אינגערמאן, וואו ליגט דיר דיין קאפ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אינגערמאן, וואו ליגט דיר דיין קאפ?

הודעהדורך הדד בן בדד » מאנטאג יולי 16, 2012 2:33 am

בס"ד
אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיין קאפ?

ר' דוד שטערן נעמט אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל ביים קאונטער אין ראקלענד קאושער, יעדן פרייטיג הערט מען ווי ער זאגט אן אלע קונים; זאגט "לכבוד שבת קודש" וועט איר צוריקבאצאלט ווערן דאפעלט,
ר' דוד פארציילט אונז א לעצטיגע פאסירונג וואס ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן; א פרוי (פון גאר א מאדערענע קרייז) פון מאריסטאון ניו דזשערסי, קומט יעדן פרייטיג קיין מאנסי איינקויפן לכבוד שבת, ר' דוד איז איר אלץ מעודד צו זאגן לכבוד שבת, אבער זי פלעגט זיך אונטער שמייכלען און גיין ווייטער, זיי פלעגן פירן א גוט-גייענדן פאבריק, און ב"ה געזען שיין הכנסה. די לעצטע שטיקל צייט, זייט די אקאנאמי האט געקראכט זענען די רווחים אלץ ווייניגער געווארן, און עס האט זיך אויך אנגעזען מיטן קומען איינקויפן דא אין געשעפט, זי פלעגט קומען בלויז איין מאל אין צוויי וואכן, דערנאך האט נאך ווייניגער, עס האט שוין געהאלטן ביי א מצב וואס זי איז בלויז געקומען איין מאל א חודש. די לעצטע מאל איז זי געקומען נישט וואוסענדיג פון וואו זיי וועלן האבן צו באצאלן. זי האט אדורכגעסווייפט די קרעדיט קארד, און ר' דוד ווי זיין געוואוינהייט האט איר געזאגט, 'זאגט לכבוד שבת' דעם מאל טאקע האט די פרוי עס אנגענומען מיט אן ערענסקייט און טאקע ארויסגעזאגט "לכבוד שבת קודש", די פאסט איז אנגעקומען, און מיטגעברענגט מיט זיך א געשוואלענעם קרעדיט קארד ביל, אבער אינעם זעלבן פאסט פעקל איז אויך געליגן א קליין ענוועלאופ מיט א גרויסן טשעק דערין. זיי האבן זיך גאר פארוואונדערט און נישט געוואוסט ווער האט זיי דא געשיקט דעם טשעק, נאכן מברר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז פון א ריבעי"ט וואס זיי האבן איינגעגעבן פאר מער ווי דריי יאר צוריק, זיי האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען פון דעם טשעק, און בכלל נישט אויסגעווארט אויף איר אנקום. דערציילט די פרוי, בזכות פון זאגן "לכבוד שבת קודש", די טשעק איז געווען דאפעלט ווי די לעצטע שבת'דיגע גראסערי ארדער, און מיט א שמיץ אריבער..


אט די אויבנדערמאנטע מעשה איז ערשינען אין דעם קול הציבור פון מאנסי פארגאנגענע וואך איינע פון די טעג. די מעשה איז גאר שיין, און האט מיך שטארק מעורר געווען. און נישט נאר מיך נאר נאך עטליכע אינגעלייט. פון ווי ווייס איך, ווייל פונקט יענעם טאג וואס דאס איז ארויסגעקומען האב איך געדאווענט אין איינעם פון די גרעסערע שוהלן אין מאנסי, און נאכן דאווענען איז געווען א תיקון אין בית המדרש און איך האב זיך אוועק געזעצט דארט און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער דעם מעשה.

רוב עולם האט גאר הנאה געהאט פון דעם און האב עס זייער שיין ארויסגעהויבן. איז אבער געווען ביי דעם שמועס איין אינגערמאן וועלכער האט געהאט גאר אן אנדערער מיינונג איבער די מעשה, און ער האט עס נישט באהאלטן, נאר פשוט מוחה געווען אויף די מעשה און גע'טענה'ט היתכן מען שרייבט אזא מעשה?

וואס איז דער פראבלעם פון די מעשה, קלער איך צו מיר, אבער דער אינגערמאן לאזט מיך נישט ווארטן צו לאנג, ער זאגט אליינס וואס אים באדערט: דער גראסערי ארבעטער שמועסט מיט די מאדערנע פרוי, ער ווערט שוין גוט מיר איר, מסתמא שמייכלט ער צו איר אויך, און זי רעדט זיך שוין אויס פאר אים, און אזא מעשה דרוקט מען נאך, און מען פארשפרייט עס אין די שוהלן? ממש געפערליך.

אויב איז דאס נישט גענוג, איז געווען דארט נאך א אינגערמאן וועלכער האט תיכף מיטגעהאלטן מיט יענעם און געזאגט: פונקט האב איך אזוי געטראכט ווי דיר, מען דארף אים פארהאלטן, איך גיי אים טאקע אנרופן פארהאלטן פארן דרוקן אזא מעשה.

איך זיץ דארט אין די זייט און איך טראכט ביי מיר רבונו של עולם, ווי האלטן מיר שוין היינט? און א מעשה איז מיר ארויפגעקומען אין זכרון. איך האב זיך דערמאנט א מעשה וועלכע איך האב אמאל געזעהן ברענגען. ומעשה שהיה כך היה.

הרה"ק ר' משה'לע זווהיל'ער, א זוהן פון הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער, האט אין זיינע אינגערע יארן נישט געוואלט ווערן א רבי, ער האט בעסער געוואלט בלייבן א שטילער עובד ה' אן דארפן טראגן די עול פון א עדה קדושה פון אידן. האט ר' משה'לע זיך געעפנט א געשעפט און האט עוסק געווען במשא ומתן באמונה. ער איז אליינס געשטאנען אין געשעפט און ערליך סערווירט זיינע קונים, און געדינט דעם אויבערשטן בקדושה ובטהרה, באהאלטן פון די אויגן פון מענטשן.

אבער פון איין מענטש האט ער זיך נישט געקענט אויסבאהאלטן. נישט אז יענער האט משיג געווען עומק גדולתו, אבער זיין עבודה האט יענער פארט געזעהן. און דאס איז געווען זיין שכן וועלכער האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט אים. דער שכן איז נישט געווען אבי ווער, ער איז געווען א איד א למדן, וועלכער איז געזעצן טאג און נאכט און עוסק געווען בלימוד התורה ובעבודת ה'.

און אט דער שכן האט געהערט ווי דער ר' משה'לע מאכט קידוש יעדן פרייטאג צו נאכטס מיט אזא התלהבות, מיט אזא אש קודש, מיט אזא פייערדיגן ברען, אז ער האט דאס פשוט נישט אויסגעהלאטן. ווי קומט דאס אז אזא פשוט'ער געשעפטס מאן זאל מאכן אזא ברענענדיגן קידוש, בעת איך קען אזאנס נישט באווייזן, אפילו נישט נאנט צו דעם?

יעדן שבת האט דער תלמיד חכם פרובירט צו מאכן קידוש מיט התלהבות, אבער ווען דער ר' משה'לע - וועלכער האט גארנישט געוואוסט וואס ביים שכן אין הארץ טוט זיך אפ - האט זיך געשטעלט מאכן קידוש אויף זיין געווענליכן שטייגער, איז ער אלעמאל איבערגעשטיגן דעם גרויסן תלמיד חכם פי כמה. און דער ת"ח האט עס נישט געקענט אראפשלינגען.

איין מאל האט דער ת"ח מחליט געווען אז ער גייט אריינלייגן גאר א גרויסע עבודה א גאנצע וואך און אזוי וועט ער קענען מאכן קידוש מיט מער ברען ווי ר' משה'לע. געזאגט און געטוהן, שוין זונטאג צופרי איז ער אויפגעשטאנען פרי פארטאגס און געגאנגען אין מקוה, מיט גאר גרויסע כוונות, געלערנט מיט חשק און התמדה, און געדאווענט מיט א ברען און התלהבות, ווייניג געגעסן א גאנצן טאג און זיך מייגע געווען אין די תורה הק' פון צופרי ביז ביינאכט, וכמעשה בזונטאג כך מעשהו במאנטאג, ובדינסטאג און אזוי א גאנצע וואך, א מורא'דיגע עבודה אריינגעלייגט, אלעס צו זיין גרייט אויף דעם גרויסן קומענדיגן שבת, ווען ער וועט מאכן קידוש מיט אזא התלהבות, אז אלעס וועט זיך האבן געלוינט.

פרייטאג מיטאג צייט איז דער ת"ח געגאנגען אין מקוה זיך מקדש ומטהר זיין לכבוד שבת קודש, און אויפן וועג צוריק פון מקוה איז ער אריבער דעם געשעפט פון ר' משה'לען. און אט וואס זעהט ער? א גוי'אישע פארפאלק, א גוי מיט א גויטע גייען אריין אין געשעפט צו ר' משה'לען. די גויעטע איז געווען אנגעטוהן... ווי א גויעטע פארשטייצעך, און ער קוקט נאך אריין פון דרויסן און זעהט ווי ר' משה'לע באדינט אזוי שיין די גוי'אישע פארפאלק, און זיין הארץ ווערט פול מיט פרייד. היינט נאכט בין איך שוין פארזיכערט. נאכן סערווירן אזוי א גוי מיט א גויטע ערב שבת, און איך האב דאך אריינגעלייגט אזא עבודה די וואך, היינט וועל איך שוין מאכן קידוש פיל בעסער פון אים.

ער גייט אהיים פריילאך און צופרידן און זאגט שיר השירים מיט א ברען, גרייט אן די לעכט און גייט אין שוהל אריין. נאכן דאווענען קומט ער אהיים, מאכט זיינע הכנות און שטעלט זיך קידוש מאכן, טאקע מיט א ברען און התלהבות ווי עס פאסט זיך נאך אזא עבודה פון א גאנצע וואך.

אבער... מה מאוד גדלה אכזבתו, ווי דיסעפוינטעד איז ער נעבעך געווארן ווען ר' משה'לע האט זיך אביסל שפעטער צוריק געקערט פון שוהל און זיך געשטעלט מאכן קידוש, מיט אזא אש קודש, אז ער איז איבערגעשטיגן דעם ת"ח עשר מעלות, דער איד האט נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוהן, וואס גייט דא פאר, איך האב דאך אליינס געזעהן היינט נאכמיטאג ווי דער ר' משה'לע האט פארברענגט דעם טאג, און איך ווייס דאך וויאזוי איך האב פארברענגט, נישט נאר דעם היינטיגן טאג נאר דעם גאנצן וואך. נו וואס גייט דא פאר? באמת?

אין זיין גרויסן פארלעגנהייט האט ער מחליט געווען אז ער קען דאס מער נישט אויסהאלטן, ער גייט אריבער צו ר' משה'לען און ער גייט אים אליינס פרעגן. ער גייט אים אראפלייגן דעם גאנצן דילעמא זיינעם און ער וועט ער פון אים אליינס הערן וויאזוי ער איז דאס מפרש.

ר' משה'לע קוקט אן דעם איד מיט זיינע ליכטיגע אויגן און רעדט נישט קיין סאך. ער זאגט דעם איד איין קורצען זאץ, און דאס פארענטפערט שוין אלעס: "ווען איך האב באדינט די גוי מיט די גויעטע, איז מיין קאפ געלעגן ביים קידוש, אבער ווען דו האסט געמאכט קידוש איז דיין קאפ געלעגן ביי די גוי מיט די גויעטע..."

שרעקליכע ברענעדיגע ווערטער.

אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיין קאפ? ווען ר' דוד שטערן האט גערעדט צו די פרוי פון מאריסטאון איז זיין קאפ געלעגן ביים שבת קודש, אבער ווען דו ליינסט וועגן דעם שבת קודש ליגט דיר דיין קאפ ביי די פרוי, און ביי איר קליידונג... און ביי...
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך נח געציל » מאנטאג יולי 16, 2012 9:51 am

געוואלדיג!
נח געציל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » מאנטאג יולי 16, 2012 10:35 am

הערליך
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך ברוין » מאנטאג יולי 16, 2012 10:37 am

אוי קען מען ניצן דעי מעשה אויף אסאך אידן
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:22 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל

הודעהדורך זר זהב » מאנטאג יולי 16, 2012 11:39 am

זייער שיין. איך האב דיר געלייקט.

זעהט אויס אז ס'דא א מיטל וועג און אסאך מאל זענען די שוואכערע גאר בעסער פון די פרומע... ווען איך האב געליינט דיין מעשה פונעם קול הציבור איז מיר בכלל נישט בייגעפאלן דאס וואס ס'בייגעפאלן פאר די "פרומע" אינגעלייט, אז ער רעדט צו א מאדערענע פרוי. -- און מיין קאפ ליגט גראדע יא היפש דארט... וואס איז טאקע פשט? די פרומע זענען אבסעסד מיט וואס זיי פייטן אזוי שטארק נעבעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

הודעהדורך ידען » מאנטאג יולי 16, 2012 12:01 pm

גוטע צוגלייך און זייער גוט אראפגעלייגט.

מע דארף עס אויך אריינשיקען צו די קול הציבור נאך פאר זיי לייגען א אנטשולדיגונג.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך zamel » מאנטאג יולי 16, 2012 12:55 pm

הדד פיין געשריבּן, עס קומט אסאך מאל צו וויינען ווען מען זעיט ווי די קעפּ פון מענטשן פארן.

בּד"ו די מעשה פון קידושׁ איז מוראדיג, און עס וועט מיר אסאך צוניץ קומען.

יישר כח
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך נפתלי » מאנטאג יולי 16, 2012 1:15 pm

הדד, איך ווייס נישט וואו יענעם'ס קאפ ליגט אים, אבער דיין קאפ ליגט אויפן גוטן פלאץ

גוטע צושטעל און ריכטיג ארויסגעברענגט דאס ריכטיגע פונקט
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » דינסטאג יולי 17, 2012 12:34 am

ידען, שיק געזינטערהייט.

אויב איז קול הציבור נאריש גענוג אריינצולייגן א אנטשולדיגונג, דעמאלס זאל ער גיין עסן שטרוי, און איך האלט נישט אז מיר דארפן זיך זארגן דערפאר.

נאר איך מיין מען וואלט עס אפשר געדארפט ארויספרינטן און לייגן אין די בתי מדרשים, אפשר וועלן די צוויי חברה (און אויך אנדערע וואס האבן אזוי געקלערט) עס זעהן און זיך כאפן ביים קאפ. (און אפשר נישט, נאר זיי וועלן האלטן אז איך בין גאר משוגע. איז אויך טו בעד. פאר זיי, נישט פאר מיר).
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך Shmilly » דינסטאג יולי 17, 2012 12:44 am

nice
Shmilly
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:45 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך משכיל » דינסטאג יולי 17, 2012 12:50 am

עס קומט ארויס א נייע מאשין וואס וועט קענען אראפ כאפען די מחשבות וואס דער מענטש טראכט, די פרומע וואס מען רעד דא פון זיי ווען מען וועט וועלען אויפשפילען זייערע מחשבות, וועט דער פילטער דאס נישט אדורכלאזען. אשפ"ג
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 223 מאל

הודעהדורך דעינעש » דינסטאג יולי 17, 2012 9:14 am

הדד בן בדד האט געשריבן:...שרעקליכע ברענעדיגע ווערטער...

שיינע ארבעט,

יישר כח.
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג יולי 17, 2012 4:29 pm

הדד, זייער שיין.
עס דערמאנט די היינטיגע משוגעת'ן פון בכלל נישט שרייבן קיין ערשטע נעמען פון פרויען. הפנים, די וועלכע האבן דאס איינגעפירט האבן קאטאסטראפאלע הרהורים ביים זען דעם ערשטן נאמען פון א פרוי...
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך בייס מיך » דינסטאג יולי 17, 2012 6:46 pm

בן בדד

די חברה וועלען טרעפען און יעדע זאך עפעס נעגעטיוו, איך ווייס א ביהמ"ד וואס די שווארץ קוקערס האבען געמאכט אז מען זאל מער נישט פארקויפען קיין בלומען ערש"ק, פארוואס?? ווייל עס איז א פרוי'אישע זאך!! עס ברענגט הירהורים (איך גלייב מיר רעדען פון די זעלבע ביהמ"ד)

רחמנא ליצלן!!!! ווי קראנק קענען מענטשן זיין!!! איך גלייב אז זיי זענען נישט געקומען צום מעמד הר סיני אויך נישט, עס איז דאך געווען דארט בלומען............!!!
אויב די האסט נישט וואס צו טון..... טו עס דא
באניצער אוואטאר
בייס מיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יולי 17, 2012 7:42 pm

פון וועלכע ביהמ"ד רעדסטו?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7581 מאל

הודעהדורך DotCom » דינסטאג יולי 17, 2012 8:23 pm

הדד בן בדד האט געשריבן:אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיין קאפ? ווען ר' דוד שטערן האט גערעדט צו די פרוי פון מאריסטאון איז זיין קאפ געלעגן ביים שבת קודש, אבער ווען דו ליינסט וועגן דעם שבת קודש ליגט דיר דיין קאפ ביי די פרוי, און ביי איר קליידונג... און ביי...


די חברה רופט מען די "חול המועד'ניקעס" ווייל די קאפ ליגט זיי בין הרגלים.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 731 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג יולי 17, 2012 8:26 pm

בייס מיך האט געשריבן:רחמנא ליצלן!!!! ווי קראנק קענען מענטשן זיין!!! איך גלייב אז זיי זענען נישט געקומען צום מעמד הר סיני אויך נישט, עס איז דאך געווען דארט בלומען............!!!

נאך ערגער, אין ביי מעמד הר סיני איז דען צווישען מענער און פרויען א מחיצה יא געוועהן??....
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 9:54 pm

בייס מיך האט געשריבן:בן בדד

די חברה וועלען טרעפען און יעדע זאך עפעס נעגעטיוו, איך ווייס א ביהמ"ד וואס די שווארץ קוקערס האבען געמאכט אז מען זאל מער נישט פארקויפען קיין בלומען ערש"ק, פארוואס?? ווייל עס איז א פרוי'אישע זאך!! עס ברענגט הירהורים (איך גלייב מיר רעדען פון די זעלבע ביהמ"ד)

רחמנא ליצלן!!!! ווי קראנק קענען מענטשן זיין!!! איך גלייב אז זיי זענען נישט געקומען צום מעמד הר סיני אויך נישט, עס איז דאך געווען דארט בלומען............!!!


יא יא העט עס ווען געווען עפעס שיינע בלומען וואלט איך אפשר נאך פארשטאנען זייער וויטאג אבער פאר די מיעוסע וואס ווערט פארקויפט אין די בתי מדרשים זענן זיי געהעריג מקיים דעם פסוק פון והיתם
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יולי 17, 2012 10:08 pm

און גלייך נאך קבלת התורה, די סאמע העכסטע מצב פון דאס אידיש פאלק, רופט מען אויס הויעך אויפן מייק "שובו לכם לאהליכם"! איך מיין וואס גייט פאר מיט דיר? זאג כאטש שטיל, פון אלע תרי"ג מצוות וואס מ'האט יעצט מקבל געווען האסטו נישט געטראפן עפעס בעסערס וואס מ'זאל טוהן גלייך נאכן ווערן א איד ווי קיום מצות עונה?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7581 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » מיטוואך יולי 18, 2012 2:06 am

באקומען אין אישי:

נאכן אריינשיקן א קאפי פונעם אשכול צו קול הציבור האט ער מיר געבעטן צו שרייבן די פאלגענדע:
כידוע לי האט קול הציבור א פאליסי אז זיי פארענטפערן זיך נישט, אפי' אויף ערגער'ס


ייש''כ
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » מיטוואך יולי 18, 2012 6:04 am

געפילטע פיש האט געשריבן:און גלייך נאך קבלת התורה, די סאמע העכסטע מצב פון דאס אידיש פאלק, רופט מען אויס הויעך אויפן מייק "שובו לכם לאהליכם"! איך מיין וואס גייט פאר מיט דיר? זאג כאטש שטיל, פון אלע תרי"ג מצוות וואס מ'האט יעצט מקבל געווען האסטו נישט געטראפן עפעס בעסערס וואס מ'זאל טוהן גלייך נאכן ווערן א איד ווי קיום מצות עונה?


ס'געוועהן נאך דריי טעג פון פרישות
המשך הדברים קען נישט ווערען אויסגעשריבען דא, וד"ל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1804 מאל

הודעהדורך קרעקער » מיטוואך יולי 18, 2012 8:28 am

איך ווייס א ביהמ"ד וואס די שווארץ קוקערס האבען געמאכט אז מען זאל מער נישט פארקויפען קיין בלומען ערש"ק, פארוואס?? ווייל עס איז א פרוי'אישע זאך!!

דעמאנסט מיך פין דעם ... ואס האט ארויגעוארפען פין ישיבה סענטץ סטריט די ספרים נידה ביהודה און זרע קודש אגרה דכלה
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך בייס מיך » מיטוואך יולי 18, 2012 11:29 am

די זענען די זעלבע וואס לויפען ארום צו די סטאר'ס צידעקען די אומריינע בילדער אויף די סווימינג פאאל אין פעמפער באקסעס אז למען השם די שווארצע 3 יעריג מיידעל זאל נישט גורם זיין קיין מחשבות זרות......

די שוואנץ מיט הויזען! ווי אזוי ווייסטו וואס צוצודעקען?? זיי נישט אזוי ביזי מיט יענעם רחניות, לאמיר זען עס גייט דיר אזוי אין לעבען אויב איינער האט יעצט פארלוירען זיין דזאב אין האט נישט קיין ברויט און שטוב!!

נאוואדען?? קומען מיר צוריק צום קעפעל "אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיר דיין קאפ?"
אויב די האסט נישט וואס צו טון..... טו עס דא
באניצער אוואטאר
בייס מיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:30 am

העי וואו ביזטע?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4210 מאל

הודעהדורך בייס מיך » מיטוואך יולי 18, 2012 11:39 am

זר זהב האט געשריבן:העי וואו ביזטע?


מיט "העי" מיינסטו מיר?
אויב די האסט נישט וואס צו טון..... טו עס דא
באניצער אוואטאר
בייס מיך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: חמלה גדולה, עמינדב, רביה''ק זי''ע און 4 געסט