אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים

שליחה דורך זר זהב »

א גראסערי געשעפט מעג בעטן פאר א באטל מילך 100 דאללער אויך, ווי לאנג ער לייגט ארויף א פרייז צעטל אויפ'ן מילך אדער אויף די פלאץ וואו דער מילך ליגט אז די מילך קאסט 100 דאלל. איך מוז עס נישט קויפן איך קען מיך שטעלן אויפ'ן קאפ! -- וואס דער גראסערי טאר אבער נישט טון איז שטעלן (בטעות האף איך) א פראדוקט העכער א פרייז צעטל וואס זאגט אן א אנדערן פרייז וואס דער קאמפיוטער גייט געבן ביים אויסטשעקן.

און זייט וויסן אז זייער אסאך גראסערי רעדזשיסטעס (וואו מ'האלט די געלט) זענען אנגעפילט מיט גניבה גזילה געלט פלעין ענד סימפל!

איך בין אקארשט געווען אין א געשעפט געזען דארט א קליינע מארבל טשיז קעיק פון די קאמפעני "גלאבאל דייעט" די פרייז צעטל אונטער דעם זאגט אן 3.99, איך מאך זיכער צי איך זעה גוט. יא, אויפ'ן צעטל שטייט גלאבאל דייעט קעיק 3.99. ------ אינדערהיים זעה איך אויפ'ן רעסיט שטייט 6.49... איך גיי צוריק און פרעג דעם גוי פשט, זאגט ער סא טעות, און קענטליך אויך צומישט טרעפט ער ענדליך א מייל אוועק א גאר קליינע סייז פון די זעלבע סארט קעיק'ס, און יענץ - זאגט ער מיר - איז 3.99, איי די פרייז צעטל איז געווען פונקט אונטער די קעיק וואס איך האב גענומען? און נישט נאר איין צעטל ס'געווען 2 רייעס פון די קעיקס און אונטער דעם 2 צעטליך. איז דאס א מיסטעיק?? (איך גלייב ליידער אז נישט!)

איך וואלט עס קלאר נישט גענומען אויב ווייס איך דעם ריכטיגן פרייז! און צוריקצובעטן די געלט האב איך זיך געשעמט. איז ער נישט א סעמי גזלן ??
--------
אפאר וואכן צוריק אין אן אנדערן גראסערי האט ער געהאט א קעננד סעלמאן פיש אונטער דעם א פרייז צעטל וואס איז מיר געפאלן. אויפ'ן צעטל שפעטער האב איך געזען אז לא מיניה ולא מקצתיה. קומענדיגע מאל האב איך גערעדט צום מענעדזשער און ער קומט זעהן דער פראדוקט אויפ'ן שעלוו און זאגט מיר: "סארי סיז פאר א קלענערע סייז פיש וועלכע קומט מער נישט אריין, און ער טוט מיר א טובה אז ער נעמט אראפ די צעטל (פון אונטער א פלעסטיק). רבוש"ע ? וויפיל מענטשן האבן דאס געקויפט בלויז פאר'ן ביליגן פרייז?? נישט יעדער קוקט אויפן רעסיט נאכדעם, אידאס נישט פלעין פשוט גניבה??? וואספארא טערעץ האסטו אויף דעים?? -- דער מענעדזשער איז באמת געווען סארי אבער וויאזוי זעהט ער אויס אזוי גלייכגילטיג, אקעי סא מיסטעיק נעקסט קעיס... האבן זיי א העטער דערויף??
------------
מיין לעצטע מעשה איז נישט געווען מיט מיר, און איך האב זייער הנאה געהאט. ס'געווען לעצטן פרייטיק אין א קלענערע פשוטע גראסערי. אינמיטן שאפן זעה איך ווי ס'ווערט א דין ודברים, עפעס אן עלטערע אמעריקאנער אידל מיט א דאזשיק אויפ'ן קאפ האט איינגעקויפט א ווייסע געשניטענע טוילעט פאפיר, דער סקענער זאגט 1.49 אדער 1.09 (נישט זיכער) און דער איד'ל זאגט פארן רעדזשיסטער מאן אז ס'שטייט 79 סענטס אוי'פן צעטל. דער רעדזשיסטער מאן זאגט אז ס'זיכער נישט פאר דעם ס'מוז זיין פאר עפעס אנדערש. איך בין צוגעגאנגען קוקן און איך זעה טאקע ווי ס'שטייט "CUT PAPER .79", איך קוק צי אפשר גייט עס ארויף אויף די אנדערע פאפיר וועלכע קומען ארומגענומען מיט א ברוינעם פאפיר, אבער ניין! יענץ האט אויך א פרייז - א באזונדערן צעטל - פון א דאללער. איז פון וואו אין ג-ט'ס וועלט איז דער צעטל פון 79 סענטס געקומען צופליען? און וואס זוכט עס אונטער די ווייסע טוילעט פאפיר?? -- דער איד'ל האט זיך גע'טענה'ט פאר נאך א 10 סעקונדן און ס'האט נישט געהאלפן, איך האב געזען ווי אויסגענארט דער אלטער שפירט זיך, מ'פילט ווי מ'קען שוין קיינעם נישט טראסטן.

דער אלטער אידל האט זיך געגעבן אזא איידלן רעג אויף, ער הייבט זיינע הענט אזוי אויף ארויף און זאגט "איים אוטע הער! איך גיי קויפן ערגעץ אנדערש!" (גוט!!)

איך האב געזען דא מיט מיינע אייגענע אויגן "וויאזוי איינער אנטלויפט פון א היימישן געשעפט"....
--
איך האב נאך א שווער הארץ אויפ'ן גראסערי וואס האט מיר איינגענארט מיט מיין נארישן טשיז קעיק (מיט ספלענדע UGH!)

וויפיל גניבה געלטער דרייען זיך אזוי ארום אין אונזערע היימישע גראסערי געשעפטן? און מיט וואס פארא העטער זענען זיי אזוי גלייכגילטיג דערצו?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 82 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר