וואלטן זיך עס אויסגע'משל'ט. יעדער סעקטאר אינעם לאנד איז שיין אויסגעוועבט מיט געשטריקטע קאפלעך, און אין די העכסטע פענסטערס פון דער רעגירונג זענען פאראן אזעלכע צו וועמען מען דורכאויס שבת נישט אנקומען סיידן דורכ'ן זיך צוזעצן צו יענעם אין שול. יענעמס סעלפאן איז פארמאכט; דערפאר קענט איר אבער מיט יענעם כאפן א געשמאקן שמועס "בין גברא לגברא", צווישן איין עליה לתורה און דער צווייטער.

מזרחי האט זיך פארמאכט, ווייל פון א פארטיי וואס קעמפט פאר געוויסע רעכטן פון דער מינאריטעט, זיצן די וואס וואלטן געווען אנגעשלאסן אין דער באוועגונג זיך באקוועם ביז גאר אין אלע טיילן פון דער ישראל-געזעלשאפט. סעקולערער ציוניזם וועט גיין פייפן, ווייל א איד אן דער אידישער מסורה ארבעט נישט. אזוי ווייזט דאס מציאות. די פרייע אידן פאלן אין די מאסן צו די זייטן און אירע רייען ווערן אלץ מער שיטער. רוב קערט זיך צו טראדיציע, און א קליינער מיעוט ווערט ראדיקאל-לינק -- האלטן זיך פארנומען מיט דער "קריוודע" פון די אראבערס, און ווילן זען אן ארץ ישראל וואס איז א היימלאנד פאר זיינע בירגערס, אפגעזען פון זייער שטאם און איבערצייגונגען.

די קרייזן וואס פאלן אריין אינעם שם הכולל "אגודת ישראל" ריקן זיך אלץ מער צו רעכטס, הגם מען וואלט עס נישט דערקענט אינעם אפיציעלן ניגון פון דער עסטאבלישמענט. אבער וואס די אפיציעלע ארגאנען פון יענע קרייזן זאלן נאר זאגן, איז עס א סוד פאר גאנץ בראד אז דער עולם איז פיין נאציאנאליסטיש געשטימט. א פשוט'ער טעסט: פרעגט דעם דורכשניטליכן חרדי אין ארץ ישראל וויאזוי ער וואלט געשטימט, אויב וואלט עס געקומען דערצו אז די רעגירונג זאל לאזן דורכפירן אן עפנטליכן אויספרעג וועגן יא אדער נישט דערלאזן א פאלעסטינער לאנד אויף ארץ-ישראל באדן. מיר אלע ווייסן דעם ענטפער. מיר ווייסן אויך וויאזוי א שיינער פראצענט פון די קנאי'שע קרייזן וואלטן געענטפערט אויף דער זעלבער פראגע.

ציונות האט מצליח געווען; די מזרחי האט נאך מער מצליח געווען. די אגודה פאסט זיך ביסלעכווייז צו א נייעם מציאות, פון א לאנדס-ווירטשאפט וואס טוט אלץ מער, אין אלץ וואס מער סעקטארס פון דער געזעלשאפט, צו אקאמאדירן די געברויכן פון חרדישע אידן.

דאס ציונות האט געצילט פאר א אידיש היימלאנד אויפ'ן נוסח פון "ככל הגוים בית ישראל"; די "מזרחי" האט געוואלט אומקערן כלל ישראל צו זיין נאטירליכן מקום און מקור. דאס סעקולערע ציונות האט מצליח געווען מיט'ן ערשטן העלפט און ווירקליך אומגעקערט אידן צום אידישן לאנד, אבער די "מזרחי" האט איבערגענומען דאס רעדל פון דא און ווייטער. אלע סימנים ווייזן אז מזרחי וועט דערפירן ארץ ישראל צו איר ציל שנעלער ווי ציונות איז דערגאנגען צו זיינס.

און ווייט אוועק, ערגעץ וואו אין א פארווארפענעם העק, צאפלט א צעמישטע קנאות-אידאלאגיע, וואס ווייסט נישט וואס זי וויל און פארשטייט נישט וואספארא ראלע איז איר געבליבן צו שפילן אין שייכות מיט א לאנד און געזעלשאפט וואס שטיצט תורה און אידישקייט, קערט זיך אלץ נאענטער צו יהדות און מסורה, און פארקערפערט מיט זיך דעם אידישן ארכי-טיפ: שטאלץ מיט זיין אידענטיטעט, איזולירט און אליין אין א פיינטליכער וועלט, אבער גיט זיך גלייכצייטיג שיין אן עצה מיט אלע זיינע געברויכן.

דער געדאנק פון "גלות" וועט פריער צי שפעטער קומען צו א סוף. ס'איז דאס ערשטע מאל זינט מיר זענען פון ארץ ישראל פארטריבן געווארן ווען די גלות-אידישקייט, אויפגעשטעלט נישט דורך אומשטענדן נאר דורך מענטשן מיט אן אגענדע, איז פאלש און סינטעטיש, האט כמעט נישט קיין פירוש און פשט און צעטרענצלט זיך פאר די אויגן.

דער סוף וועט זיין אז די ווייניג וואס מיינען דאס קנאות מיט אן אמת וועלן צוליב דער זעלבער סיבה אראפלייגן דאס געווער און מקבל זיין די גזירת הגאולה פונקט ווי פריער די גזירת הגלות. די איבערגעבליבענע, וואס האבן מיט ארץ ישראל אזוי סך ווי מיט דעם כלל-ישראל קערפער בכלל, וועלן זיין אנגעוויזן אין דער הבטחה פונעם נביא וואס פארזיכערט אז קיין איד וועט נישט פארלוירן גיין: "לבלתי ידח ממנו נדח."
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר