וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור... הקב"ה ישלם שכרם

שליחה דורך סופר »

‫דער שליח ציבור שטייט איינגעהילט אין זיין טלית נעבן דעם שטענדער אויף מזרח וואנט און ער בעהט זיך אויס אין נאמען פון די מתפללים וואס האבן אים צוגעשיקט צום עמוד, די מזרח-וואנט אידן דאווענען מיט מיט אים און דאס מערהייט פרובירט נאך זיך מיט צו כאפן מיט דעם מנין, בו בעת וואס דער שמש קריגט זיך מיט די קינדער נישט אויסצוגיסן די מילך אויף דער ערד און די אויסגעביגעלטע אינגעלייט בייזערן זיך אז עס איז מער נישט דא קיין מילך נאך ברכו.‬

‫א סצענע האט זיך אנטוויקלט ווען א געשטאלט האט זיך מאניפעסטירט ביי דעם מערבית דרומית ווינקל פון דעם רואיגן בית המדרש. הייסע לאווא אין דעם פארעם פון נאסע שפייעכטס האט געשפריצט פון זיין מויל מיט שוים, זיינע שנויצן האבן זיך אויפגעשטעלט מלא קומתם און מיטגעשפרינגען מיט זיינע פארביסענע ליפן, און זיין קליין בערדל האט שטילערהייט מיט געטאנצן צום טאקט פון די ווילדע גרימאסן פון זיינע גליענדיג רויטע פנימ'ער. מיט זיין רעכטן האנט האט ער אנגעכאפט זיין שטריימל אז עס זאל נישט אנטלויפן, און מיט זיין לינקן פוס האט ער ווילד געטופעט אויף דער ערד אזש זיינע ווייסע זאקן זענען שיעור אראפ געקומען. מיט זיין לינקע האנט האט ער ווילד געוויזן פונעם חזן צום סידור צום דאך און צוריק ווען פון זיין צוריסענעם גארגל האט ער ארויס געקוויטשעט א הארציגן "נוווו". ‬

מיט די איינציגע האנט וואס איז אים נאך געבליבן ליידיג האט ער יעצט אנגעכאפט זיין טלית זייער שטארק אז עס זאל נישט גיין וואו מען קלאפט אויף המן'ען בו בעת ווען זיין לינקע פערטל שיך וואס האט שוין זיכער געזעהן בעסערע צייטן האט געעפנט א מויל אזש עס האט אויסגעקוקט ווי עס גרייט זיך אט אט איינצושלינגען יונא הנביא'ן. דאס אלעס אינאיינעם האט קלאר געמאכט פאר יעדן ביישויער אז עס איז זיכער אז עפעס באדערט אים זייער שטארק, אבער די ליצים פון קעגן איבער אים האבן נאר ווייטער געלאכט אווי זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו דעם ספעקטאקל.

דורכאויס דאס רעשט פון דעם דאווענען איז ער צוריקגעקומען יעדע וויילע, ווי צו ווייזן אז ער האט נישט פארגעסן פון זיי, און פון פריש איבערגעשפילט דעם סצענע מיט די ווילדע גרימאסן און פארפירענישן, אבער פון דעם וועג ווי ער איז אוועקגעגאנגען פון דארט יעדעס מאל מיט א זויערע מינע אויפ'ן געזיכט איז פארשטענדליך געווען אז ער האט נישט אויסגעפירט.

ווען מען האט ענדליך געענדיגט דאס דאווענען איז ער צוגעקומען מיט א בייזע מינע אויפ'ן געזיכט און הערשט אנגעהויבן צו פארפירן, מיט א רויטן פנים האט ער געשריגן און פארפירט הפנים א גרופע אינגעלייט קומען אין ביהמ"ד שבת צופרי און מען פארברענגט בשבת אחים גם יחד.

ווען ער איז שטיל געווארן פאר א וויילע און אראפגעשליגען זיינע הייסע שפייעכטס וואס האט געשפריצט פון זיין מויל מיט א שפע דורכאויס די גאנצע צייט וואס ער האט געשריגן, האט דער אינגסטער פון די גרופע וועם ער האט נארוואס בא'שגצ'ט זיך געוואנדן צו אים און אזוי געזאגט; מיר לערנען אין די יעצטיגע וואכן די מעשה פון יציאת מצרים און עס דערמאנט מיר דעם באקאנטן וועלטס קשיא, היתכן פרעה האט באקומען צען מכות, עס שטייט דאך קלאר אין די תורה אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם'ן "כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם ועבדים וענו אותם ארבע מאות שנה", אלזא האט דאך פרעה געטוהן א מצוה און מקיים געווען דעם רצון השם?

איז דא א וועלטס תירוץ - האט דער אינגערמאן פארגעזעצט מיט א מיסטריעזן פייערל אין זיינע אויגן - אז די סיבה פארוואס פרעה האט באקומען די מכות איז ווייל אין די תורה שטייט נישט ווער עס זאל טון אט די מצוה פון פייניגן די אידישע קינדער, און אז פרעה האט זיך צוגעכאפט צו די מצוה פון וויי טוהן א צווייטן קומט זיך אים צען מכות. די זעלבע איז דא - פירט אויס דער אינגערמאן ווען דער מיסטריעזער פייערל אין זיינע אויגן צושפילט זיך - עס שטייט טאקע אין מחבר וגוערין בו, עס שטייט אבער נישט ווער עס זאל עס טון, און אז איר כאפט זיך צו צו אט די מצוה פון שרייען אויף א צווייטן איד קומט זיך אייך גוטע מכות…

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר