וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

וועלעכער פיש איז בעסער: סעלמאן אדער ווייט

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס וועט כמעט יעדער מודה זיין אז עס איז כמעט נישטא קיין גרעסערער תענוג ווי די שבת'דיגע אכילה. ספעציעל די פרייטוג צונאכטץ ערשטע געריכטן ווען מען ברויך נאך נישט דעם נשמה יתרה צום אפעטיט. אכילה איז נישט די ריכטיגער ווארט, שטיקער מן אין פארעם פון ראפאגאש, סלייסד פיש, קאטשיניו, יועך (פאר די גאליציאנע), מיטן אויסנאם אז זיי ווערן אויס'געמייכנט לסוף. אונטערן שיין פונעם פול ביילאכטענעם שענדעליער און בליטשקעדיגע זילבער און גלאזווארג, נאך א ברייטן האכעריי א שלום עלכם און קידוש איבער א קדם פארוויקלט אין רעזשעוואולקע, גיט מען זיך א כאפ דאס גאלדן פריש הערצל איבער א ראפאגאש באטונקען מיט די מן'יגע פיש און דיפ'ס, אז נאר צדיקים אין גן עדן עם עטרותיהם בראשהם קענען אזא טעם שפירן. די פארפל מיט די אלע שמות הקדושים די ארבע צומות אונטערן וואקלדיגן מעלאדיע פון תנו שבח און ליבי איז שוין פארן נשמה יתרה'ס מאגן אליינס.

איין חילוקי דעות איז אבער דאכט זיך יא פארהאן, דאס איז איבער דעם סארט פיש, חד אמר אז סעלמאן, דאס איז דער פיש וואס מען האט אונז אנגעבאטן פון גן עדן, וחד אמר אז ניין, ווייט פיש דאס איז דער פיש בהא הידועה וואס קיין בעסערע שידוך מיט ראפאגאש איז נישט פארהאן.

וואס איז אייער מיינונג מיינע טייערע פריינד?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר