פארוואס בלייבן מאמעס פארקילט לענגער ווי זייערע קינדערלעך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

פארוואס בלייבן מאמעס פארקילט לענגער ווי זייערע קינדערלעך

שליחה דורך שלום בערגער »

ליבער ד"ר בערגער,


כ'ווער זייער זעלטן קראנק, ביז היייאר ווען מיר דאכט אז כ'בין כסדר פארקילט. (כ'האלט שוין אין מיט'ן מיין דריטע פארקילונג אין 5 וואכן, וואס די ערשטע דערפון האט ארויסגערופן אן אויערן-אינפעקציע; אין יענער צייט האב איך אויך געליטן פון א מיגרען און א בויכווירוס). מיין עופעלע איז אלט 20 חדשים הייבט שוין אן זיין ערשטן יאר אין א טאגהיים און איך שטעק זיך אן מיט אלץ וואס ווערט צעטיילט אין זיין קלאסצימער. דער חילוק איז נאר, וואס ער ווערט קראנק אויף בלויז א מעת-לעת בשעת איך בלייב נישט-געזונט איינס ביז צוויי וואכן לאנג. וואס קען איך געטון, כ’זאל נישט זיין כסדר קראנק?

הרבה רחל דודלי זערין (פראווידענס, ראד-איילענד)

חשוב'ה רבה זערין,

צום באדויערן זייט איר נישט אליין! דער דורכשניטליכער ערוואקסענער באקומט יעדעס יאר 4-2 פארקילונגען (דאס קינד, דורכשניטליך, וועט זיך אנשטעקן מיט 5 אזעלכע). אמת איז, אז זיי געדויערן לענגער, ווי מ'וואלט זיך געריכט. א הוסט קען געדויערן א וואך-צוויי, נאר דאס איז אויך דורכשניטליך, און ס'איז נישט פון די זעלטענע זאכן, אז מ'זאל קומען צו מיר נאך 5 וואכן הוסטעניש, מיט א פארצווייפלטער מינע און א רינענדיגער נאז. ווי באוואוסט, קענען די זעלבע ווירוסן, וואס צילעווען אויף די אטעמרערן זיך אויך צוטשעפען צו די אויערן און סינוסן. לייגט זיך אויפ'ן שכל, אז מ'זאל באקומען א פאפורי אנדערע סימפטאמען אויך.

אוודאי ווייסט איר, אז די טאגהיימען שטעלן מיט זיך פאר אן עכטן "קולטיוויר-מיטל‟ — ממש א יויך פון ווירוסן. די קליינע קינדערלעך רירן דאך אלץ אן, סיי ביים אייגענעם גוף, סיי ביי יענעם, און וואשן זיך די הענט ווייניגער ווי געוואונטשן.

וויאזוי קען מען זיך באפרייען פון אזעלכע "מתנות‟ פונ'ם סעזאן? געוויינטליך "שרייב איך אויס‟ דריי זאכן: יויך, רו און געדולד. היות ווי ס'רוב אזעלכע אינפעקציעס ווערן ארויסגערופן פון ווירוסן, וועט די אנטיביאטיג גארנישט העלפן (און קען נאך שאטן). מ'לויבט וויטאמען "צע‟ [C] און זינק אין הימל אריין, נאר מיט שוואכע וויסנשאפטליכע ראיות. שפארט זיך איין דאס געלט און מי. די היימישע רפואות זענען פונקט אזוי גוט.

א פארלאזליך מיטל קען איך יא שטארק רעקאמענדירן: וואשט זיך גוט אויס די הענט. א סיסטעמאטישער איבערבליק פונ'ם בריטישן Cochran Review האט אויפגעוויזן אט וואס: אויב פיר מענטשן וואשן זיך אויס די הענט, קער דאס פארהיטן איין פאל פון א ווירוס-אינפעקציע אין די אטעמרערן. אין פארגלייך מיט אסאך רפואות איז דאס א נס-מן-השמים — און קאסט נאר אזויפילע ווי אייער באליבסטער זייף! מאסקעס זענען אויך א מעגלעכקייט, און קענען אפשוואכן די טראנסמיסיע פון די ווירוסן, נאר זענען נישט באקוועם פאר ס’רוב משפחות.

הכלל: פאסט אויף אויף זיך! ווינטער איז שווער, באזונדערש מיט אן עופעלע, און אליין א פארקילטע. מיין עצה: טרינקט טיי, שלאפט זיך גוט אויס (אויף וויפיל עס לאזט זיך), לאזט זיך איינשפריצן מיט'ן פלו-וואקצין, און ווארט אויף געזינטערע טעג. אסותא!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אראפגענומען בילד פון פרוי.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר