פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]איר מאכט א טעות אויב מיינט איר אז מיט "בעסער" בא-צי איך זיך צו די אזוי-גערופענע "בעסערע" סארט, בעסער באשערטע בערד און פיאות, חודש'ליך נייע געלעזער, און טראגן גאר דינע הויזן וואס לאזט קוים איבער פלאץ צו נאטירליכע גלידער אויסשפרייט. ניין, מיין כוונה איז אויף "בעסערע מענטשען". איר ווייסט וואס מיינט א "מענטש"? פרעג א גוי, א מענטש מיינט איינער וואס איז א... מענטש! וויאזוי קען מען עס בעסער מסביר זיין? א מענטש מיינט איינער וואס רעכנט זיך מיט א צווייטען. איינער וואס טראכט פון יענעם אויך. אמאל איז עס א קלייניקייט ווי פארק'ען די קאר אויף אן אופן אז א צווייטער זאל אויך קענען פלאצירען זיינע; צוריק לייגען די ספרים נאכן לערנען; באזוכן די זיידע באבע; וואונטשען מזל טוב פאר דער אינגערמאן וואס דאווענט יעדען טאג אין דיין מנין און קיינמאל דערווייל נישט פארטוישט קיין ווארט; און פארשטייט זיך: האלטן אפען די טיר פאר א מאמע וואס שטיפט א דאפעלטע-וויגעלע.

דאס איז אלץ ווילאנג "געלט" איז אינדערויסן פון בילד, איינמאל ס'איז נוגע צו געלט, דא ווערן שוין אסאך מענטשען "אומ-מענטשען". אומ-מענטשען פארשטייען נישט אז פונקט ווי זיי ארבעטען כדי צו פארדינען געלט, פונקט ווי דו, עלעקטערישן, וועסט נישט קומען געבן א קוק אויף מיין פראבלעם פאר אונטער 85 דאללער.. – איי צייט צו שמועסן אויפן גאס האסטו אן קיין גבול? איז דאך פשט אז דיין צייט איז נישט ממש אזוי טייער... עכ"ז, וויבאלד דאס איז דיין פרנסה, און געלט ביסטו בארעכטיגט צו מאכן, ממילא וועסטו מיר bill'ען אויף יעדע טריט וואס דו גייסט לכבודי.

אבער אז "יענער" זאל מאכן געלט פון "מיר"?... NO מיט אלף! ס'איז א מדריגה'לע אין "מענטשהייט" צו פארגינען יענעם דיין געלט "וואס קומט זיך אים"... (ווער רעדט נאך ווען יענער איז א כלי-קודש, רח"ל א מגיד-שיעור זאל מאכן מער ווי א כולל אינגערמאן... היה לא תהיה) - כלפי מה דברים אמורים, ביז פאר עטליכע וואכן צוריק דענק איך נישט אז דו זאלסטעך אפרעדען אז דיין גראסערי מאכט צופיל געלט פון דיר, דו ביסט נישט געגאנגען צו KRM מאכן דיין שבת order, האסט איינגעקויפט ביי דיין גראסערי, דארט ווי דו שיקסט דיין קינד'לע מיט א געשריבענע צעטעל צו בעטען ביים ארבעטער די פראדוקט וואס דו דארפסט; דארט ווי דו שרייבסט אויף; דארט ווי דו פטר'ס פייסמך; דארט וואו דו רופסט אריין 8'טע ביינאכט פאר א duck souse און איין dove pink צו ווערן delivered ווי שנעלער; דארט וואו דו מאכסט א קאווע און דו גייסט נישט צו צום cashier נאר דו שרייסט פון דערווייטענסט מ'זאל עס דיר ארויפלייגן אויף דיין account.

All of a sudden פונקט ווען בינגאו עפענס, ווערסטו מיר אזוי שפאריג. דיין דאללער איז דיר פלוצלינג אזוי באליבט און חשוב.. 2 דאללער'דיגע קאווע 3 מאל א טאג קויפסטו ווייטער, אבער חלילה דיין גראסערי זאל מאכן געלט פון דיר. איך גיי נישט דעבאטירן אויב סוף-פסוק פארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז", און איך רעדט שוין נישט פון דעם ווי שווער און ערליך די גראסערי פארדינט אפאר דאללער, די קאסטן גייען העכער און העכער, און די סערוויס ווערט בעסער און בעסער, מ'באדינט דיך ווי א קעניג, מה שאלתך וינתן לך.

וואס מיינסטו, וויפיל געלט, ריוח, מאכט שוין דער גראסערי מאן? After all די גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען. מילא ווען ער עפענט נאך א געשעפעט, אין א נייע געגענט, נו, מ'מעג וואקסען, אבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי, ווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער (לץ דו, דיין אנדערע גראסערי איז די טייערסטע אין שטאט...), ווער, אויסער די בעלי בתים און די גוי'טע'ס, פארדינט דא ערליך געלט?

פארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט, סוף סוף באקומסטו דיין סערוויס, ער שיקט דיר וואס דו דארפטס (ס'קאסט אים בערך 5 דאללער פאר א דעליווערי – אויב נעמט עס 15 מינוט נאך 5 אזייגער!)

זיי א מענטש, לאז דיך נישט פארפירן פון אומ-מענטשען.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 173 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר