ויפרו וירבו מאוד – ויחי יעקב בארץ מצרים – ותלקח אסתר אל בית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

ויפרו וירבו מאוד – ויחי יעקב בארץ מצרים – ותלקח אסתר אל בית

שליחה דורך גרוש »

בס"ד

ליל שני לסדר "ראשית אוני" אחד עשר יום לחודש עשירי הוא חודש טבת בשנת "שבע (תרתי משמע (עי' להלן))מאות ושבעים ושבעה" לפ"ק

[center]ויפרו וירבו מאוד – ויחי יעקב בארץ מצרים – ותלקח אסתר אל בית מלכותו בחודש העשירי הוא חודש טבת[/center]

מיר האלטן שוין בחודש עשירי בשנת העשירי, פאר 9 יאר צוריק בעת כזאת אינעם קאלטן חודש טבת האבן מיר געפראוועט די נעכט מיט גרויס צומישעניש, מיט עצבות, אינטער שאק, מיר האבן נישט געקענט צו זיך קומען, זיך זעהנדיג אין א מצב צו איך גלייב יא צו איך גלייב נישט, עס איז א פאקט, איך בין סעפערעיט (נמ"ג) אט אט גיי איך באקומען דעם נאמען וואס כ'האב אלץ אנגעקוקט ווי עס בכלל אפילו נישט מיין צענטע קאזין, עס איז א מורא'דיגע שרעקעדיגע ווארט וואס האט מיר קיינמאל נישט געמיינט, די ווארט פון פיר אותיות עס באשטייט, נאר צו דארפן טראכטן דערפון ווער איך חלוש, נישט מער און נישט ווייניגער איך ווער א גרוש (היל"ת).

אין די קאלטע ווינטער נעכט פון חודש טבת שנת תשס"ח לא אוכל להתאפק מליתן שנת לעיני ותנומה לעפעפי, נישט קענענדיג אראפשלינגען דעם ביטערן פאקט אויף וואס כ'האב זיך קיינמאל נישט געגרייט, יעדע מינוט אין די נעכט איז געווען א עקסטערע אפקומעניש, נאר טראכטענדיג וואס איך דארף יעצט דורך גיין, בדרך הטבע פארשטיי איך אפילו נישט וויזוי כ'האב דורך געלעבט יענע נעכט, נאר אזויווי אין הקב"ה מכה לישראל אא"כ בורא להם רפואה תחלה, האט ער שוין מיט 40 יאר פריער אנגעגרייט א גרויסן בית מדרש אויף 152 ראדני סטריט, און עס מסבב געווען פאר די מנינים צענטער פון די שטאט וויליאמסבורג, אזוי אז ווען מיר האבן שוין געהאלטן 40 יאר פעטער איז עס שוין געווען א תל שכל פיות וואס ווילן דאווענען מעריב בפרט אין די שפעטע נאכט שעה'ן און אין די פריע פארטאגס שטונדן פונים אליו, אזוי איז אלץ געווען מיט וועם צו רעדן און מיט וועם צו פארברענגען, נאכן דורך גיין די שבע ימי הבחרות ווי מיר האבן קענען געלערנט די חשיבות פון די הייליגע ווינטער נעכט, ווען מיר פלעגן אויפשטיין אין די פארטאגס שעה'ן מאכן א שנעלע מקוה און לערנען עטליכע שעה פארן דאווענען ובפרט ליל שישי, און דא דערזעה איך מיר זיצן צווישן די דאזיגע וואס זענען "ניעור בלילה ומפנה לבם לבטלה" עס האט פארשטייט זיך נישט צוגעגעבן צום צרה, אבער ע"ז כבר אמר החכם מכל אדם "ההכרח לא יגונה" ווי איידער אראפ גיין פון זינען, פיקוח נפש דוחה שבת, מוטב שיחלל שבת אחת ואל יחלל הרבה שבתות, וד"ל, זעמיר אפגעזיצן די נעכט, בדמעות הלב, מיר האבן געווייטאגט אויף די הייליגע און טייערע ווינטער נעכט וואס גייען לבטלה, ובפרט ווען מיר זענען געשטאנען בחודש העשירי הוא חודש טבת, ווי די גמרא זאגט "ירח שהגוף נהנה מן הגוף" און דא זענען אלע פלענער צורינען ווי א זייפן בלאז, מיר זענען טאקע געגאנגען אינטער די חופה, אבער ליידער נאך נישט אנגעקומען צום ציהל, אבל זאת נחמתי בעניי, אז אט אט גייען מיר מקיים זיין די מצוה פון "וכתב לה" (נמ"ג) און דערנאך וועט אי"ה זיין אדיר הוא יבנה ביתי בקרוב, און מתפלל געווען "קל בנה קל בנה ביתי בקרוב" אבער וואס מיר האבן דעמאלט נישט גע'חלום'ט אז נישט נאר וואס מיר זענען נאך נישט אנגעקומען ווי מיר געהאפט און געשטרעבט, נאר עס איז געווען אין א בחינה "אראנו ולא עתה אשורנו ולא קרוב" אין וויסטען חלום נישט בייגעפאלן אז עס וועט אריבערגיין נאכאמאל א "חודש עשירי הוא חודש טבת" און נאכאמאל און נאכאמאל, ביז 10 מאל, עס איז מיר דעמאלט נישט בייגעפאלן אז בשנת העשירי פון די דעמאלטסדיגע נעכט, 9 יאר שפעטער גיי מיר נאכמאל אריין גיין אין דעם בחודש העשירי הוא חודש טבת, און עס וועט נאך אלץ נישט זיין דעם ירח שהגוף נהנה מן הגוף, (נאכאמזל, ווען יא וואלט איך עס נישט דורך געטראגן), נישט געגלייבט אז עס וועט דורך גיין אזויפיל יארן, אזוי ווייט אז כ'וועל אנקומען צו קאפיטל ל' (שנת השלשים) און נאך אלץ נישט קענען זאגן "מזמור שיר חנוכת הבית", נאכן אזויפיל תשוקות נאך אזויפיל תפלות "מתי אעשה גם אנכי לביתי", נישט זעהן קיין ענדע צו די צרות בעיני בשרי,

מיר האבן נישט גע'חלומ'ט וויפיל דמעות, וויפיל תפלות, וויפיל שלאפלאזע נעכט, וויפיל ימים טובים וואס במסתרים תבכה נפשי, וויפיל הפצרות, וויפיל בלוט, וויפיל צער, איך וועל וועל דארפן דורך גיין ביזן אנקומען לתכלית הבריאה "לא תוהו בראה לשבת יצרה", וויפיל מאל עס וועט דורך לויפן אין מיין מחשבה טראכטענדיג, וויפיל מאל ווארט דער אייבערשטער אויפ'ן יחזור ויתפלל, וויפיל טאן דמעות נאך ערווארט ער, ביז איך וועל זעהן מיין ישועה, וויפיל סגולות וויפיל דורכגענג, וויפיל תקופות, וואס נאך וויל ער פון מיר,

איך האב נישט געקענט אפילו טראכטן, אז נאך אזויפיל מאל ליינען די פרשיות פון די שידוכים פון אונזערע אבות הקדושים, מעשה אבות סימן לבנים, נאך אזויפיל מאל וויינען ביי די קברים פון די תנאים ואמוראים שרפי מעלה וואס האבן געקענט מחי' מתים זיין, נאך אזויפיל מאל זיך משתטח זיין ביים קבר רשב"י וואס האט געזאגט יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין, נאך אזויפיל נחלי דמעות וואס מיר האבן עטליכע מאל פארגאסן ביים קבר פון התנא אלקי רבי יונתן בן עוזיאל וואס חז"ל זאגן אויף אים "בשעה שהי' יושב ועוסק בתורה כל עוף הפורח עליו מיד נשרף" נאך אזויפיל דמעות וואס מיר האבן פארגאסן בעת מיר האבן זיך ערוועקט בתחלת אשמורת הבוקר בזמן ווען עס איז "תינוק יונק משדי אמו ואשה מספרת עם בעלה" זיך דערזעענדיג אז מיר זענען נאך אלץ נישט זוכה דערצו, בפרט אין די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט, ווען יעדער פארברענגט ביי זיך אין שטוב, ואני אנה אני בא, ווען וועל איך שוין זוכה זיין דערצו,

מי יוכל לתאר ולשער ולספר ולחשוב ולצייר ולדמות וואס דאס מיינט און וויזוי מ'פיהלט ווען מיר האלטן שוין ביים צענטן מאל סדר בראשית, זייט יענע שווערע זמנים ועדיין לא נושעתי, מיר האבן נאכאמאל געליינט, "לא טוב היות אדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו" נאכאמאל געליינט "והאדם ידע את חוה אשתו" נאכאמאל געליינט "כעת חי' ולשרה בן", נאכאמאל געליינט "וה' פקד את שרה", נאכאמאל געליינט "ותהי לו לאשה ויאהביה", נאכאמאל געליינט "ויאהב יעקב את רחל", נאכאמאל געליינט "הבה את אשתי כי מלאו ימי ואבואה אליה", נאכאמאל געליינט "הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי", נאכאמאל געליינט "ויזכור אלקים את רחל ויפתח את רחמה", נאכאמאל געליינט "מתי אעשה גם אנכי לביתי", נאכאמאל געליינט "הבה נא אבוא אליך וכו' ותאמר מה תתן לי כי תבוא אלי", נאכאמאל געליינט דעם "ותאמר שכבה עמי וימאן", עס איז שוין צום צענטן מאל דורך די ימי החנוכה זייט דעמאלט בעת ווען מיינע חברים זיצן "נר איש וביתו" ועדיין לא מצאתי מיט וועם צו מקיים זיין די פרסומי ניסא, מ'האט נאכאמאל געליינט "ויתן לו את אסנת בת פוטי פרע כהן אן לאשה וגו' ויוסף בן שלשים שנה בעמדו לפני פרעה", נאך די אלע נסיונות וואס ער איז בייגעשטאנען און בזכותו נגדרו כל ישראל, האט ער ביי די 30 יאר ענדליך זוכה געווען צו טרעפן זיין אשתו משמרתו, און מיר שטייען יעצט ביי בן שלשים שנה און דערווייל ליידער ועדיין לא נושעתי, מיר זעהן ליידער נאך אלץ נישט די קריאה מעורר הזמן,

[center]וירא את העגלות אשר שלח יוסף לשאת אותו - בשעבוד מלכות עגלה[/center]
נאכאמאל געליינט דעם "וירא את העגלות אשר שלח יוסף לשאת אותו" די לעבן איז א ווי א עגלה א גלגל החוזר, יוסף האט געשיקט דא זאגן פאר יעקב אז אפילו נאך אזויפיל יארן זיצן אין טומאת מצרים אין ערות הארץ און די רעדל האט זיך אים שוין געדרייט אלע זייטן, ער איז געווען ברום המעלה "כי אותו אהב מכל אחיו" אראפ צו דיוטא התחתוה "וישליכהו אותו הבורה והבור רק אין בו מים" ווי חז"ל זאגן "מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו" והמדנים מכרו אותו אל מצרים לפוטיפר סריס פרעה שר הטבחים, ער איז שוין געווען א עבד לעבדי פרעה מלך מצרים, למלכות עגלה, אויף וואס די תוה"ק זאגט אונז "כמעשה ארץ מצרים לא תעשו" נאכדעם איז ער צוריק ארויף א מדרגה "ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח, ואת כל אשר עושים שם הוא הי' עושה" ויברך ה' את בית המצרי בגלל יוסף, ביז ער איז צוריק געפאלן צו א מדרגה "ויהי יוסף יפה תאר ויפה מראה ויהי אחר הדברים האלה איז ער אריין געפאלן אין די שטארקע נסיון, און שוין כמעט דורך געפאלן, ויבוא הביתה לעשות מלאכתו ווי איין מ"ד אין די גמרא האט ער שוין געהאלטן ביים דורך פאלן ווען נישט "נראה לו דמות דיוקנו של אביו" און ווי מיר זעהן פון די מדרשים האט ער שוין ביי די 17 יאר ליידער נישט געקענט זאגן וואס יעקב אבינו האט געזאגט ביי די 84, "ראשית אוני" ווי מיר זעהן אין די וואכעדיגע סדרה (ויחי) און ער האט עומד בנסיון געווען, עכ"ז שוין נאכן אנקומען צו די מדרגה וואס ער איז באקאנט געווארן עד היום הזה אלץ יוסף הצדיק, האט מען געמאכט א בלבול אויף אים "ויקח אדוני יוסף אותו ויתנהו אל בית הסוהר" גאנצע 12 יאר איז ער געזיצן אין תפיסה ביז עס איז אנגעקומען די "ויוסף בן שלשים שנה בעמדו לפני פרעה" און ער איז ארויף ביז די מדריגה פון "משנה למלך" ועל פיך ישק כל עמי, און עס איז דורך געגאנגען די שבע שנת השובע און די "כי זה שנתים הרעב" ביז די ברודער די שבטי קה זענען אנגעקומען, בהתודע יוסף אל אחיו און ער האט זיי געזאגט "כי למחי' שלחני אלקים לפניכם", איז יעצט ווען יעקב אבינו איז אראפגעקומען קיין מצרים, "ויפג לבו כי לא האמין להם", טראכטנדיג ווער ווייסט וואס איז געווארן מיט יוסף נאך אזויפיל יארן אין ערות הארץ, נאר ערשט נאכדעם וואס "וירא את העגלות אשר שלח יוסף לשאת", יוסף האט אים געשיקט זאגן אז די לעבן איז א גלגל און ער איז שוין דורך אלע זמנים און ער איז עס ב"ה דורך געקומען, ערשט דעמאלט "ותחי רוח יעקב אביהם"

יעצט ווען מיר האלטן שוין 9 יאר שפעטער מיר האבן שוין צום צענטן מאל געליינט "וירא את העגלות אשר שלח יוסף לשאת" מיר זענען ליידער דורך שוין 9 שני הרעב" מיר האלטן שוין ב"ה אין שנת ל"א לימי חיי, ל"א רעב ללחם (אינעם שנת הל"א און מיר זענען נאך אלץ רעב צו דעם "כי אם הלחם אשר הוא אוכל") ול"א צמא למים (אינעם שנת הל"א און מיר זענען נאך ליידער אלץ צמא ל"מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" – און מיר זענען מתפלל ל"א יוכלו לכבות אינעם שנת הל"א זאל מיר זוכה זיין אפצושטילן די דורשט, עס זאל זיין "כי אם הלחם אשר הוא אוכל" און "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" עדי זקנה ושיבה ועד בכלל) די רעדל האט זיך אין די לעצטע 9 יאר געדרייט אויף אסאך זייטן, כמה מאורעות והרפתקאות עדו עלי, ועדיין לא נושעתי, און מיר זענען נאך אלץ אינעם עגלה, פארזינקען במלכות עגלה (מצרים) מיר דארפן זיך יעדע נאכט עקסטער שלאגן מיטן יצרא דעריות צו קענען מקיים זיין דעם "כמעשה ארץ מצרים לא תעשו" מיר קוקן ארויס אויף יציאת מצרים און קריעת ים סוף, קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף, קשה פרנסתו של אדם כקריעת ים סוף, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו שפאלטן דעם ים סוף פון די מים הזדונים און מקיים זיין דעם "עושה צדקה בכל עת" ווי חז"ל זאגן זה המפרנס בניו ובני ביתו, עס זאל שוין זיין "אשתך כגפן פורי'" ווי חז"ל זאגן מה גפן פריו לברכה אף אשה כשירה פריו לברכה עס זאל שוין זיין "בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך" מה זית אינו יוצא שמנו אלע ע"י כתישה, נאך די 9 שווערע יארן אין די מצב פון "כתישה" נאך די ימי חנוכה וואס מיר האבן געצינדן מיט "שמן זית" און אריין אין חודש עשירי הוא חודש טבת (מל' טוב), זאל שוין זיין "אור כי טוב" אורה זו תורה, ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה, מצא אשה מצא טוב, טובים השנים מן האחד, אם ישכב האחד איך יחם לו אם תשכבון שנים וחם להם,

[center]אשת חיל מי ימצא – א-ל בנה א-ל בנה, בנה ביתי בקרוב[/center]
יעצט ווען עס האט זיך געענדיגט קאפיט"ל ל' ועדיין לא זכיתי צו דאס וואס שטייט אין דעם קאפיטל "מזמור שיר חנוכת הבית" עס ליידער נאך נישט "מושיבי עקרת הבית אם הבנים שמחה" השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה, שמחה איז ר"ת מ'זמור ש'יר ח'נוכת ה'בית, אריין טרעטענדיג בשנת הל"א לימי חיי עמו"ש, אני עומד ומצפה ומייחל בכליון עינים, אז די אלע פסוקים זאל נאך מקויים ווערן ווילאנג עס איז נאך ל', און יעצט שטייענדיג בשנת ל"א זאל מקויים ווערן וואס עס שטייט אין קאפיטל ל"א (משלי) "אשת חיל מי ימצא ורחוק מפנינים מכרה" עס זאל זיין "בטח בה לב בעלה ושלל לא יחסר" עס זאל זיין "גמלתהו טוב ולא רע כל ימי חייה (עדי זקנה ושיבה)" עס זאל מקויים ווערן דעם גאנצן מזמור, עס זאל זיין "לא יכבה בלילה נרה (אפי אין די שווערסטע מצבים שדומה ללילה)" עס זאל זיין "נודע בשערים בעלה" עס זאל "צופי' הליכות ביתה ולחם עצלות לא תאכל" עס זאל זיין "קמו בניה ויאשרוה בעלה ויהללה (עס זאל זיין אמת במלוא מובן המלה)" מ'זאל קענען זאגן בפה מלא "ואת עלית על כולנה" עס זאל זיין נישט זיין קיין "שקר החן והבל היופי" נאר א אמת'ע חן ויופי, עס זאל זיין די ריכטיגע "אשה יראת ה' היא תתהלל" עס זאל "תנו לה מפרי ידיה ויהללוה בשערים מעשיה, עס זאל זיין א-ל בנה א-ל בנה (שינה הכתוב לעכב) א-ל אינעם שנת ל"א בנה - א-ל אינעם שנת ל"א בנה, בנה ביתי בקרוב, במהרה דידן, ווער נאך ווי דער אייבערשטער אליינס ווייסט, אז מ'קען נישט ווארטן אפילו איין סעקונדע ווייל עס איז פיקוח נפש ממש,

[center]למה פרשה זו סתומה – ברכתו כעץ שתול על פלגי מים – פלגי מים ירדו עיני - רוחק מעם פחז כמים[/center]
מיר האבן שוין צום צענטן מאל זייט יענעם ווינטער געליינט דעם "ויפרו וירבו מאוד ויחי יעקב בארץ מצרים" ווי רש"י זאגט "למה פרשה זו סתומה" פארוואס נאך אזויפיל יארן בשנת העשירי איז נאך אלץ פרשה זו סתומה, פארוואס איז נאך אלץ נישט מקויים געווארן דעם "ויפרו וירבו מאוד", מיר ווארטן נאך אלץ אויף "והי' כעץ שתול על פלגי מים – אשר פריו יתן בעתו", עס זאל שוין מקויים ווערן דעם "ברכתו כעץ שתול על פלגי מים", נאך אזויפיל יארן וואס "פלגי מים ירדו עיני" און מיר האלטן נאך אלץ ביים "ויחי יעקב בארץ מצרים", ויחי יעקב, בעקבתא דמשיחא לעבן מיר בארץ מצרים, אין די נסיונות פון מעשי ארץ מצרים, און נאך אלץ נישט זוכה געווען צו דעם "שהמתקת למו מרירות מים" און צו דעם "שהעברת בגזרת מים" צו קריעת ים סוף,

מיר גייען אי"ה ליינען די וואך שבת שוין צום צענטן מאל זייט יענע חודש טבת די ברכות פון יעקב אבינו, "פחז כמים אל תותר" כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה, עכ"ז האט עס געהייסן א פגם, אם בארזים נפלו שלהבת, אויב ביי די שבטי ק-ה די "שנים עשר שבטים שהעברת בגזירות מים - שהמתקת למו מרירות מים" איז געווען שייך "פחז כמים" מ'האט נישט געקענט ווארטן, אנן מה נעני' אבתרי', וויזוי זאלן מיר נישט זיין פחז כמים, מים הזדונים, ווען מיר זענען נאך אלץ נישט זוכה צו "ויבקעו המים" און צו "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה", אויב ביי די שבטי ק-ה איז געווען אזא זאך ווי "כי עלית משכבי אביך אז חללת יצועי עלה" וויזוי קען בדורינו אלה בעיקבתא דמשיחא, זיין כי עלית משכבי אהן א פגם, און דאס איז שוין געווען ביי ראובן וואס יעקב האט געזאגט אויף אים "ראשית אוני" ביי די 84 יאר, הורתו ולידתו איז געווען אויף העכסטן מאס קדושה וואס איז שייך אויף די וועלט, עאכו"כ לאנשים כערכינו ווען מיר האלטן שוין אין לעצטן פערטל פון אלף השישי בעת תגבורת המים הזדונים, נאך אזויפיל מאל שופך זיין דמעות כמים, אז עס דארף זיין "המתקת למו מרירות מים" און זוכה זיין צו די "שהעברת בגזירת מים" צו ביידע זאכן וואס זענען כקריעת ים סוף כנ"ל


[center]בן פורת יוסף – בנות צעדה עלי שור – ותשב באיתן קשתו ויפוזו זרועי ידיו[/center]

ווען מ'טראכט אריין אין די פסוקים, בפרט אין די דרשת חז"ל וויזוי זיי טייטשן אויס די פסוקים, זעהט מען ווען אין די 5 פסוקים פון די ברכות וואס יעקב אבינו האט געבענטש "יוסף הצדיק" איז טובא גניז בגוי' און מ'קען פון דעם ארויסלערנען זייער אסאך מיד ולדורות, אין די פסוקים איז מרומז אלע מאורעות וואס זענען דורך אויף יוסף הצדיק אינעם גלגל החוזר (כנ"ל) ביז ער איז אנגעקומען די מדריגה אז בזכותו נגדרו כל ישראל,
בן פורת יוסף ווען יעקב אבינו האט זיך געבוקט פאר עשיו איז יוסף הצדיק געווען דער וואס האט זיך געשטעלט פאר זיין מאמע רחל, צו פארשטעלן איר פנים "עלי עין" פאר די אויגן פון עשיו, צוליב וואס ווען עס איז געווען "האדמון כבט שלא חלה, צבה לקחתה לו ונתבהלה" ער עס געווען דער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט בקדושת יוסף הצדיק, ווען דעם האט ער זוכה געווען צום "בן פורת יוסף עלי עין" כאטש וואס ער האט באקומען די ברכה "בן שפרה ורבה" האט באקומען ברכת "עלי עין" עס זאל נישט שולט זיין קיין עין הרע, בנות צעדה עלי שור בעת ווען עס איז געווען "עדות בי-הוסף שמו בצאתו על ארץ מצרים" און ער איז בייגעשטאנען די נסיונות אין טומאת מצרים ערות הארץ, נתוסף לו ה' על שמו, ער האט באקומען די שם י-ה, און ער האט זוכה געווען צו "וימצא יוסף חן" אויף אזוי ווייט אז "בנות צעדה עלי שור" להסתכל ביופיו,

ותשב באיתן קשתו ויפוזו זרועי ידיו, ער האט זוכה געווען צו מלוכה, און ווי חז"ל טייטשן דעם פסוק, אז עס גייט ארויף אויף די עת נסיון ביי אשת פוטיפר, ער האט זיך געשלאגן מיט זיינע נסיונות און דורך דעם "נראה לו דמות דיוקנו של אביו" איז געווען "ותשב באיתן קשתו", עס איז אפילו געווען "ויפוזו זרועי ידיו" ווייל ער האט נישט געוואלט דורכפאלן, אבער ווי פריער דערמאנט האט ער שוין ליידער נישט געקענט זאגן, ראשית אוני, אם בארזים נפלה שלהבת אנן מה נעני' אבתרי', אויב דאס איז געווען ביי יוסף הצדיק די מקור הקדושה, וואס הורתו ולידתו איז געווען פון יעקב אבינו וואס האט די 84 געזאגט "ראשית אוני" שוין נאכדעם וואס איז געווען "טען מקלו ועבר ירדן מים, כי במקלי עברתי את הירדן הזה", איבערגעקומען די מים הזדונים, יחד לב וגל אבן מפי באר מים, בעת ער האט זיך געטראפן די ערשטע מאל מיט "בת זוגו" וואס כל עצמו של יעקב לא עבד בלבן אלא בשביל רחל, און עס איז געווען "וישק יעקב לרחל" און דאס איז אויך געווען בקדושה יתירה, עכ"ז איז ער בייגעקומען "כנאבק לו שר בלול מאש ומים" די שרו של עשיו, נישט דורך צופאלן, עכ"ז איז יוסף הצדיק דורך די שווערע זמנים, און טאקע דערפאר ווערט ער אנגערופען עד היום הזה "יוסף הצדיק", א"כ וואס פארלאנגט דער אייבערשטער בימינו אלה בעיקבתא דמשיחא ווען די נסיונות זענען פיל שטערקער ווי אין מצרים, און מיר האבן נישט די מדריגה פון די אבות און די שבטים, איז עאכו"כ אויב יעקב אבינו און די שבטי קה, האבן זוכה געווען צו די ברכות, ווען זיי זענען ליידער דורכגעפאלן מיט זאכן וואס לפי ערכם איז געווען א פגם, ראובן מיט כי עלית משכבי אביך און יוסף הצדיק מיט ויבא הביתה לעשות מלאכתו און ויפוזו זרועי ידיו, און טאקע דאס וואס זיי האבן זיך געשטארקט און בייגעקומען די יצר הרע נאך די פגמים, היא שעמדה להם, צו באקומען די אלע ברכות, איז דאך א כל שכן, אין אונזערע נסיונות און שוועריגקייטן און דורכפעלער, אז עס דארף און וועט אי"ה זיין קריאה מעורר הזמן בלוא מובן המלה, עס וועט אי"ה מקויים ווערן דעם "יתר שאת ויתר עז (ויהי' בעיניה כמלך)" "בן פורת יוסף בן פורת עלי עין בנות צעדה עלי שור" כפשוטו וכמשמעו וכמדרשו כנ"ל.

מאתו לא תצא רעות, אני מאמין באמונה שלימה אז אלעס וואס איז געווען ביזן יעצטיגן מינוט האט אזוי געדארפט זיין און מיר פרעגן נישט און מיר האבן נישט קיין קשיות, העבר אין וההוה כהרף עין והעתיד עדיין, מיר בעטן נאר אויפן עתיד, מדה טובה מרובה חמש מאות פעמים, שמחינו כימות עניתנו, מיר זאלן שוין נישט קענען אפילו פרעגן למה פרשה זו סתומה, עס זאל זיין גל נעול אחותי כלה מעיין חתום, עס זאל זיין "ויפרו וירבו מאוד" במלוא מובן המלה, ויהי החודש הזה סוף וקץ לכל צרותינו תחלה וראש לפדיון נפשינו (די נפש – נשמה), עס זאל זיין "ותלקח אסתר" (די הסתר פנים זאל אוועקגענומען ווערן – די דברים שבסתר זאל שוין אריין גענומען ווערן אל בית מלכותו - ויהי' בעיניה כמלך) "בחודש העשירי הוא חודש טבת" (מל' הטבת הנרות - די נר ה' נשמת אדם זאל קען זיין ריין מחטאת נעורים, (ומצילות אותנו מן החטא) נר איש וביתו צוויי מאל נר איז ת"ק כמנין רמ"ח איברין דדכרא ובר"ן איברין דנוקבא כידוע לי"ח, עס זאל זיין בהעלותך את הנרות, אראפברענגען דורות, עס זאל זיין ערכתי נר למשיחי (אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף), יאירו (שבעת ה (גי' תשע"ז) נרות כנ"ל) בשנת שבע (תרתי משמע – שׁבע בחינת מלכות כידוע – שָׂבע בעושר ואושר בבני חיי ומזוני רויחי) עדי נזכה לביאת בן דוד מלכא משיחא ויבנה בית המקדש – צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה ביום חתונתו ויום שמחת לבו זה בנין בית המקדש שיבנה במהרה בימינו אמן.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר