געדאנקען נאך א באזוך אין אוישוויץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

געדאנקען נאך א באזוך אין אוישוויץ

שליחה דורך חכם-לב »

איך בין לעצטענס געווען אויף א באזוך אין פוילן, בין איך געפארן קיין אוישוויץ, איך ווייס אז ס'זענען דא וואס האבן נישט געהאלטן פון אהינפארן צוליב פארשידענע סיבות בין איך אבער געפארן, נישט ווי א טוריסט, איך בין נישט געגאנגען לערנען היסטאריע אדער פארשטיין צו וואס שנאה קען צוברענגען, אדער צו ווי נידריג א מענטש קען צוקומען. דאס האב איך אלעס געוואוסט. איך האב געוואלט זיין ביים פלאץ וואו הונדערטער טויזענטער אידן זענען געגאנגען זייער לעצטע וועג און געזאגט שמע ישראל.

איך בין געגאנגען אויף די אדמת קודש וואס איז דורכגעזאפט און געווייקט מיט אידיש בלוט, אויף יעדע טריט דארט זענען אוודאי אומגעקומען אידן מיט מיתות משונות על קידוש השם.

אויסער וואס דאס איז געווען א טויט לאגער איז דאס אויך געווען א לעבנס לאגער, מען דארף זיך אויס'משל'ען די אומשטענדן וויאזוי אידן האבן נעבעך געלעבט ביז'ן טויט, אין א קאלטן באראק, מיט א דינע קליידל זענען די אידן אויפגעשטאנען צופרי אויפן באראק ליגענדיג איינער איבער דריי צום שמעק פון טויטע און פון לעבעדיגע, צו ווילדע געשרייען פון רוצחים, צו בשורות פון ווער ס'איז אויסגעגאנגען די נאכט, דער פון הונגער און דער פון צער.

מען האט געזען די שווארצע רויעך פונעם קוימען, ניין, קיינער האט נישט געזען קיין רויעך, מען האט געזען מענטשן ארויף פארן צום הימל, גראד פונעם פינצטערן גיהנם צום לעכטיגן גן עדן. מען האט געהערט קולות פון קוילן, הונט און אפיצירן, די הונט זענען אבער געווען מער מענטשליך.

ווי קענען מענטשן הנאה האבן פון פייניגן און זעהן פיין? ווי קארופטירט און דורכגעפוילט דארף א פאלק זיין ארויסצוגעבן מענטשן ערגער ווי המן און עמלק? וויפיל ערגער פון א שלאנג דארף מען זיין אויפצוקומען אז דאס וואס הייצט מענטשהייט און דאס וואס באקט אפ זייער ברויט, זאל גענוצט ווערן אלס א מעטאד פאר טויט? 'געבילדעטע' מענטשן זענען ערגער געווען ווי שדים.

בלעטלעך און ביימער האבן איבערגעלעבט, פרייע פייגלעך האבן געטשיפשעט און הונט זענען פריי געווען, די געלע זון האט ווייטער אויפגעשיינט, און די שניי איז ווייטער ווייס געווען. אונטער דעם בלויען הימל איז די ערד אבער רויט געווען, פנים'ער גרין און לעבנס פארשווארצט.

דער מענטש האט געדארפט אונטערדרוקן זיינע מענטשליכע געפילן. מען האט דעם איד בארויבט, דערנידערט און געשלאגן, דער טאטע האט געמוזט שטיל זיין ווען מען האט זיין קינד געשאסן פאר זיינע אויגן, ווען ער האט זיך מיט יסורים געוואלגערט פאר זיינע אויגן און דאס בלוט האט זיך געגאסן ביז זיינע פיס. קען מען זיך דען פארשטעלן ווי הויך די געוויין איז געווען אין הארץ? די מאמע האט געדארפט שווייגן ווען מען האט איר פיצלס גענומען ווי א כפרה הינדל צום שוחט ערב יום הקדוש. אוי דאס הארץ בלוטיגט.

גאט האט פארלאזט דעם איד, אבער אידן האבן נישט פארלאזט גאט, גאט האט מיטגעוויינט, שטיל.

שוואכע מענטשן האבן געדארפט שלעפן די גופים פון זייערע משפחה, שכנים, חברים און אידן אן נעמען, דער דייטש איז געשטאנען און געלאכט, דער איד האט געזאגט א משנה לעילוי נשמתם.

איך וואלט זיך אבער קיינמאל נישט געטוישט מיט זיי פלעצער. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק איז געווען דער דער'הרג'טער און נישט דער בלוט-דורשטיגער פאררעטער פון מענטשהייט. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק האט נישט ארויסגעגעבן אזעלכע חיות טרף, איך בין שטאלץ אז בשעת די דייטשע מזיקים האבן געקוועלט פון פייניגן די לעבעדיגע און פארשעמען די טויטע האבן מיינע ברידער און שוועסטער אוועקגעגעבן פון זייער קליין שטיקל ברויט צום לעבעדיגן, און געזאגט א קדיש נאך די טויטע.

ד' ינקום דמם, ארץ אל תכסי דמם.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר