אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך החוקר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:45 pm

איך גלייך זייער טעכנאלאגיע, נאטורליך טו איך נאכפאלגען קאמפאניס און נייעס ארון דעם, די לעצטע פאר יאר האב מיר אנגעהויבן עגבערן וואס איז די חשבון פון די אלע אין סיליקאן וועלי.

דהיינו...צום ביישפיל, אז די גייסט צוריק צו די בראשית יארן פון עפל האבן זיי זיך געגרינדעט מיטן פאבריצירן א PC פון די סאפטווער ביז די הארדווער אלעס אינטער זייער קאנטראל. גוגל האט אנגעהויבן מיט עדס, מייקראסאפט מיט סאפטווער, עמעזאן האט אנגעהויבן מיט ריטעיל, פעיסבוק מיט סאשעל מידיע וכו'
שנעל פאראויס צו היינט, און עפל האט שוין פראבירט סאשעל מידיע, זיי טוען אינוועסטען אין סעמי קאנדאקטערס, אודיאו, נעוויגעישען, קלאוד, עס איז דא ערענסטע אנדייטונגען אז זיי פלאנען עט סאם פוינט אריינצוגיין אין קארס, זיי האבן אריגינאל קאנטענט (טיווי שויס וכדו').
מייקראסאפט מאכט שוין אליינס הארדווער, זיי האבן שוין פראבירט סמארטפאונס, זיי האבן בערך 200 קאמפאניס אמת טאקע רוב זענען סאפטווער אבער וואס איז מיט די וואס נישט, און אפילו די וואס יא, וואס עפעס, וועט דען יעדע פרעימינג קאמפאני מאכן פלאמבינג, עלעקטריק, פעינטינג, טרימינג און קאנקריט ווייל אלעס האט צוטון מיט קאנסטראקשן. וועט יעדע קאר סערוויס טון באס רוטס און טשארטערד עירליין און רענטעלס ווייל עס איז טרעוועל. וועט יעדע עסן קאמפאני מאכן נאש, פלייש, גרינצייג און האבן א רעסטוראנט ווייל אלעס איז עסן?
עמעזאן מאכט שוין היינט סמארטפאונס, טעבלעטס און אי-רידערס. זיי מעניופעקטשורען אפיס בענקלעך, ווייערס, בעיבי ווייפס, הענגערס און עסצייג. זיי האבן AWS וואס האט אויבן אויף גארנישט מיט זייער ביזנעס מאדעל, אריגינאל קאנטענט, קלאוד סטארעדזש, זיי זוכן צו טון דעליווערי א שטייגער ווי יו. פי. עס. ועוד ועוד.
אחרון אחרון חביב קומט גוגל וואס טוט אריינשטעקן די נאז ווי אימער עס דערשמעקט נאר אז עס קען, פון סמארטפאונס צו ראבאטס, Chrome OS צו ברילן, אן דעמענד קאנטענט צו קארס, שאפינג צו פייבער און אלעס אינדערמיט ער איז אלל אווער די פלעיס, גוגל קאמפיט מיט כמעט יעדן פון קאמקעסט צו עפל, מייקראסאפט צו נעטפליקס, האניוועל צו עמעזאן און וואס נישט.
און עס איז דא נאך נאר איך גיי פשוט נישט באשרייבן יעדן איינעם די זענען נאר די גרויסע. צו וואס פרעג איך דאס? עס וואונדערט מיר פשוט אויב נאך איינער האט שוין אריינגעטראכט אין דעם, און וואס די חברים אויף ק"ש האלטן.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 905
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:33 pm

עס האט מן הסתם מיט דעם אז מען פראבירט היינט האבן אלעס אין איינעם א קעמערע איז אויך א פאון און א וועקער זייגער, א גראסערי איז אויך א הארדווער סטאר, אזינגער איז אויך א דעה זאגער וכדו׳ אבער מצד שני הערט מען אויך פארקערטע נייעס פון קאמפעניס ווי hp וואס געבן אויף און פארקויפן געוויסע חלקים וואס האט נישט דירעקט שייכות מיט די קאמפעני,

מי יתן אז די וועלט זאל ווערן אזוי פארגעשריטן אז א רב זאל איינוועגס אויך זיין א ת״ח און ערליכער איד...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4893 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:51 pm

נישט די קאמפעניס האבן זיך געטוישט נאר די ספיד פין דער מארקעט האט זיך געטוישט און די קאמפעניס שטעלן זיך צי דערצי
די ספיד היינט איז אזוי שנעל אז א יעדער גרויסע קאמפעני האט מורא אז אויב בלייבט ער שטיין וועט ער און-נא-טיים זיין אירעלעווענט.

מייקראסאפט האט געאהנט דער דעסק-טאפ איז געקימען גאלעל און געסטראשעט איר עצם עקזיסטענץ מיט זאגן אז דער דעסק-טאפ וועט זיין אבסעליט און וואלקען-קאמפיאטינג וועט אלעס איבערנעמן
די קאמפעניס האבן נישט קיין בריירה און מיזען דיווערסעפייען זייער פארטפאליאס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2688
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1191 מאל

הודעהדורך החוקר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:11 pm

איך שטים נישט צו, ווייל אויב איז עס נאר בהכרח דאן אנשטאט אליין מאכן טיווי שוי'ס וואלט עמעזאן געדארפט מאכן א דיעל מיט נעטפליקס, אנשטאט אליין פראדוצירן פייבער וואלט גוגל געקענט אינוועסטירן אין אפטימום, און עפל האט געזאלט בלייבן מיט גוגל מעפס, מייקראסאפט וואלט זיך געדארפט ארויס לאזן פון פאונס און אנדערע זאכן און אינוועסטירן מער אין אפיס און ווינדויס, אפשר אזוי וואלטן זיי נישט רעליסט וויסטא און 8 און אפשר וואלט שוין 10 דא געווען אפאר יאר פריער.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 905
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 690 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 11:25 pm

די מציאות פון די לעצטיגע יארן ווייזט אז פיהל קאמפעני'ס זענען ארויפגעקומען און אראפגעגאנגען גאר שנעל (דוגמא, Kodak vs Facebook). פשט אז מ'ברויך האלטן א שטארקע אויג אויף די אומפאראויסגעזאגטע, אדער קען דיין קאמפעני אונטערגיין דורך א נייערע בעסערן מאדעל וואס וועט אים לייגן אין שאטן. אלס רעזולטאט פרובירט יעדער צו מאכן אייגענע דראונס, דרייווערלאזע קארס, סמארטפאונס, vr, און אלע סאושעל מידיע פלעטפארמס וכו' ווייל אפשר איז דא די עתיד פון געלט.

--------
כ'זעה אז הקטן זאגט די זעלבע, וברוך שכיוונתי.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1958
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2827 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:08 pm

החוקר האט געשריבן:דהיינו... צום ביישפיל, אז דו גייסט צוריק צו די בראשית יארן פון עפל האבן זיי זיך געגרינדעט מיטן פאבריצירן א PC פון די סאפטווער ביז די הארדווער אלעס אינטער זייער קאנטראל. גוגל האט אנגעהויבן מיט עדס, מייקראסאפט מיט סאפטווער, עמעזאן האט אנגעהויבן מיט ריטעיל, פעיסבוק מיט סאשעל מידיע וכו'
שנעל פאראויס צו היינט, און עפל האט שוין פראבירט סאשעל מידיע, זיי טוען אינוועסטען אין סעמי קאנדאקטערס, אודיאו, נעוויגעישען, קלאוד

אודיא נעוויגעשיאן און קלאוד דארפן זיי צי האבן א בעסערע איי פאון, וואס איז דיין קשיא אויף סעמי קאנדאקטארס? זיי דארפן עס פאר די פאון אנשטאט גיין צי Qualcomm אדער mediatek און בכלל סתם צו וויסן ווען מ'נוצט א טשיפ פון א קאמפעני קען מען נישט דיזיינען די פאון פונטקליך וויאזוי מען וויל.. סא???


עס איז דא ערנסטע אנדייטונגען אז זיי פלאנען עט סאם פוינט אריינצוגיין אין קארס, זיי האבן אריגינאל קאנטענט (טיווי שויס וכדו').

יא ווייל זיי געבן ארויס פאון'ס האבן זיי שוין א פלאפארמע וויאזוי מענטשן זאלן עס זען


מייקראסאפט מאכט שוין אליינס הארדווער, זיי האבן שוין פראבירט סמארטפאונס

יא ווייל זיי האבן שוין די סאפטווער און די נאמען. (וואס האט זיך טאקע נישט אויסגעארבעט)


זיי האבן בערך 200 קאמפאניס, אמת טאקע רוב זענען סאפטווער אבער וואס איז מיט די וואס נישט, און אפילו די וואס יא, וואס עפעס, וועט דען יעדע פרעימינג קאמפאני מאכן פלאמבינג, עלעקטריק, פעינטינג, טרימינג און קאנקריט ווייל אלעס האט צוטון מיט קאנסטראקשן.? וועט יעדע קאר סערוויס טון באס רוטס און טשארטערד עירליין און רענטעלס ווייל עס איז טרעוועל.? וועט יעדע עסן קאמפאני מאכן נאש, פלייש, גרינצייג און האבן א רעסטוראנט ווייל אלעס איז עסן?

עמעזאן מאכט שוין היינט סמארטפאונס, טעבלעטס און אי-רידערס. זיי מעניופעקטשורען אפיס בענקלעך, ווייערס, בעיבי ווייפס, הענגערס און עסצייג. זיי האבן AWS וואס האט אויבן אויף גארנישט מיט זייער ביזנעס מאדעל, אריגינאל קאנטענט, קלאוד סטארעדזש, זיי זוכן צו טון דעליווערי א שטייגער ווי יו. פי. עס. ועוד ועוד.

עמעזאן איז אן אינטערעסאנטע ביישפיל אבער נישט קיין קשיא, דער בעזאס וויל בייסיגערהייט איבערנעמען די וועלט. שיפינג איז פארשטענדליך, ער דארף שיקן זיינע פעקלעך שנעלער. און לאמיר פארלאזן אפאר טרערן אויף זיין פאון וואס האט זיך אויסגעלאזט צי זיין א מעסטער דורכפאל... והא ראיה רוב חברי השטיבל וויסן ניטאמאל אז עמעזאן האט אפילו ארויסגעגעבן א פאון....


אחרון אחרון חביב קומט גוגל וואס טוט אריינשטעקן די נאז ווי אימער עס דערשמעקט נאר אז עס קען, פון סמארטפאונס צו ראבאטס, Chrome OS צו ברילן, אן דעמענד קאנטענט צו קארס, שאפינג צו פייבער און אלעס אינדערמיט ער איז אלל אווער די פלעיס, גוגל קאמפיט מיט כמעט יעדן פון קאמקעסט צו עפל, מייקראסאפט צו נעטפליקס, האניוועל צו עמעזאן און וואס נישט.

יא ווייל די אלע זאכן זענען טעכנאלאגיע און מ'דארף האבן א טיעם עס צו ריסירטשן...


און עס איז דא נאך, נאר איך גיי פשוט נישט באשרייבן יעדן איינעם, די זענען נאר די גרויסע.
צו וואס פרעג איך דאס? עס וואונדערט מיר פשוט אויב נאך איינער האט שוין אריינגעטראכט אין דעם, און וואס די חברים אויף ק"ש האלטן.

זייער א שוואכע קשיא אין מיינע אויגן
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:26 pm

טרויבן88: נאר איין כלליות'דיגע באמערקונג וויל איך דא מאכן איבער דיין באמערקונג וואו דו פרעגסט (רעטאריש) צו ווייל א קאר סערוויס שטעלט צו טרענספארטעישן מוזן זיי אויך צו שטעללן באסעס און עראפלאן רייזעס...?!
אויף דעם איז דא א פשוט'ע שטיקל היסטאריע. די וואנדערבילט'ס זענען כידוע געווען די באראנען פון די רעילראודס. זיי האבן כמעט אויסשליסליך געבויעט און פארפיגט איבער די באנען סיסטעם אין אמעריקע. פארוואס זענען זיי אזוי שטארק אראפגעפאללן און מ'הערט מער נישט פון זיי...?! איז די תירוץ פון רוב עקאנאמישע עקספערטן. ווייל זיי האבן נישט איינגעזעהן אז זיי זענען אין די טראנספארטאציע ביזנעס. און האבן זיך נישט אריינגעלאזט אין עראפלאן טראנספארט. זיי האבן עס נישט מחשיב געווען אז ס'האט א צוקונפט און מ'קען מאכן ביזנעס מיט דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14094
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9201 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך טרויבן88 » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:48 am

berlbalaguleh האט געשריבן:טרויבן88: נאר איין כלליות'דיגע באמערקונג וויל איך דא מאכן איבער דיין באמערקונג וואו דו פרעגסט (רעטאריש) צו ווייל א קאר סערוויס שטעלט צו טרענספארטעישן מוזן זיי אויך צו שטעללן באסעס און עראפלאן רייזעס...?!
אויף דעם איז דא א פשוט'ע שטיקל היסטאריע. די וואנדערבילט'ס זענען כידוע געווען די באראנען פון די רעילראודס. זיי האבן כמעט אויסשליסליך געבויעט און פארפיגט איבער די באנען סיסטעם אין אמעריקע. פארוואס זענען זיי אזוי שטארק אראפגעפאללן און מ'הערט מער נישט פון זיי...?! איז די תירוץ פון רוב עקאנאמישע עקספערטן. ווייל זיי האבן נישט איינגעזעהן אז זיי זענען אין די טראנספארטאציע ביזנעס. און האבן זיך נישט אריינגעלאזט אין עראפלאן טראנספארט. זיי האבן עס נישט מחשיב געווען אז ס'האט א צוקונפט און מ'קען מאכן ביזנעס מיט דעם...!

ריכטיג, אבער נישט פאראויס זען די פיוטשור און נישט אויסשפרייטן די נכסים איז אזאך וואס יעדע קאמפעניס דארף טון, און אדרבא דאס איז אויך אן ענטפער צי @החוקר א יעדע קאמפעני האט אינוועסטירער און מען דארף זיי צישטעלן געלט 100% פון די צייט ממילא שפרייט מען זיך צי אסאך סארטן ביזנעסער דערפאר און פאל וואס איין סארט וועט נישט מאכן קיין געלט וועט די אנדערע אריינשארן.
וק"ל וזה נכון
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:44 am

כאטש אפילו מען האט דא ארויסגעברענגט געוויסע ריכטיגע נקודות, מיין איך אבער אז מען האט פארפעלט די עיקר נקודה - פארוואס די קאמפאניס טוען דאס. די ווערד פון א קאמפאני איז דאך נישט די 'אמת'ע' ווערד נאר די 'שפעקולירטע' ווערד. ווען עס ווערט געמאלדן אז גוגעל איז ווערט פינף הונדערט ביליאן דאלער מיינט עס נישט אז בעצם איז די קאמפאני ווערד אזויפיל נאר אז די סטאקס איז ווערד אזויפיל.

ווען איר מאכט אויף א קאמפאני וואס פראדוצירט חפצים צום פארקויפן און נאך אפאר יאר ווילט איר וויסן וויפיל אייער קאמפאני איז ווערד איז דא עטליכע וועגן צו שאצן. מען קען רעכענען וויפיל די אינווענטארי און עסעטס זענען ווערד, מען קען רעכענען די עקספעקטעד אינקאם פון די נעקסטע פאר יאר, מען קען רעכענען די ווערד פון די אינטעלעקטואל פראפערטי וכדומה. ווען א קאמפאני גייט פאבליק רעכנט מען נישט אזוי די ווערד פון א קאמפאני (טראץ דעם וואס די אלע זאכן זענען אומדירעקטע פאקטארן) נאר מען רעכנט די ווערד פון די סטאקס.

אויב א קאמפאני איז געגאנגן פאבליק דורכן פארקויפן א מיליאן סטאקס פאר צען דאלער פער סטאק וועט די מארקעט (די כלל הקויפערס והפארקויפערס) מחליט זיין אויב דער סטאק איז עקספעקטעד צו שטייגען אדער פאלן. אויב איז די קאנצענזוס אז די סטאק וועט שטייגן וועלן די סטאק האלדערס פרובירן צו האלטן זייערע סטאקס און די וואס ווילן עס קויפן וועלן מוזן אפפערן העכערע פרייזן פאר די סטאקס - וואס וועט הייבן די ווערד פון די סטאקס און די קאמפאני, מאכנדיג עס א self fulfilling prophecy. אויב אבער וועלן די סטאק האלדערס שפעקולירן אז די סטאקס גייען פאלן אין די צוקונפט, וועלן זיי זיי פרובירן צו פארקויפן זייערע סטאקס און היות עס וועלן זיין ווייניג קונים פאר א סטאק וואס מען שפעקולירט אז עס גייט פאלן, וועלן זיי מוזן פארקויפן די סטאקס פאר ווייניגער ווי צען דאלער, וואס וועט נידערן די ווערד פון די סטאק און פון די קאמפאני.

גוגעל, כדי צו האלטן זייער קאמפאני פראפעטיבל און אז עס זאל נישט אונטערגיין מוזן זיי טון צוויי זאכן. איינס, זיי מוזן מאכן גוטע פראדוקטן און פירן די קאמפאני פינאנסן ווי עס דארף צו זיין. צווייטענס, זיי מוזן קאנטראלן די שפעקולאציעס פון די מארקעט אז עס זאל כסדר זיין גוטע ערווארטונגען וואס וועלן דרייווען די ווערד פון די סטאקס און די קאמפאני אויף ארויף. צו פירן גוט א קאמפאני אז עס זאל זיין סטאביל און פראפעטיבל איז גאנץ פשוט, מען לייגט אריין כוחות אויפצוקומען מיט גוטע פראדוקטען און איידיעס, מען מאכט זיכער אז מען איז נישט אינטערשטעליג אין טעכנעלאגיע, מען האט א גוטע סירוועסינג דעפארטמענט און מען האלט אן אויג אויף די פינאנצן צו מאכן זיכער אז די הכנסות איז מער ווי די הוצאות. נאטירליך איז איין יאר בעסער און איין יאר שוואכער אבער ווילאנג די מיאריטעט פון די צייט גייט עס גוט וועט די קאמפאני וואקסן.

ביי מארקעט שפעקולאציע ארבייט עס אבער נישט אזוי. דארט האנדלט מען נישט מיט שכל נאר מיט human emotions. דארט מוז מען אלעמאל נישט נאר זיין גוט נאר עס מוז אלעמאל זיין בעסער. אויב איז נישט בעסער ווי נעכטן וועלן מענטשן שפעקולירן אז די סטאקס וועלן אין די צוקונפט פאלן און די מעטשן וועלן unload'ן זייערע סטאקס, זייענדיג דערביי גורם אז די סטאקס זאלן טאקע פאלן. ממילא מוזן די קאמפאניס כסדר (ממש וואכענטליך, און זיכער א יעדע פערטל יאר ווען די קאמפאניס געבן ארויס זייער quarterly reports) אויפקומען פון די אונטער די ערד מיט נייע איידיעס וכדומה, טראץ דעם וואס בעצם איז עס נישט לטובה פאר די קאמפאני, סתם צו ברענגן עקסייטמענט און היסטעריע צו די מארקעטס.

איר דארפט אויך געדענקן אז די CEO's פון די אלע קאמפאניס און זייערע אינטערטאנען אין מענדזשמענט האבן אליין מיליאנען דאלארן אין סטאקס פאר דער קאמפאני. לדוגמא, אויב לערי פעידזש וועט נישט מודיע זיין היינט אז זיי גייען פראדוצירן א ספעיס שיפ נעקסטע יאר וועט גוגעלס סטאק פאלן מיט צען פראצענט, אויב אבער ער מאכט יא דער אנאונסמענט וועט די סטאקס פון די קאמפאני ארויפגיין מיט צען פראצענט. פאר די קאמפאני גוגעל מיינט עס א חילוק פון 100 ביליאן דאלער. פאר לערי אליינס מיינט עס א חילוק פון צוויי הונדערט מיליאן אין זיין פריוואטע באנק אקאונט (אויב ער וואלט למשל געהאט א ביליאן דאלער ווערד פון גוגעל סטאקס). איך מיין אז דאס פארענטפערט די מערסטע אקוראט די קשיא פון דער פותח האשכול.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2944
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6762 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:43 am

הוגה, נאדיר א ברוינס... :like
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:41 pm

טרויבן88: א שטיקל הוספה צו מיין פריערדיגן מאמר. אין די אלטע ארץ ישראל (פון די פריע 50'ער יארן.) און אין יוראפ בכלל איז דער מושג פון א פארמאסי/אפטייק געווען כמעט הייליג. דארט איז נישט געווען בנמצא גארנישט. ממש גארנישט, אויסער מעדיצינען. איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל און מ'האט געשמועסט ווי מאדנע די מנהגים פון אמעריקע זענען, אז מ'קען אריינגיין אין א פארמאסי און קויפן שיך בענדלעך. אדער עסן א סעודה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14094
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9201 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 9:43 pm

קוק אן בלעקבערי. זיי האבן נישט געטראכט אינדרויסן פונעם באקס. קוק וואו זיי זענען אנגעקומען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:01 pm

און די נאפט-לאמפ פאבריקאנטן, וועלכע האבן פארקויפט די טייערסטע קעראסין לעמפלעך מיט די בעסטע גלאז און זיידענע קנויטן וועלכע רייכערן נישט...! אוואו זענען זיי היינט...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14094
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9201 מאל

הודעהדורך סקרן » מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:41 pm

פארוואס ביי די וואוטס ארבעט עס נישט מיט א קאמפיוטער און גלייך ווען ס'פארמאכט זיך די פאולס קען מען גלייך האבן אן ענטפער
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 7:08 pm

סקרן האט געשריבן:פארוואס ביי די וואוטס ארבעט עס נישט מיט א קאמפיוטער און גלייך ווען ס'פארמאכט זיך די פאולס קען מען גלייך האבן אן ענטפער
גיי פארשטיי די משוגעים, יארן צירוק האט מיר עס געבאדערט, אבער ווען איך האב געזען מער אומפארשטענדליכע זאכן איז עס מיר פארענטפערט געווארן... ווען די טעקס מעסעדזש איבער די טעראר אטאקע אין מאנהעטן מיט די גארבעטש קענס איז געשטאנען "see tv for pic" האסטו שוין יא פארשטאנען? און פארוואס עס גייט קאסטן איבער הונדערט מיליאן דאלאר צי קענען ארויסשיקן מער אותיות פארשטייסטו שוין?

און פארוואס די העלט קעיר וועבזייטל האט געקאסט 1.7 ביליאן דאלאר פארשטייסטו יא?

און פארוואס די טוילעט אין א פארק אין בארא פארק האט געקאסט 2 מיליאן דאלאר און 7 יאר בויען שטימט שוין? און פארוואס צי בויען א נייע טוילעט קאסט 3 מיליאן דאלאר פארשטייסטו?

און פארוואס א נארישע גרויסע אראנדזשע barrel אויפן הייוועי קאסט 73 דאלאר גייט דיר שוין אין קאפ?

און פארוואס די קאסקיאסקא ברידזש איז פארגעשאצט פאר איבער 800 מיליאן דאלאר, וואס איז בערך א פערטל מייל, בשעת די "טאפפאן זי" איז דריי מייל אין האט געקאסט 3.7 ביליאן, (בכלל בין איך נישט זיכער עס דארף דארט זיין א ברידזש אבער...)

איך זאל ווייטער גיין?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך טרויבן88 אום מוצ"ש נאוועמבער 11, 2017 12:01 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 7:20 pm

דא האט עטס די ווידעא פון די טוילעט אין בארא פארק וואס האט געקאסט 2 מיליאן דאלאר, היללעריאס... YouTube
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 587 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 10:08 pm

כ'ווייס נישט ווי דאס צו פאוסטען, פרעג איך דא.
קען מיר איינער מסביר זיין זייט ווען ס'איז א מנהג אז א חתן טאנצט מצוה טאנץ א טאג פארן חתונה?
נעכטען איז דאס פארגעקומען אין בארא פארק בריש גלי, א חתן האט זיך געטראפן מיר זיין כלה אין זיך גענומען טאנצען מיט איהר ברבים ללא שום בושה!

און קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז אויסגעהאלטן, הן עפ"י חסידות ווי מ'איז מקפיד זיך אפילו נישט צו זעהן בלויז פאר 2 מינוט. הן עפ"י הלכה וואס דאכטזיך מיר אז מ'איז מקפיד זיך נישט צו טרעפן מחמת דם חימוד.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 10:27 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווי דאס צו פאוסטען, פרעג איך דא.
קען מיר איינער מסביר זיין זייט ווען ס'איז א מנהג אז א חתן טאנצט מצוה טאנץ א טאג פארן חתונה?
נעכטען איז דאס פארגעקומען אין בארא פארק בריש גלי, א חתן האט זיך געטראפן מיר זיין כלה אין זיך גענומען טאנצען מיט איהר ברבים ללא שום בושה!

און קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז אויסגעהאלטן, הן עפ"י חסידות ווי מ'איז מקפיד זיך אפילו נישט צו זעהן בלויז פאר 2 מינוט. הן עפ"י הלכה וואס דאכטזיך מיר אז מ'איז מקפיד זיך נישט צו טרעפן מחמת דם חימוד.

מנהג טשענראבול
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 968 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 10:43 pm

ממילא אויף די הלכה שאלה איז מנהג עוקר הלכה, אבער קיינמאל געהערט אז מנהג עוקר מנהג...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך סקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 11:50 pm

די חתן טרעפט נישט די כלה ער זעהט זי נישט
די מנהג קומט אז די חתן טאנצט נישט קיין מצוה טאנץ די נאכט פון די חתונה
ס'איז געווען גרויסע חילוקי דעות אין דעם די ישמח משה איז געווען להשמיד אנטקעגן און אין טשערנאביל איז געווען א תנאי אין די שידוך
ביים שידוך פונעם מילוואקער מיט'ן קדושת ציון'ס טאכטער איז כעווען א גרויסע מדובר אויף דעם
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך נעגעל וואסער » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 7:29 am

סקרן האט געשריבן:די חתן טרעפט נישט די כלה ער זעהט זי נישט


וואס הייסט? דער חתן איז בלינד?
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך איך אויך » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 7:43 am

דא א מעשה מיטן סאטמארן רבי זצ''ל און סקעווערע רבי זצ''ל ניין? עפעס אז ער האט געשלעפט א מלוה מלכה אגאנצע נאכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2666 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 11:12 am

ניין איהר האט אמאל געהערט פון אזא זאך נישט קוקן?
זי איז אינטער א מחיצה
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

Re: אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

הודעהדורך נעגעל וואסער » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 11:29 am

סקרן האט געשריבן:ניין איהר האט אמאל געהערט פון אזא זאך נישט קוקן?
זי איז אינטער א מחיצה

זייט מוחל, קוקט אויף די לינק וואס איך האב אנגעצייכענט אויבן. קוקט נישט אויס ווי א מחיצה צו מיר. די כלה שטייט דארט אין צענטער פון טויזענטער מענטשען, נישט קיין צודעק אויפן פנים, נישט קיין כלה קלייד. גארנישט.
בילד
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 763 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג נאוועמבער 10, 2017 11:47 am

טאקע אינטרעסאנט אין טשערנאביל זעהט נישט די חתן די כלה און זי איז אינטער א מחיצה אפשר גייט מען אין ויזניץ לשיטתם מען קוקט און מען זעהט כידוע
מען פארציילט אויפ'ן אהבת ישראל אז א געוויסע חסיד פלעגט קומען יעדן ר"ח צום רבי'ן מיט'ן ווייב מיט א קוויטל און די רבי האט איהר געקוקט אין פנים אריין
איין ר"ח איז נאר די ווייב געקומען און זיך פארענטפערט אז איהר מאן האט נישט געקענט קומען האט איהר די אהבת ישראל געפרעגט ווער ביזטו? ער האט געקוקט און נישט געזעהן
די אמרי חיים פלעגט זיך דרייען אין תל אביב ווינטער זומער גלייך מיט'ן קאפ אין די הייעך ווי ס'האבן זיך געדרייט נישט די מערסטע צניעותדיגע מענטשן ער האט געקוקט און נישט געזעהן
די ישועת משה (אדער ר' משהלע וויאזוי ער האט ביי אונז געהייסן) איז אמאל געווען אויף א באן און די באן האט זיך אפגעשטעלט ווייל ס'איז געווען א צווייטע באן קעגן איבער וואס האט געשטערט דאס פאהרן
קוקנדיג ארויס פון פענסטער האט מען באמערקט די פראבלעם וואס פאראורזאכט דאס ווארטן ר' משה'לע שטייענדיג ביים פענסטער
קוקענדיג האט געפרעגט פארוואס פאהרט מען נישט און דערביי נאכאלץ קוקנדיג אויפ'ן באן אנקייגן איבער וואס ביים פענסטער איז געשטאנען נישט די מערסטע צניעותדיגע מענטשן ער האט געקוקט און נישט געזעהן
אויף די היינטיגע ויזניצער רבי'ס איז דא צופיהל מעשיות פון קוקן און נישט זעהן
און די בחורים האלטן ווייטער אהן די מסורה מ'קוקט און מ'קוקט
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1080
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט