בלאט 1 פון 1

סי איי עי ניצט רוסלאנד צו האקן טראמפ

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:49 am
דורך אישתישבי
אין א איראנישע טוויסט האט דער סי איי עי ארויסגעגעבן א סינאפסעס צו אכט קאנגרעסלייט וואס דארט שטייט כלומרשט זאכען וואס רוסלאנד האט אין זייער אייגענטום, וואס זיי קענען מיט דעם בלעקמעילען טראמפ.

ד.ה. אז דאס וואס רוסלאנד האט געהאט קעגן היללארי איז נישט וויכטיג, נאר די פאר נארישע אנקלאגעס וואס רוסלאנד האט קעגען טראמפ לייגט אריין גאנץ אמעריקע אין א סכנה.

מצד אחר טענה'ט דער סי איי עי אז טראמפ האט געארבעט מיט רוסלאנד דורכאויס די עלעקשאן, און זיך געטראפן אין פראג.

מעיק אפ יור מיינד.

פארשטייט זיך אז דראדזש טענה'ט, אז דער סי איי עי ציטערט עס וועט קלאר ווערן אז זיי האבן געהעקט היללארי, לייגן זיי עס אויף רוסלאנד. נו, קאנספיראציע.

אבער דער עיקר חידוש איז ווי טאלאנטפול די סי איי עי איז. אויב זיי קענען נישט אליין באשמוצן טראמפ, נוצן זיי רוסלאנד צו קענען פאבריצירן גאלדענע טענות אויף טראמפ. והמבין יבין.