אינגערמאן, וואו ליגט דיר דיין קאפ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

אינגערמאן, וואו ליגט דיר דיין קאפ?

שליחה דורך הדד בן בדד »

בס"ד
אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיין קאפ?

ר' דוד שטערן נעמט אויף יעדן איינעם מיט א שמייכל ביים קאונטער אין ראקלענד קאושער, יעדן פרייטיג הערט מען ווי ער זאגט אן אלע קונים; זאגט "לכבוד שבת קודש" וועט איר צוריקבאצאלט ווערן דאפעלט,
ר' דוד פארציילט אונז א לעצטיגע פאסירונג וואס ער האט פערזענליך מיטגעהאלטן; א פרוי (פון גאר א מאדערענע קרייז) פון מאריסטאון ניו דזשערסי, קומט יעדן פרייטיג קיין מאנסי איינקויפן לכבוד שבת, ר' דוד איז איר אלץ מעודד צו זאגן לכבוד שבת, אבער זי פלעגט זיך אונטער שמייכלען און גיין ווייטער, זיי פלעגן פירן א גוט-גייענדן פאבריק, און ב"ה געזען שיין הכנסה. די לעצטע שטיקל צייט, זייט די אקאנאמי האט געקראכט זענען די רווחים אלץ ווייניגער געווארן, און עס האט זיך אויך אנגעזען מיטן קומען איינקויפן דא אין געשעפט, זי פלעגט קומען בלויז איין מאל אין צוויי וואכן, דערנאך האט נאך ווייניגער, עס האט שוין געהאלטן ביי א מצב וואס זי איז בלויז געקומען איין מאל א חודש. די לעצטע מאל איז זי געקומען נישט וואוסענדיג פון וואו זיי וועלן האבן צו באצאלן. זי האט אדורכגעסווייפט די קרעדיט קארד, און ר' דוד ווי זיין געוואוינהייט האט איר געזאגט, 'זאגט לכבוד שבת' דעם מאל טאקע האט די פרוי עס אנגענומען מיט אן ערענסקייט און טאקע ארויסגעזאגט "לכבוד שבת קודש", די פאסט איז אנגעקומען, און מיטגעברענגט מיט זיך א געשוואלענעם קרעדיט קארד ביל, אבער אינעם זעלבן פאסט פעקל איז אויך געליגן א קליין ענוועלאופ מיט א גרויסן טשעק דערין. זיי האבן זיך גאר פארוואונדערט און נישט געוואוסט ווער האט זיי דא געשיקט דעם טשעק, נאכן מברר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז פון א ריבעי"ט וואס זיי האבן איינגעגעבן פאר מער ווי דריי יאר צוריק, זיי האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען פון דעם טשעק, און בכלל נישט אויסגעווארט אויף איר אנקום. דערציילט די פרוי, בזכות פון זאגן "לכבוד שבת קודש", די טשעק איז געווען דאפעלט ווי די לעצטע שבת'דיגע גראסערי ארדער, און מיט א שמיץ אריבער..


אט די אויבנדערמאנטע מעשה איז ערשינען אין דעם קול הציבור פון מאנסי פארגאנגענע וואך איינע פון די טעג. די מעשה איז גאר שיין, און האט מיך שטארק מעורר געווען. און נישט נאר מיך נאר נאך עטליכע אינגעלייט. פון ווי ווייס איך, ווייל פונקט יענעם טאג וואס דאס איז ארויסגעקומען האב איך געדאווענט אין איינעם פון די גרעסערע שוהלן אין מאנסי, און נאכן דאווענען איז געווען א תיקון אין בית המדרש און איך האב זיך אוועק געזעצט דארט און עס האט זיך געמאכט א שמועס איבער דעם מעשה.

רוב עולם האט גאר הנאה געהאט פון דעם און האב עס זייער שיין ארויסגעהויבן. איז אבער געווען ביי דעם שמועס איין אינגערמאן וועלכער האט געהאט גאר אן אנדערער מיינונג איבער די מעשה, און ער האט עס נישט באהאלטן, נאר פשוט מוחה געווען אויף די מעשה און גע'טענה'ט היתכן מען שרייבט אזא מעשה?

וואס איז דער פראבלעם פון די מעשה, קלער איך צו מיר, אבער דער אינגערמאן לאזט מיך נישט ווארטן צו לאנג, ער זאגט אליינס וואס אים באדערט: דער גראסערי ארבעטער שמועסט מיט די מאדערנע פרוי, ער ווערט שוין גוט מיר איר, מסתמא שמייכלט ער צו איר אויך, און זי רעדט זיך שוין אויס פאר אים, און אזא מעשה דרוקט מען נאך, און מען פארשפרייט עס אין די שוהלן? ממש געפערליך.

אויב איז דאס נישט גענוג, איז געווען דארט נאך א אינגערמאן וועלכער האט תיכף מיטגעהאלטן מיט יענעם און געזאגט: פונקט האב איך אזוי געטראכט ווי דיר, מען דארף אים פארהאלטן, איך גיי אים טאקע אנרופן פארהאלטן פארן דרוקן אזא מעשה.

איך זיץ דארט אין די זייט און איך טראכט ביי מיר רבונו של עולם, ווי האלטן מיר שוין היינט? און א מעשה איז מיר ארויפגעקומען אין זכרון. איך האב זיך דערמאנט א מעשה וועלכע איך האב אמאל געזעהן ברענגען. ומעשה שהיה כך היה.

הרה"ק ר' משה'לע זווהיל'ער, א זוהן פון הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער, האט אין זיינע אינגערע יארן נישט געוואלט ווערן א רבי, ער האט בעסער געוואלט בלייבן א שטילער עובד ה' אן דארפן טראגן די עול פון א עדה קדושה פון אידן. האט ר' משה'לע זיך געעפנט א געשעפט און האט עוסק געווען במשא ומתן באמונה. ער איז אליינס געשטאנען אין געשעפט און ערליך סערווירט זיינע קונים, און געדינט דעם אויבערשטן בקדושה ובטהרה, באהאלטן פון די אויגן פון מענטשן.

אבער פון איין מענטש האט ער זיך נישט געקענט אויסבאהאלטן. נישט אז יענער האט משיג געווען עומק גדולתו, אבער זיין עבודה האט יענער פארט געזעהן. און דאס איז געווען זיין שכן וועלכער האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט אים. דער שכן איז נישט געווען אבי ווער, ער איז געווען א איד א למדן, וועלכער איז געזעצן טאג און נאכט און עוסק געווען בלימוד התורה ובעבודת ה'.

און אט דער שכן האט געהערט ווי דער ר' משה'לע מאכט קידוש יעדן פרייטאג צו נאכטס מיט אזא התלהבות, מיט אזא אש קודש, מיט אזא פייערדיגן ברען, אז ער האט דאס פשוט נישט אויסגעהלאטן. ווי קומט דאס אז אזא פשוט'ער געשעפטס מאן זאל מאכן אזא ברענענדיגן קידוש, בעת איך קען אזאנס נישט באווייזן, אפילו נישט נאנט צו דעם?

יעדן שבת האט דער תלמיד חכם פרובירט צו מאכן קידוש מיט התלהבות, אבער ווען דער ר' משה'לע - וועלכער האט גארנישט געוואוסט וואס ביים שכן אין הארץ טוט זיך אפ - האט זיך געשטעלט מאכן קידוש אויף זיין געווענליכן שטייגער, איז ער אלעמאל איבערגעשטיגן דעם גרויסן תלמיד חכם פי כמה. און דער ת"ח האט עס נישט געקענט אראפשלינגען.

איין מאל האט דער ת"ח מחליט געווען אז ער גייט אריינלייגן גאר א גרויסע עבודה א גאנצע וואך און אזוי וועט ער קענען מאכן קידוש מיט מער ברען ווי ר' משה'לע. געזאגט און געטוהן, שוין זונטאג צופרי איז ער אויפגעשטאנען פרי פארטאגס און געגאנגען אין מקוה, מיט גאר גרויסע כוונות, געלערנט מיט חשק און התמדה, און געדאווענט מיט א ברען און התלהבות, ווייניג געגעסן א גאנצן טאג און זיך מייגע געווען אין די תורה הק' פון צופרי ביז ביינאכט, וכמעשה בזונטאג כך מעשהו במאנטאג, ובדינסטאג און אזוי א גאנצע וואך, א מורא'דיגע עבודה אריינגעלייגט, אלעס צו זיין גרייט אויף דעם גרויסן קומענדיגן שבת, ווען ער וועט מאכן קידוש מיט אזא התלהבות, אז אלעס וועט זיך האבן געלוינט.

פרייטאג מיטאג צייט איז דער ת"ח געגאנגען אין מקוה זיך מקדש ומטהר זיין לכבוד שבת קודש, און אויפן וועג צוריק פון מקוה איז ער אריבער דעם געשעפט פון ר' משה'לען. און אט וואס זעהט ער? א גוי'אישע פארפאלק, א גוי מיט א גויטע גייען אריין אין געשעפט צו ר' משה'לען. די גויעטע איז געווען אנגעטוהן... ווי א גויעטע פארשטייצעך, און ער קוקט נאך אריין פון דרויסן און זעהט ווי ר' משה'לע באדינט אזוי שיין די גוי'אישע פארפאלק, און זיין הארץ ווערט פול מיט פרייד. היינט נאכט בין איך שוין פארזיכערט. נאכן סערווירן אזוי א גוי מיט א גויטע ערב שבת, און איך האב דאך אריינגעלייגט אזא עבודה די וואך, היינט וועל איך שוין מאכן קידוש פיל בעסער פון אים.

ער גייט אהיים פריילאך און צופרידן און זאגט שיר השירים מיט א ברען, גרייט אן די לעכט און גייט אין שוהל אריין. נאכן דאווענען קומט ער אהיים, מאכט זיינע הכנות און שטעלט זיך קידוש מאכן, טאקע מיט א ברען און התלהבות ווי עס פאסט זיך נאך אזא עבודה פון א גאנצע וואך.

אבער... מה מאוד גדלה אכזבתו, ווי דיסעפוינטעד איז ער נעבעך געווארן ווען ר' משה'לע האט זיך אביסל שפעטער צוריק געקערט פון שוהל און זיך געשטעלט מאכן קידוש, מיט אזא אש קודש, אז ער איז איבערגעשטיגן דעם ת"ח עשר מעלות, דער איד האט נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוהן, וואס גייט דא פאר, איך האב דאך אליינס געזעהן היינט נאכמיטאג ווי דער ר' משה'לע האט פארברענגט דעם טאג, און איך ווייס דאך וויאזוי איך האב פארברענגט, נישט נאר דעם היינטיגן טאג נאר דעם גאנצן וואך. נו וואס גייט דא פאר? באמת?

אין זיין גרויסן פארלעגנהייט האט ער מחליט געווען אז ער קען דאס מער נישט אויסהאלטן, ער גייט אריבער צו ר' משה'לען און ער גייט אים אליינס פרעגן. ער גייט אים אראפלייגן דעם גאנצן דילעמא זיינעם און ער וועט ער פון אים אליינס הערן וויאזוי ער איז דאס מפרש.

ר' משה'לע קוקט אן דעם איד מיט זיינע ליכטיגע אויגן און רעדט נישט קיין סאך. ער זאגט דעם איד איין קורצען זאץ, און דאס פארענטפערט שוין אלעס: "ווען איך האב באדינט די גוי מיט די גויעטע, איז מיין קאפ געלעגן ביים קידוש, אבער ווען דו האסט געמאכט קידוש איז דיין קאפ געלעגן ביי די גוי מיט די גויעטע..."

שרעקליכע ברענעדיגע ווערטער.

אינגערמאן, ווי ליגט דיר דיין קאפ? ווען ר' דוד שטערן האט גערעדט צו די פרוי פון מאריסטאון איז זיין קאפ געלעגן ביים שבת קודש, אבער ווען דו ליינסט וועגן דעם שבת קודש ליגט דיר דיין קאפ ביי די פרוי, און ביי איר קליידונג... און ביי...

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר