האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

הודעהדורך העניך » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 10:53 pm

דאנאלד טראמפ'ס פאפולאריטעט ביים היימישן עולם איז א פליאה עצומה, בפרט אז דער מענטש איז מלא כרימון מיט מידות רעות ומושחתות. דער עולם כאפט זיך אבער צו צו א מעשה'לע אז טראמפ האט אמאל אנגעבליך פארבארגט זיין עראפלאן פאר א אידיש קינד וועלכער איז געווען גאר קראנק, אז מ'זאל אים קענען פירן פון לאס אנדזשעלעס צו ניו-יארק פאר מעדיצינישער באהאנדלונג.

די מעשה ווערט גענוצט צו געבן א "אפשאצונג" אויף טראמפ כאילו ער האט בעצם יא א גוטע זייט, און אלע באשרייבונגען פון דער געשיכטע האבן צוגעלייגט אז טראמפ האט זיך אפילו קיינמאל נישט געגרויסט מיט זיין מעשה חסד.

סנאופס.קאם, די וועבסייט וואס קוקט נאך שמועות און באשטעטיגט אויב זיי זענען אמת, פסק'נט אז די מעשה איז אמת. ס'איז אמת אז טראמפ האט פארבארגט זיין עראפלאן אז מ'זאל קענען פירן דעם קינד אברהם משה טען ע"ה קיין ניו-יארק אין 1988.

די געשיכטע באשריבן בזמנה:
Image1839367985.jpg



אבער ס'איז נישט אמת אז טראמפ האט זיך נישט געגרויסט דערמיט. אזויפיל ווי 12 יאר שפעטער האט טראמפ נאך געשריבן וועגן די געשיכטע, אין זיין בוך The America We Deserve. "כאטש איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט וועגן דער פאמיליע," האט טראמפ געשריבן, "איז מיין הארץ גלייך אויסגעגאנגען פאר זיי. ווען די צייט איז געקומען, איז מיין באאינג געווען גרייט, מיט דריי נוירסעס דערויף."

אין זיין פרעזידענט קאמפיין וואלט טראמפ גאנץ זיכער געוואלט אז מ'זאל רעדן פון זיין זעלטענעם חסד - כאטש ס'איז שוין דורך 28 יאר - אבער ער האט נישט געקענט רעדן פון דער געשיכטע, און האט ליבערשט געקענט באשטיין אז ס'זאל באגראבן ווערן. דאס איז ווייל דאס קינד'ס טאטע הרב טען, איז עטליכע יאר צוריק געווארן אנגעקלאגט אויף א שווינדל וואס ערמעגליכט משפחה-מיטגלידער צו פראפיטירן פון דעם טויט פון שטערבליך-קראנקע פאציענטן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 11:55 pm

אויף קול מבשר איז דא אן אינטערוויו מיט דעם הרב טען ביי 3-1-1480#
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:14 am

איך זעה נישט פונקליך ווי איר צילט, די קעפל איז פארפירעניש כאילו עס איז דא וואס צו קלערן אין די אמיתות הדברים, און אויך במשך די ארטיקל שרייבסטו אזעלעכע פראזן ווי טראמפ זאל אנגעבליך פארבארגן זיין ערעפלאן פאר א אידיש קינד, און ווייטער שרייבסטו אז דאס דארף זיין א אפשאצונג אז טראמפ האט א גוטע זייט, ווען אין פאקט איז די מעשה אמת ויציב ביז די לעצטע דיטאל.

דערנאך נעמסטו זיך צו איין זייטיגע ענין צו טראמפ גרויסט זיך מיט די חסד, ווייל אין זיין בוך 12 יאר שפעטער שרייבט ער דערפון.
און במשך די 12 יאר האט ער נישט געהאט א מעגליכקייט זיך צו רימען? און בכלל צו זאגן אז ער האט געטון די ריזיגע טובה פאר א ארים איד'ל כדי זיך צו גרויס האלטן דערמיט איז אבסורד.

איז אזוי דאס אז די מעשה האט פאסירט איז קלאר, די טאטע רעדט אויף די קול מבשר ליניע אז אין צייט וואס ער איז ארום געלאפן צו מעדיצינשע אינסטאנצן און צו ארגינעזאציעס וואס יעדער האט עם אנטזאגט צו העלפן צו מחמת אינשורענס קאוועריטש צו עפעס אנדערש, איז עם בייגעפאלן זיך צו ווענדן צום ביליאנער דאנאלד טראמפ וואס ער האט קיין שייכות געהאט ביפאר, און ער מיט זיין ווייך הארץ האט גלייך מסכים געווען און נישט געבעטן באצאלט.

פיל נאנטע צום פרעזידענט עילעקט ווייסען צו זאגן פון זיין גוטע זייט, צו ווי ער פירט זיך אויף צו ארבייטערס און די אידישע ארבייטער בפרט לאזט זיי אהיים פרייטאג 12-1 אינמיטן טאג וכו'

די בלינטע שנאה צום פרעזידענט עילעקט מעג זיך שוין אפשטעלן.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:23 am

די מיינוג וואס מאנכע האלטן אז ער איז יא א שלעכטער מענטש איז זיכער נישט סתם פון בלינדע שנאה, ווייל פארוואס זאל מען פיינט האבן א ליבליכער מענטש? עס איז געבויט אויף פילע הונדערטער דאקומענטירטע עפיזאדן וואס צייגן אויף זיין טונקעלע גרויליגע מידות משחתות'דיגע זייט.
אלזא א אינדיווידואלער עפיזאד ווי טראמפ האט געשאנקן זיין עראפלאן פאר א קראנק קינד, א זאך אויף וואס ער האט נאך איינגעקעשט דערויף גוטע פי אר און אטענשאן, איז זיכער נישט ראיה פאר די טראמפ געגנער איינצושטילן זייער טיפע באגרונדעטע שנאה צו אים.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

Re: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינ

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:29 am

ס'איז נישט קיין סתירה. בעצם קוקט ער אויס צו זיין א פיינער מענטש, וואס איז גרייט א טובה צו טון א צווייטן. אויב אבער מען הייבט זיך אן מיט אים, שטויסט ער צוריק, ריכטיג אז סאך מער ווי ער וואלט געדארפט. אבער אז מען וויל זיך איבער בעטן מיט אים, קען מען עס גרינג טון. בקיצור, אוודאי רעדט מען נישט דא פון א צדיק נסתר. אבער טון א טובה פאר א צווייטן איז נישט קיין סתירה מיט זיין כאראקטער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:41 am

שמערל האט געשריבן:די מיינוג וואס מאנכע האלטן אז ער איז יא א שלעכטער מענטש איז זיכער נישט סתם פון בלינדע שנאה, ווייל פארוואס זאל מען פיינט האבן א ליבליכער מענטש? עס איז געבויט אויף פילע הונדערטער דאקומענטירטע עפיזאדן וואס צייגן אויף זיין טונקעלע גרויליגע מידות משחתות'דיגע זייט.
אלזא א אינדיווידואלער עפיזאד ווי טראמפ האט געשאנקן זיין עראפלאן פאר א קראנק קינד, א זאך אויף וואס ער האט נאך איינגעקעשט דערויף גוטע פי אר און אטענשאן, איז זיכער נישט ראיה פאר די טראמפ געגנער איינצושטילן זייער טיפע באגרונדעטע שנאה צו אים.

קודם לכל די בלינטע שנאה האב איך זיך באצויגען אויף די "וועג" ווי אזוי די פותח האשכול שרייבט סיי די קעפל און אויך די תוכן ווי אנגעוויזן אין מיין פריעדיגע תגובה.

איך מיין אז אפילו די טראמפ פענס וועלן מודה זיין אז ער האט שלעכקייטס און געמיינקייט אין זיך ווען עס קומט זיך צו פארטיידיגן אדער ער וויל ערייכען עפעס, די רעדע איז דא צו ער האט אויך א גוטע זייט צו זיך, וואס איך מיין אז אן נגיעות זעהט מען אז יא.

און איך זעה נישט די גרויסע פי אר וואס ער האט פון די טובה טון א ארים אומבאוויסטע איד'ל און בכלל אויב האט ער אינזין געהאט די אטענשען שבו אויף די חשבון וואלט ער געטון חסד אויף אנדערע אופנים וואס די פידבעק און פאפולערקייט איז פיל מער.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:42 am

ווען איך זעה א פרישע אשכול פון @העניך גרייט איך מיך אויף עפעס זאפטיגס, און נאך בעפאר'ן ליינען דערלאנג איך א לייק. דאס מאל האב איך פארגעסן פונ'ם לייק ביז אינמיטן ליינען די ארטיקל און ווען כ'האב מיך געכאפט האב איך געזעהן אז ס'איז א השגחה פרטיות.

איים סארי כבוד הרב העניך, אבער דאס מאל דארף איך דיסאגריען. די ביסט דאך מודה אז די מעשה איז געשעהן. אויך ביסטי מודה אז 12 יאר האט ער זיך נישט בארימט דערמיט, איז וואס ווילסטי מיט דיין ארטיקל?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2733 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:48 am

די וועג און תוכן פון דעם פותח האשכול קומט לכאורה פון די הנחה וואס ער האט אנגענומען אז טראמפ איז בעצם א שלעכטער און פארדארבענער מענטש. און ווי דו אליין זאגסט איז דאס א זאך אין וואס אפילו זיינע שטיצער זענען דערין מודה.
דן צו זיין א רשע לכף חובה, און אנעמען אז ווען ער האט יא אמאל געטוהן איינעם א טובה איז עס נאר געווען ווייל ער האט געמיינט זיין אייגענע בענעפיט, איז זייער נארמאל, (ווי מען זעהט אין די גמרא די מעשה מיט ר' שמעון און די רומיים) און בכלל נישט סתם בלינדע שנאה.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:54 am

אין 'די צייטונג' האבן זיי אראפגעברענגט פון איינעם וואס איז א שכן מיט דאנאלד אז האלב פון זיינע ארבעטער זענען אידן.
אגב כ'גלייך זייער דעם צייטונג מער ווי דער איד מיטן בלאט, דאך זייער שנאה קעגן טראמפ איז מיטן קאפ און וואנט, כמעט די גאנצע וועלטליכע נייעס די וואך איז באשטאנען מיט ווילדע ארטיקלן קעגן אונזער קומענדע פרעזידענט
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1737 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1805 מאל

הודעהדורך עמעזאן » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:59 am

די "שכן" א פרימע חרדישע איד רעדט אויך אויף קול מבשר און רימט אויס גאר שטארק מר. טראמפ און צווישען אנדערע סיפורים פאציילט אז ער אלס פאליע סארווייווער וואקט שווער און דאנאלט טראמפ האט עם געזען אמאל זיך שלעפן האט ער געהייסן זיינע לייב וועכטער עם ארויף טראגן צו זיין אפערמענט, און שפעטער האט מר. טראמפ גערופען פרעגן וואס ער מאכט.

וואפארא אטענשען האט ער ערווארטעט פון די פאליע ליידענטע, דאס איז געווען נאך פארן לויפן אלס פרעזידענט
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1072 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 10:51 am

טייל האבן זייער שוואך אפגעלערנט דעם אשכול.

איך האב געהערט די געשיכטע עטליכע מאל, און ביים לייענען נאכאמאל דערוועגן אין די צייטונג האב איך מחליט געווען אויסצופארשן אויב עס איז אמת - היות גאר אסאך אינפארמאציע וואס קומט פונעם טראמפ לאגער איז שקר. למעשה האב איך געפונען אז עס איז אמת, און אנשטאט גיין ווייטער מיין וועג, האב איך מחליט געווען מיטצוטיילן מיט'ן עולם אז יא, די געשיכטע איז אמת.

דאס קעפל איז נישט אריינצוברענגען א צווייפל אין דער געשיכטע, נאר דאס רעפעלעקטירט מיין פראגע מיט וואס כ'האב גענומען די מי אויסצופארשן דעם ענין. און עס איז אויך א מער ציענדער קעפל וואס ברענגט מער מענטשן צו לייענען. (גראדע האב איך געטראכט אז דאס קעפל נארט אפשר אריין אנטי-טראמפיסטן וואס מיינען אז זיי גייען לייענען אז מ'האט געפאקט דעם טראמפ לאגער מיט א פרישן ליגנט, און דערווייל ווערן זיי געוואויר אז די געשיכטע איז אמת.)

אז איך שרייב שוין וועגן דעם ענין האב איך רעכט אויסצודרוקן מיין מיינונג אז די מעשה טוישט גאר ווייניג דעם בילד וואס מיר האבן פון טראמפ אלס א בעל מידות מושחתות, און אז דער דאזיגער חסד אקט איז נישט געווען רוטין פאר טראמפ, והא ראיה ער האט עס נאך דערציילט 12 יאר שפעטער אין א בוך.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 9:51 pm

לכל מאן דבעי למידע: ס'הייסט אונז אידן האמיר מזל אז טראמפ איז נאכנישט קיין איד. ווייל אויב יא וואלט א יעדע וואך געווען פול דער איד און דער בלאט מיט פול פעידזש עדס ווי הרב דניאל טראמפ(ייטערסאן) שליט"א האט ביים כ"א כסליו דינער איבערגעגעבן א מתנה פון 5 מיליאן דאללער קעש אלס מתן בסתר. לעילוי נשמת זיין עלטער באבע ע"ה וועלכע איז געווען א טאכטער פון ר' זעליג אויסשוויצער ז"ל פון קיראיהאז, וואס איהר טאטע האטציך נאך געווייקט ביים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע אינדערהיים אין ארשיווא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13947
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג יולי 28, 2020 8:15 am

העניך האט געשריבן:

אבער ס'איז נישט אמת אז טראמפ האט זיך נישט געגרויסט דערמיט. אזויפיל ווי 12 יאר שפעטער האט טראמפ נאך געשריבן וועגן די געשיכטע, אין זיין בוך The America We Deserve. "כאטש איך האב קיינמאל פריער נישט געהערט וועגן דער פאמיליע," האט טראמפ געשריבן, "איז מיין הארץ גלייך אויסגעגאנגען פאר זיי. ווען די צייט איז געקומען, איז מיין באאינג געווען גרייט, מיט דריי נוירסעס דערויף."

טראמפ'ס מענטשן נוצן נאך אלץ די מעשה צו "באווייזן" אז ער האט געפילן פאר א צווייטן.

Like Father, Like Son: President Trump Lets Others Mourn https://nyti.ms/305Sr12
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 521
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2620 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 8:24 am

עס איז נישט דא קיין שום ראיה אז ער גרויסט זיך דערמיט, וויבאלד זיין ביכער האט ער נישט געשריבן, און מסתמא נישט געליינט.

אבער דער אבסורד פון וואוטן פאר א מענטש צוליעב אזא מעשה רעדט פון זיך אליינס. טאמער ער טויג, דארף מען נישט די מעשה, און טאמער ער טויג נישט, העלפט נישט די מעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9079 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 28, 2020 9:08 am

די לינקע האבן א בלינדע שנאה צו דער טראמפ, נעבעך.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2569
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1350 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג יולי 28, 2020 10:04 am

אזוי גאר? כ'האב דאס קיינמאל נישט געוויסט. טאקע א חידוש....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2293 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 10:17 am

וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9079 מאל

הודעהדורך דוראק » דינסטאג יולי 28, 2020 1:52 pm

אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 28, 2020 3:53 pm

דוראק האט געשריבן:אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.

נייגעריג אויב צווישען די שרייבער דא איז דא איינער וואס האט געטוישט זיין מיינאנג אויף טראמפ, איין וועג אדער די אנדערע די לעצטע 4 יאר
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2004 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1162 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:22 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד


דיסקלעימער: איך האב א גאנץ שוואכע בליק אויף טראמפ'ס פערזענליכע כאראקטער.

צום ענין, דאס אז די קאמעניסטן און אנארכיסטן האבן זיך געהויבן קעפ מיט די שטיצע פון די אלגעמיינע דעמאקראטן איז צו באשולדיגן טראמפ???

וואס ביסטו אזוי אנגעפיקעוועט מיט די אנטי טראמפ סינדראם??
פארוואס זעהסטו איבעראל (אויב ס'איז נעגאטיוו..) טראמפ?
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג יולי 28, 2020 4:40 pm

דוראק האט געשריבן:אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.


א פירער אויף וואס?
צו פירן אן עראפלאן? צו פירן א שפיטאל?

מען האט אים נישט אויפגענומען צו פירן די פענעדעמיק קריזיס, מען האט אים אויפגענומען זיך צו שלאגן מיט די ליבעראלע רעגולאציעס, טעקסעס, און געזעצן וואס זענען כסדר ארויס געקומען פון וואשינגטאן.
און דערין האט גאר שטארק מצליח געווען.

בנוגע קאראנע:
חוץ פון זיין כסדר'דיגע טוויטס וואס ווי שטענדיג איז אויף א גאנץ נידריגע רמה.. האט ער גאר נישט שלעכט "געטוהן", אדרבה, ער האט צוגעשטעלט וואס די גאווערנארס האבן פארלאנגט און נאכמער..

לאמיר זעהן די 'טראמפ בארעדער' זאלן בארעדן קאומאו פאר זיין קאראנע רעספאנס כאטש אזויפיל ווי זיי האקן אונטער טראמפ.. דאס אז זיי זענען צוגעקלעבט צו טראמפ שמוץ ווען אנדערע האבן "געטוהן" פיל ערגערס, איז פשט זיי האבן "א בלינדע שנאה צו טראמפ".
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 5:20 pm

פארוואס דארף איך רעדן פון קאומא? וואס האב איך מיט אים? ער האט עפעס מיט מיין לעבן? איך וואוין אין אמעריקא, און טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקא, ממילא איז ער מיין ביזנעס.

טאמער טאקע ביי דיר איז א פרעזידענט נישט געוויילט געווארן צו פירן די לאנד, נאר זיך צו שלאגן מיט האלב די לאנד, פארשטיי איך גוט פארוואס דו שטיצסט טראמפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9079 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » דינסטאג יולי 28, 2020 5:34 pm

פון איין זייט וואוין איך פונקט אזוי אין ניו יארק ווי אין אמעריקע, און קאומאו'ס פאליסיס אפעקטירן מיר אין גרויסן
פון די אנדערע זייט איז טראמפ דער פרעזידענט איבער "גאנץ" אמעריקע, און וויפיל פון זיינע פאליסיס בארירן מיר דירעקט


פארוואס האסטו טענות (אויב די האסט) אויף דיין זוהן'ס באס דרייווער אז ער סטאפט נישט ביי דיין הויז?
גיי גראד ביז דער ראש המוסדות\רבי ער זאל זיך מטפל זיי בנבילות
מנחם ציון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך דער דאס » דינסטאג יולי 28, 2020 6:16 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:מען האט אים נישט אויפגענומען צו פירן די פענעדעמיק קריזיס, מען האט אים אויפגענומען זיך צו שלאגן מיט די ליבעראלע .

און דערין האט גאר שטארק מצליח געווען.


אין קורצן און צום פינטל ארויסגעברענגט וואס מיינט א טראמפ שטיצער!!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 560 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 28, 2020 6:22 pm

מנחם ציון האט געשריבן:פון איין זייט וואוין איך פונקט אזוי אין ניו יארק ווי אין אמעריקע, און קאומאו'ס פאליסיס אפעקטירן מיר אין גרויסן
פון די אנדערע זייט איז טראמפ דער פרעזידענט איבער "גאנץ" אמעריקע, און וויפיל פון זיינע פאליסיס בארירן מיר דירעקט


פארוואס האסטו טענות (אויב די האסט) אויף דיין זוהן'ס באס דרייווער אז ער סטאפט נישט ביי דיין הויז?
גיי גראד ביז דער ראש המוסדות\רבי ער זאל זיך מטפל זיי בנבילות

קענסט וואוטן קעגן זיי ביידע, קיינער האט נישט געבונדן די צוויי נושאים. אז קואומא האט געטון נישט ריכטיג און דו קענסט אים שוין נישט טרויערן צו זיין דיין גאווערנער, וואוט קעגן אים. דאס מאכט גארנישט אויס לגבי טראמפ, וואס האט געוויזן וואס פאסירט ווען מ'לייגט אריין אין אמט איינער וואס פארשטייט נישט קיין פרטים און וויל נישט פארשטיין קיין פרטים און איז ניטאמאל אינטרעסירט אין פירן די לאנד על מי מנוחות. נאר זיך שלאגן מיט דער, און בלייבן גערעכט מיט יענעם. די שווערע ארבעט פון פארשטיין די סבות פאר אלס און זיך פירן דערמיט כהוגן, האט ער דיר מער ווייניגער געזאגט אז ער האלט נישט ביים דאס טון.

מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9079 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט