ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!

שליחה דורך שיטה מקובצת »

א היסטארישע ארטיקעל איז געשריבן געווארן פאריגע וואך און האט נאך נישט באקומען גענוג אויפמערקזאמקייט ביי אונז אין שטיבל. דאס איז די ארטיקעל "גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד!" געשריבן דורך דעם בארימטן שריפטשטעלער הרב יואל אשר לאבין.

צום ערשטן איז א חידוש נפלא אז הרב לאבין האט זיך ארויסגעשטעלט מיט זיין ארטיקל און מיט זיין נאמען. מ'דארף דאס באגריסן, ווייל אזעלכע זאכן געשעען נישט אזוי אפט און עס איז געוואגט. נאכדעם איז א עקסטערע זאך וואס מ'דארף באגריסן אז ער האט דאס געשריבן נישט אין דער איד אדער דער בלאט נאר אין סאמע פארווערטס די פלאץ פון די עוקרי התורה ומחללי שבתות. פונקט ווי הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל בשעתו האט געשריבן פייערדיגע מאמרים פאר יהדות אין די פרייע אידישע פרעסע אין פוילן, אזוי דארף מען היינט זיך ארויסריקן פון דער בלאט און שרייבן אביסל עכטע אמונה אין די פלעצער ווי ס'דרייען זיך OTD'ס און פאטענציעלע אראפ-פון-דרך'ניקעס.

איז וואס האט הרב לאבין געזאגט? אנשטאטס איך זאג פאראפרעיזן זיין גאלדענע שפראך, לאמיך ענק געבן דעם שליסל וואס וועט אייך צופירן ממש צו דעם ארטיקל אליין. וועט איר קענען זען די הייליגע ווערטער אותיות מחכימות*.

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/202313/






יעצט אז איר האט שוין געענדיגט ליינען די הייליגע ווערטער, און איר האט געפראסעסט וואס דאס מיינט, לאמיר א מינוט זיך אפשטעלן און פארשטיין. וואס מאכט א מענטש זוכן גליקן אין פרעמדע ערטער? וואס מאכט דעם אזויגערופנעם חכם וועלן שפירן די "ארט" פון עפעס א עכו"ם פעינטער און עס פאלט אים גארנישט ביי אז ביי לכה דודי קען מען שוועבן אין די לופטן? פארוואס טראכט ער אז די מוזיק פון עפעס א רוסישן שיכור קען דערהייבן א מענטש אבער עס פאלט אים נישט ביי אז א ווארימע אידישע ניגון'דל קען ארויסשלעפן א מענטש מאפילה לאורה ברוחניות און בגשמיות?

מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געטיישט דעם פסוק אין משלי "לדעת חכמה ומוסר" - חכמה גייט אלעמאל צוזאמען מיט מוסר. אויב האט מען חכמה אליין ווערט מער פארשלעפט אין פארצויגן צוליב די אייגענע תאוות, און מיינען אז יענעמס גראז אין גרינער איז א תאווה. אבער אויב האט מען אויך מוסר, מ'האט ענווה, מ'פארשטייט זיך מתגבר צו זיין אויף די מענטשליכע שוואכקייטן, דעמאלטס איז חכמה א ברכה. און נאר דעמאלטס קען מען זיין ווי דער פסוק זאגט ווייטער "להבין אמרי בינה".

דערפאר איז וויכטיג צו חזר'ן הרב לאבין'ס מעסעדזש איינמאל און נאכאמאל, צו געדענקען אז דווקא ביי אונז קען מען טרעפן די גליקן פון די וועלט, און מ'דארף נישט גיין פאשענען אין פרעמדע פעלדער.

________
*אז מ'רעדט פון אותיות מחכימות איז כדאי צו דערמאנען וואס כ'האב געהערט פון מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל אז אותיות מחכימות איז נישט סתם א מליצה וואס ארבעט עפ"י סייענס ווייל די מוח קען בעסער "פראסעסן" די ווערטער, נאר דאס האט א ענין סגולי וואס די הייליגע אותיות שטראלן אריין א ליכטיגקייט אין מוח, וואס איז להבדיל א"א הבדלות די אותיות וואס מ'זעהט אויף כלים טמאים ווי טעלעוויזשען וואס די ראדיא סיגנאלן באמבאדירן דעם קאפ מיט כל מיני טומאה וזוהמה וואס פארשטאפט דעם קאפ.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר