קרוז ווס. סאנדערס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1119
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 901 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 924 מאל

קרוז ווס. סאנדערס

שליחה דורך יעקב מענטש »

געווענליך אין א פאליטישע קאמפיין, איז זייער שווער צו דעבאטירן און אויסשמועסן מיט אן אמתדיגקייט וואס מען האלט באמת.

1) ווייל יעדע ליין, יעדע תשובה פאר א רעפארטער איז דיזיינט צו געפעלן אדער נישט אויפרעגן די אדער יענע גרופע וויילער, און די וועג וויאזוי מ'געווינט אויפן פאליטישען שלאכטפעלד איז נישט מיט אידעאלאגיע, נאר מיט געלונגענע וואן-ליינערס, וואס מ'האפט אז ס'זאל בלייבן אריינגעקריצט אין זכרון ביז צום שטום בודקע.

2) די חברה האלטן נישט באמת ביים ארויפשאצן די ארבל און זיך שלאגן פאר א געוויסע שיטה, נאר איינמאל זיי געווינען איז דער איינציגער מאן דאמר ביים אונטערשרייבן געזעצן, די פינאנצירער פון די קאמפיינס. לאבאיסטן, יוניאנס, און אלע אנדערע פריוואטע אינטערעסען, און דער עולם גולם לאזט מען הענגן.

זינט 2010 איז אנטשטאנען א שטארקע טויש אין דעם הינזיכט, ס'האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אידעאליסטישע פאליטישאנס אויף ביידע זייטן פון די אייל, אזא מענטש ווי קרוז וואס א קורצע צען יאר צוריק וואלט נישט געהאט קיין שום שאנס מצליח צו זיין אין פאליטיק, איז היינט א סופערסטאר ביי די קאנסערוואטיוון. און אזא מענטש ווי בערני וואס מ'האט באטראכט ווי אן אלטער חסר דעה מיט עקסטרעמע לינקע אנשויאונגען האט מצליח געווען אונטערצוהאקן דעם עטאבלירטן קלינטאן מאשין.

סי ען ען, האט געהאט א דעבאטע פון די צוויי סענאטארן איבער דעם עתיד פון אבאמאקעיר, ס'איז העכסט אינטערסאנט, און אינפארמאטיוו. הגם די פאליטישע לענגוויטש איז מערקבאר, קיינער פראבירט נישט צו זאגן דעם גאנצן אמת אויס מורא אז די מידיא וועט זיך ארויפכאפן דערויף און ביי זייערע נעקסטע קאמפיין וועלן זיי זיך מוזן פארענטפערן, אבער ס'איז נאך אלץ זייער קלאר, ווי ס'איז בולט די חילוקים אין די פארשלאגן לויט די קעגענזייטיגע אידעאלאגיעס וואס די צוויי טראגן.



https://www.youtube.com/watch?v=Rvy1iDKRk74

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר