א דין תורה מיט ר' פלעשל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

א דין תורה מיט ר' פלעשל

שליחה דורך חצוצרות »

איך שפיר א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר פלעשל. נישט אז איך קען אים פערזענליך אדער איך ווייס וואס זיין נאמען דארף באדייטן, אבער איך געב אים קרעדיט ווייל עס קומט אים קרעדיט.
ר' פלעשל האט באוויזן היבש צו פארטרייבן די שומרים קארטלעך אנשיקעניש. מער איז עס נישט קיין האט אייטעם ביי די קינדער, פלעשל קארדס האט איבערגענומען.
מער פון דעם טרייסט מיך ר' פלעשל אז אפשר איז שומרים קארטלעך געווען א מום עובר, איך וויל מיך איינרעדן אז עס האט נישט געהאט קיין שום לאנגטערמיניגע אפפעקט אויף מיינע קינדער און עס האט נישט געהאט אויף זיי סיי וועלכע השפעה, סך הכל א קינדערישע סטיל, איין טאג יאו-יאו, מארגן לעיזער פוינטער, פון דארט צו קאגעלעך און צוריק צו יאו-יאו; גדולים קארטלעך, הצלה קארטלעך און אויבער חכם קארטלעך. שומרים קארטלעך מיינט גארנישט און פלעשל קארד מיינט גארנישט, פונקט ווי ביזנעס קארד מיינט גארנישט.

פון דער אנדערער זייט האב איך געוויסע פאראיבל אויף ר' פלעשל, ער טוט מיר איבערצייגן ווי אונזערע קינדער זענען הפקר, היינט איז עס שומרים קארטלעך דורך ווילדע אומציוויליזירטע נערים משועלים און מארגן איז עס ר' פלעשל צו אנאנסירן קאסעטעס און שיך סטארס. ווער עס וויל קען פארקויפן וואס אימער פאר אונזערע קינדער, ווילאנג ס'איז אין פארעם פון קארטלעך.
ר' פלעשל איז שוין אויך נישט קיין בן יחיד, יאסי פראמאוויטש איז נישט דער איינציגער קאסעטע פראדוצירער און דערפאר איז ער נישט דער איינציגער קארטלעך טיילער. "אידיש נחת" קארטלעך זענען נארוואס אנגעקומען אין די געשעפטן, צו פראקלאמירן יאסי גרינס אלבומס, צו אלעמענס צופרידנהייט. האט איר סיי וועלכע פראדוקט צו פארקויפן, פאלט נישט ארויס פון די לעצטע טרענד, מאכט קארטלעך פאר די קינדער, עס וועט אייך קיינער שטיין אין וועג -- פארגעסט נישט צו לייגן א לעילו נשמת פאר'ן רימניצער רבי'ן זי"ע.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר