אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין...

שליחה דורך החוקר »

איך גלייך זייער טעכנאלאגיע, נאטורליך טו איך נאכפאלגען קאמפאניס און נייעס ארון דעם, די לעצטע פאר יאר האב מיר אנגעהויבן עגבערן וואס איז די חשבון פון די אלע אין סיליקאן וועלי.

דהיינו...צום ביישפיל, אז די גייסט צוריק צו די בראשית יארן פון עפל האבן זיי זיך געגרינדעט מיטן פאבריצירן א PC פון די סאפטווער ביז די הארדווער אלעס אינטער זייער קאנטראל. גוגל האט אנגעהויבן מיט עדס, מייקראסאפט מיט סאפטווער, עמעזאן האט אנגעהויבן מיט ריטעיל, פעיסבוק מיט סאשעל מידיע וכו'
שנעל פאראויס צו היינט, און עפל האט שוין פראבירט סאשעל מידיע, זיי טוען אינוועסטען אין סעמי קאנדאקטערס, אודיאו, נעוויגעישען, קלאוד, עס איז דא ערענסטע אנדייטונגען אז זיי פלאנען עט סאם פוינט אריינצוגיין אין קארס, זיי האבן אריגינאל קאנטענט (טיווי שויס וכדו').
מייקראסאפט מאכט שוין אליינס הארדווער, זיי האבן שוין פראבירט סמארטפאונס, זיי האבן בערך 200 קאמפאניס אמת טאקע רוב זענען סאפטווער אבער וואס איז מיט די וואס נישט, און אפילו די וואס יא, וואס עפעס, וועט דען יעדע פרעימינג קאמפאני מאכן פלאמבינג, עלעקטריק, פעינטינג, טרימינג און קאנקריט ווייל אלעס האט צוטון מיט קאנסטראקשן. וועט יעדע קאר סערוויס טון באס רוטס און טשארטערד עירליין און רענטעלס ווייל עס איז טרעוועל. וועט יעדע עסן קאמפאני מאכן נאש, פלייש, גרינצייג און האבן א רעסטוראנט ווייל אלעס איז עסן?
עמעזאן מאכט שוין היינט סמארטפאונס, טעבלעטס און אי-רידערס. זיי מעניופעקטשורען אפיס בענקלעך, ווייערס, בעיבי ווייפס, הענגערס און עסצייג. זיי האבן AWS וואס האט אויבן אויף גארנישט מיט זייער ביזנעס מאדעל, אריגינאל קאנטענט, קלאוד סטארעדזש, זיי זוכן צו טון דעליווערי א שטייגער ווי יו. פי. עס. ועוד ועוד.
אחרון אחרון חביב קומט גוגל וואס טוט אריינשטעקן די נאז ווי אימער עס דערשמעקט נאר אז עס קען, פון סמארטפאונס צו ראבאטס, Chrome OS צו ברילן, אן דעמענד קאנטענט צו קארס, שאפינג צו פייבער און אלעס אינדערמיט ער איז אלל אווער די פלעיס, גוגל קאמפיט מיט כמעט יעדן פון קאמקעסט צו עפל, מייקראסאפט צו נעטפליקס, האניוועל צו עמעזאן און וואס נישט.
און עס איז דא נאך נאר איך גיי פשוט נישט באשרייבן יעדן איינעם די זענען נאר די גרויסע. צו וואס פרעג איך דאס? עס וואונדערט מיר פשוט אויב נאך איינער האט שוין אריינגעטראכט אין דעם, און וואס די חברים אויף ק"ש האלטן.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר