למה הלך אמעריקא אצל הדאנעלד?!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

למה הלך אמעריקא אצל הדאנעלד?!

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אן אמעריקאנער באי האט זיך פארגלוסט חתונה צו האבן מיט א שיקסע, ל"ע ול"ע. ווען זיין טאטע האט זיך דערוואוסט דערפון האט ער געמיינט אז ער טראגט עס נישט איבער.

דו ביסט אינגאנצען פון זינען אראפ? מאכט ער קולות, מיר זענען דאך אידן!

נאך לאנגע אמפערייען שלעפט ער אים אריבער צום רב. דער רב זעט אז ס'איז נישט דא וואס צו מאכען בעט ער צו רעדן מיט די כלה.

ער האט מיט איר א לענגערע שמועס, און, יא, זי איז מסכים זיך מגייר צו זיין.

דער ערשטער שבת נאכ'ן שבע ברכות, דער טאטע שטייט אין די ביזנעס און ווארט אומגעדולדיג אז דער זון זאל אנקומען. הילד איננו.

ער לויפט אריבער צו אים אין שטוב, און לא פחות ולא יותר די נייע פאר-פאלק זיצט רואיג ביים טיש און עסט חלה מיט געפילטע פיש...

האב איך דיר נישט געזאגט אז מיט א שיקסע קען מען נישט חתונה האבן! שרייעט ער מיט אומבאנומענע קולות...

קשים גרים לישראל כספחת...

--------

אויב ס'איז דא איין פראזע מיט וואס יעדער קען זיך אינדענטיפיצירען, איז עס 'ווי אר פעד אפ'.

ווי אר פעד אפ וויט ביאינג טאלד דעט ווי אר פעד אפ.

ווי אר פעד אפ וויט ביאינג פעד אפ.

ווי אר פעד אפ מיט'ן הערן אז ווי אר פעד אפ און דערנאך הערן א רעטארישע ליסטע מיט וואס אלס ווי אר פעד אפ...

האבן מיר איינעם מגייר געווען...

מיר – אמעריקאנער – זענען געפאלן פאר איינעם פון וועמען איר וועט נישט הערן:

My friends, our purple mountains with ramparts' red glare, white with foam and justice for all fruity plains gallantly streaming, from sea to shining sea with a shining city on a shining hill above a shining prairie, and maybe some shiny trees and a few shrubs -- I see a shiny America!

נישט אז ער רעדט דוקא צו די זאך... אבער זיין מויל זאגט וואס זיין מח וויל פובליצירען.

----------

נו, איז מען אבער מלא קושיות; ער האט אזוי געזאגט קעגן דעם, ער האט אזוי געזאגט איבער איר, וכו'.

אין די שטאט בריסק פאר די ימים נוראים האט די קהילה געדארפט אויסוועלען א ש"ץ. עס איז געווען א ברירה צווישן איינעם וועלכער איז געווען א גוטער בעל תפלה אבער נישט דער גרויסער ירא שמים, און א צווייטער וועלכער האט קוים א שטימעלע געהאט אבער איז געווען אן ערליכער איד.

איז מען געקומען פרעגן דעם רב – ר' חיים.

זאגט ר"ח: נעמטס דעם ערשטן. פארוואס? פאר די ימים נוראים דארף מען נעמען א חזן א ירא שמים, דהיינו: מען דארף דאך א חזן, נו, זאל דער חזן זיין א ירא שמים.

צום אלעם ערשטן דארף ער אבער זיין א חזן, אז נישט וואו קומט ער בכלל אריין אינעם בילד... ער איז בכלל ניט די חפצא וואס ווערט יעצט געזוכט...

-----------

איר פארשטייט? קלינטאן קען האבן אלע מעלות שבעולם, ס'איז אבער מעיקרא דדינא פירכא; זי איז בכלל נישט די חפצא וואס איז יעצט געזוכט געווארן.

יעצט האט דאס פאלק געדארפט איינער וואס זיין מויל איז מחובר צום מוח. 'וואס' עס גיבט ארויס - דאס איז שוין שלב שני.

גראדע איז נאך איינער אין די קאטאגאריע, ער הייסט בערני סאנדערס. נו, עכשיו האט [tag]שבת אחים[/tag] פארלוירען און דער אראנדזש\רויטער רבי האט געוואונען...

[הא, איר האט אייך אלעמאל געוואונדערט ווער עס איז דער רויטער רבי...]

למה הלך אמעריקא אצל הדאנעלד פרעגט איר? מפני שהוא mean – ער מיינט וואס ער זאגט.

עכ"פ אין יענע ספליט סעקונדע.

---------

עס קען אבער נישט בלייבען ביי דעם, און לויט זיין אויפירונג זייט זיין געווינס האב איך א חשש אז ער פארשטייט עס אויך.

לאמיר האפן אז ער נעמט נישט אן דעם גירות מיט גאנצן ערענסקייט. אנשטאט סערווירען חלה מיט געפילטע פיש וועט ער מאכן עפעס א היימישען דרש, אום אני חומה, דאס פעסטקייט פונעם פאלק דאס אליין איז דער וואנט...

עס האט שוין דער געוועזענער אקטיאר און גרויסער אמעריקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגען געזאגט: ווי קען א פרעזידענט 'נישט' זיין אן אקטיאר...

---------

מכל מקום איז נישט געפערליך. מיר דאכציך אז אין פיר יאר ארום וועט אמעריקא זיך שטעלן אונטער בערני סאנדערס.

איך לייג שוין א קאפירייט אויפן העשטעג: #סע"ד לתמכו...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר