האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

האט אבאמא געזאלט פארדאנירן רובאשקין?

שליחה דורך העניך »

ויקם מלך חדש, אין די יעצטיגע מינוטן ווערט פרעזידענט דאנאלד טראמפ איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. ווי אומגלויבליך דאס הערט זיך איז דאס א פאקט.

דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא האט אין זיינע לעצטע טעג פארדאנירט און קאמוטירט טויזנטער ארעסטאנטן איבער'ן לאנד, און צום באדויערן פון שלומי אמוני ישראל איז שלום מרדכי רובאשקין נישט געווען צווישן זיי. יא, אבאמא האט געזאלט אראפשניידן יארן פון רובאשקינ'ס אומ'יושר'דיגן טורמע טערמין - איך וואלט זיכער אזוי געטון ווען איך בין ווען פרעזידענט. אבער וואלטן מיר געקענט ערווארטן אז אבאמא זאל דאס טון?

די האפענונג אז דאס וועט געשען זענען געווען שטארק איבערגעטריבן. אויב זאל אבאמא קאמוטירן אלע ארעסטאנטן וועלכע זענען באווארפן געווארן מיט אומ'יושר'דיגע אורטיילן וואלט ער געדארפט ארויסלאזן הונדערטער טויזנטער - אויב נישט מיליאנען - מענטשן פון תפיסות. הלוואי וואלט ער דאס געטון, און דערמיט געמאכט א גאר שארפן סטעיטמענט קעגן אונזער פארדרייטן יוסטיץ סיסטעם. אבער ס'איז נישט א זאך וואס מ'וואלט געקענט ערווארטן.

למעשה צו באקומען א פארדאן אדער קאמוטאציע פונעם פרעזידענט איז מער מזל ווי יושר. ווייל ווי געזאגט, עפ"י יושר דארף מען ארויסלאזן פיל מער מענטשן. עס איז א קאמבינאציע פון פארמאגן די ריכטיגע פארבינדונגען און פשוט מזל אז איינער אין דעם יוסטיץ דעפארטמענט אדער דער פרעזידענט זאל לייגן אן אויג אויף דעם פייל. אין פאל פון רובאשקין האט מען טאקע באקומען בריוו פון וויכטיגע שישקעס לטובתו, אבער דאס איז ווארשיינליך נישט אזא חידוש.

קען זיין אז אבאמא איז אין פרינציפ בכלל נישט מסכים מיט מיר אז רובאשקינ'ס אורטייל איז געווען שלא ביושר. אבער אפילו אויב ער וואלט יא מסכים געווען, זענען די שאנסן געווען גאר שוואך אז א פארדאן וועט קומען לידי מעשה, ווייל מ'קען זיך דאך נישט פארלאזן אויף א לאטערי.

אזוי צי אזוי איז א גרויס ווייטאג אז רובאשקין וועט ווייטער פארברענגען אין טורמע. לאמיר האפן אז ס'וועט קומען א ישועה ממקום אחר, צוזאמען מיט אלע אנדערע אומ'יושר'דיג פאראורטיילטע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר