ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1374 מאל

ווען צרות זענען גענוצט געווארן פאר פאליטישע מאטיוון

שליחה דורך בן אדם »

נעכטן נאכט איז דאס לאנד אויפגעשוידערט געווארן ווען דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט - מער ווי איינמאל - זיך דערוואגט צו טרעטן אויף די געפילן פון מיטגעמאכטע מענטשן, אזעלכע וואס האבן פארלוירן נאנטע אין די משפחה דורך טעראריסטישע מאטיוון, דורך פראבירן איבערצוצייגן אז דאס איז אלס געווען א תוצאה פון דעם פריערדיגן פירערשאפט, 'אבער יעצט' גייט שוין זיין גוט...! ס'איז געווען הארצרייסענד צו זען די פרוי פון די לעצע געפאלענע אין די מיטל מזרח - שוין אין די טראמפ טערמין - ווי ס'האט געגאסן טרערן פון איר אויגן בשעת די אוידיענץ האט איר בלית ברירה אפלאדירט פאר צוויי מינוט! ס'פייניגט די געוויסן ווען מ'וויל פראבירן זיך אריינצולייגן אין איר מצב פון וואס זי האט דעמאלטס געטראכט; איז דאס טאקע א נחמה פאר איר? מ'האלט נאך יעצט אינמיטן די שלושים. קען זי יעצט הערן אז דאס איז פשוט שירייאים פון אבאמא, אבער ווען טראמפ וואלט ווען געווען פרעזידענט וואלט עס נישט פאסירט? און ווייטער די חוצפה פון אריינמישען 'העכערע געפילן' ווי איר מאן געפינט זיך אויך דא אין האלט מיט דרשה... צו הערן אז ער איז געשטארבן ווייל ס'איז נאכנישט געווען קיין טראמפ פאליסיס.

איך וויל אויסניצן דעם אשכול צו דיסקאסירן ווען נאך האבן פרעזידענטן גענוצט אזעלכע סארט צרות פאר זייער אייגענע אינטערעסע. און וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו דעם.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר