פון גראפיקער'ס טיש (וועקער #1)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

פון גראפיקער'ס טיש (וועקער #1)

שליחה דורך אברעימל »

[center]- פון גראפיקער'ס טיש -[/center]
ברוב שבח והודאה צום אלמעכטיגן באשעפער, און מיט א ציטערדיגע פעדער, שרייב איך אפ די פאלגענדע געדאנקן.
דער סדר פון אן ארטיסט/מעהלער איז, אז בשעת ער האלט אינמיטן ארבעטן און מאלן א בילד, זעט אויס א קאטשקעריי פון אלע זייטן, אז ס'קען זיך דאכטן אז דער מעהלער מאלט ווי א קינד, אן קיין טעם און גראם. נאר נאך וואס ער ענדיגט מאלן דעם גאנצן בילד, אנטפלעקט זיך א הערליכע פאנאראמע, מעשי ידיו של האומן הנפלא.
דער טיפש וואס קען נישט צואווארטן צו זען דעם סוף דבר, הייבט אן צו ווילדעווען אינמיטן: 'דער איז א מעהלער? דער איז א שיכור! ער הייבט נישט אן צו קענען מאלן!', און אזוי שטורעמט ער ארויס נאך בעפארן קריגן א שאנס זיך איבערצוצייגן אין די נארישקייט פון זיינע רייד. ער בלייבט שוין אויף שטענדיג, מיט זיין קליינקעפיגע הנחה אז יענער איז נישט קיין מעהלער.
---
עס שטייט אין פסוק (שמואל-א ב, ב): אין צור כאלוקינו, און חז"ל דרשנ'ען דערויף (מסכת ברכות דף י' ע"א): "אין צייר כאלוקינו". אסאך פשטים זענען דא איבערן צושטעל פונעם באשעפער צום מעהלער, אבער לויט אונזערע פריערדיגע רייד קען מען זאגן אז דאס איז די כוונה דא אויך. דער באשעפער האט באשאפן א גאנצע וועלט, דומם צומח חי ומדבר, א וואונדערליכע יצירה וואס איז נאכנישט פארענדיגט. עס האלט אין איין פאסירן און טוישן ריכטונגען. עס איז די גרעסטע מאהלונג וואס איז פארהאן, און ווערט שוין געשריבן פאר טויזנטער יארן אין א ציה.
א חכם כאפט שנעל אז דער מעהלער איז א געניאס, עפעס א כח עליון, אן ארטיסט וואס מאלט די שענסטע אין די וועלט [תרתי משמע]. און כאטש וואס עס איז צואווארפן און אסאך מאדנע פארבן זענען חלק פונעם גרויסארטיגן בילד, פארשטייט ער אבער אז מיט דעם איז גאט דער גרעסטער ארטיסט, און נישט ער. דער פארענדיגטער בילד וועט ווארשיינליך נישט געשען אזוי שנעל.
ווידעראום דער חכם בעיניו, אקצעפטירט נישט די מושג פון א בעסערע געלונגערע מעהלער ווי אים זעלבסט, ווען די בריאה שטימט נישט אין זיינע אויגן – הייבט ער אן צו ווילדעווען און שטויסן.
נעבעך, ער כאפט נישט אז 'אין צייר כאלוקינו', ער קען ניטאמאל יורד זיין לסוף דעתו של אותו זקן – יש לנו אב זקן בשמים.
זיצן מיר דא איבערן קאמפיוטער, מיט פילע ארטיקלען ארומגערינגלט. דאס איז 'מן הגנוזים' און דאס איז 'חדשות אני מגיד', אט האסטו א מייסטער ארטיקל פון פלוני ואלמוני אונטער 'חדשים גם ישנים'. דאס לייגט מען ארויף אויפן דעקל, און דאס דארף מען פארטוישן. עס טוט זיך אן עירבוביא פון געדאנקען, פון ארטיקלען און בילדער. אבער מיטן הילף פונעם גרעסטן ארטיסט, שאפט זיך ארויס א שיינע פאנאראמע: עס אנטפלעקט זיך דער ערשטער זשורנאל פון "דער וועקער" – פרי עמלם פון די בעסטע שרייבער אויפן גאר פאפולערן וועבזייטל "קאווע שטיבל".
---
די סיבה פארוואס איך האב טאקע מחליט געווען אנצוהייבן אזא מאסיווע פראיעקט, פון צאמנעמען ארטיקלען פון 'קאווע שטיבל' שרייבער און עס מאכן בגדר 'תורה מפוארה בכלי מפואר', איז אויך אדאנק די הרגשת הלב פון אן ארטיסט.
זעענדיג א הערליכע בילד – מייסטער ארטיקלען פון קאווע שטיבל – וואס ליגט אבער צואווארפן אויף אלע זייטן, האב איך געקלערט אז ווען מ'וועט צוזאמעננעמען אלע ארטיקלען, וועט זיך אנטפלעקן דעם העכסטס אינטרעסאנטן בילד, דעם פאנאראמע וואס נאר שרייבער אויף קאווע שטיבל קענען צושטעלן.
און טאקע נאכן פארענדיגן דעם מאסיוון פראיעקט, זעט מען ווירקליך אז 'פנים חדשות באו לכאן', עס איז א פארענדיגטע יצירה נפלאה, מיט שיינע גראפיקס, און איז ראוי לעלות על שולחן מלכים – וכל ישראל בני מלכים הם.
נאכן האבן דעם זשורנאל "דער וועקער" אין האנט, זעט זיך אמבעסטן וואספארא קוואליפיצירטע שרייבער און דענקער, געפונען זיך אויף 'קאווע שטיבל'. דער זשורנאל וועט בעז"ה אפהילכן אין גאס, און ברענגען אויפמערקזאמקייט צו די געדאנקען וואס די ארטיקלען ברענגען ארויס. והיה זה שכרי.
---
איך וויל פארענדיגן מיט א דאנק פאר די געטרייע רעדאקציע וואס האט פארווירקליכט דעם חלום: אנגעהויבן פון ידיד נפשי החכם המכונה בשם אדנירם הי"ו, וואס איז פערזענליך געשטאנען איבער אלע ארטיקלן און אנגעפירט דעם פראיעקט, ואתו עמו די אנדערע גאר חשוב'ע חברים ווי כוכב, ראובן, געוואלדיג, און שלום שטיסל, וואס האבן אסאך ארויסגעהאלפן מיט הגהה, עצה ישרה, און נאך, אז דער ערשטער זשורנאל זאל בפועל ארויסקומען הערליך שיין.
ידידכם עוז
פיקאסא

(ייש"כ פאר @פיקאסא פאר'ן אריינשיקן דעם ארטיקל כדי צי ערגענצן דעם מפתח)
רעאגיר