רעאקציעס טוען אויף – אפשר נישט תיכף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

רעאקציעס טוען אויף – אפשר נישט תיכף

שליחה דורך העניך »

מיט עטליכע חדשים צוריק האב איך געשריבן אן ארטיקל מסביר צו זיין אז נישט שטימען פאר קיין איין פון די פרעזידענט קאנדידאטן לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.

דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות

היינט האב איך געשריבן אן ארטיקל וואו כ'האב גע'טענה'ט פונקט פארקערט.

דער קעיס פאר בכלל נישט שטימען אין די וואלן

נאכ'ן ענדיגן שרייבן דעם היינטיגן ארטיקל, האב איך איבערגעקוקט די קאמענטארן אויף מיין ערשטן ארטיקל אויף דער נושא, און כ'האב געזען אז כמעט אלע נקודות וואס כ'ברענג ארויס אין מיין צווייטן ארטיקל האבן חברי השטיבל נאך דעמאלט רעאגירט. עס שטעלט זיך ארויס אז מיין היינטיגער ארטיקל איז א צוזאמענשטעל פון די קאמענטארן פון [tag]יואב[/tag], [tag]גר ותושב[/tag], [tag]הוגה[/tag], און אנדערע, און עס האט גענומען חדשים ביז די געדאנקען האבן זיך קריסטאליזירט אין מיין מוח.

בשעת'ן שרייבן מיין צווייטן ארטיקל האב איך נישט געוואוסט אז דאס וואס איך זאג איז בעצם מיין אננעמען די רעאקציעס פון חברים אויף מיין פריערדיגן ארטיקל. ווען זיי האבן געשריבן זייערע קאמענטארן עטליכע חדשים צוריק האב איך נישט אנגענומען זייער דעה; איך האב מיך געהאלטן ביי מיין ארטיקל. אבער חדשים שפעטער האב איך גרינג געקענט פארמולירן א פארקערטע דעה געבויט אויף וואס כ'האב דעמאלט געלייענט.

איך לערן פון דעם די וויכטיגקייט פון רעאגירן און לאזן הערן א דעה. נישט אייביג ווייסן מיר ווען מיר זענען פועל ביי איינעם צו טוישן זיין מיינונג – עס קען נעמען וואכן און חדשים ביז יענער פאנגט בכלל אן צו טראכטן אין דער ריכטונג פון דיין דעה, און אפילו דעמאלט וועט ער מעגליך ניטאמאל אנערקענען אז דו ביסט צו פארדאנקען אז ער האט געטוישט זיין דעה. אבער אויב רעדט מען מיט שכל און טעם, דרינגען די ווערטער אריין אין מוח, און האבן אן עפעקט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר