די שארפע, עלנטע פערזן פון אן אפגעפארענעם איד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

די שארפע, עלנטע פערזן פון אן אפגעפארענעם איד

שליחה דורך שלום בערגער »

http://yiddish.forward.com/articles/202 ... z4aqbWoftO

דער פאעט איז סיי א יחיד — ער, צי זי, שרייבט אן אייגענע ווערטער אויפ'ן סמך פון אייגענע מחשבות — סיי א רינג אין א קייט פון פריערדיגע דורות, שטיצערס, פריינד, פאמיליעס, גאס און געזעלשאפט. אן א געזעלשאפט שרייבט ער נישט; אן אן אייגענעם מוח וועט קיין פען נישט אנרירן די פאפיר.

ווי דער פאעט, אזוי איז יעדער מענטש. בשעת דער פראזאיגער, דער ראמאניסט, מוז צענטרירן די מעשה אין א וועלט פון מענטשן (ווייל א ראמאן פון איין פערזאן איז דין און בלאס), קען א ליד זיין דאס קול פון איינזאמקייט, פון איזאלירטקייט, און פון איינעם, וואס שטעלט זיך אקעגן דער תורה פון דער דרויסנדיגער וועלט.

אהרן טאוב שאפט אזא מין דינאמיג פון בילאנץ אין זיין נייעם ביכל פאעזיע, ”די בילדונג פון א געלן נארציס: פראזעלידער". די קורצע לידער זענען א געמיש פון פראזע-באשרייבונגען און לירישע נאראטיוון. אפטמאל ווערט עס ערציילט פונ'ם קוקווינקל פון א יחיד, אן אפגעזונדערטן און איזאלירטן, און דע'רבי'י שטעלט דער באנד מיט זיך פאר אן אויספארשונג און פונאנדערוויקלונג פונ'ם באגריף "איינזאמקייט." וואס מיינט עס, ווען א מענטש גייט זיך זיין אייגענעם וועג און לאזט איבער די גאס וואו ער איז אויפגעוואקסן, די משפחה וואס האט אים (צי זי) אויפגעוואדעוועט, די קלאנגען און טעמען וואס האבן אים באגלייט כל-ימיו?

טאובס ביכל ענטפערט אויף דער פראגע אויף פארשיידענע אופנים. דער טיטל אליין, די בילדונג פון א געלן נארציס, איז א רמז אויף דעם אינהאלט. ערשטנס, איז "בילדונג" (אויף ענגליש "עדיוקיישן") א טערמין פון דער אויפקלערונג וואס פאררופט זיך אויף דער פארמירונג פון כאראקטער. ס'איז נישט א רעליגיעזע ערציאונג, נישט קיין חינוך. אזוי ארום פארשטייען מיר שוין אז דא גייט די רייד וועגן דער אנטוויקלונג פון א יחיד. דאס אויסשטאלירן זיך פון א פערזענלעכקייט.

צווייטנס, דער "נארציס": כאטש אויף אידיש איז פאראן אן אפקלאנג פון ראפינירטע בילדער, ארטיסטישע גערטנער פארטראכט אין אן אייראפעישן פאלאץ, אדער א פארטרעט אויף דער וואנט פון א מוזיי — אלע אימאזשן וואס פיגרורין ביי טאובן — איז דער ענגלישער "דאפאדיל", ווי איך האב אפגעלערנט ביים פאעט אינאיינעם א ליד, עפעס אנדערש. ס'איז א חוזקדיגע צונעמעניש פאר א האמאסעקסואליסט (ענליך צום טערמין "פייגעלע").

טראגט דער טיטל א טאפלטע רעזאנאנץ: ערשטנס, ווערט דער נארציס אפגעבילדעט, צווייטנס, ווערט דער יחיד "אויסנארציסעוועט". מיט איין ווארט, ער ”קומט ארויס פון דער שאפע" און נעמט אן זיין נארציסיגע אידענטיטעט.

נישט בלויז א בלום, נאר א "גיי"-בלום.

די באציאונג צווישן יחיד און כלל, איד און גוי, און אידיש און ענגליש זענען דריי זיילן פון דער זאמלונג, און פלעכטן זיך צאם.
ס'רוב פונ'ם ביכל איז אפגעגעבן דעם ענגלישן תוכן, וואס איז זעלבסט-פארשטענדליך צוליב די פאדערונגען פונ'ם היינטיגן פאעטישן מארק און פונ'ם פאעט אליין, וואס שרייבט אויף ענגליש ווי אן ערשטע שפראך, און מאמע-לשון ווי א צווייטע, עמאציאנעלע אנגעלאדענע באליבטע שפראך, דאס לשון פון רמזים און באהאלטענע מורא'ס, ווי (אזוי שטייט אין איין טיטל) דער טיגער אויפ'ן בוידעם, וואס שטעלט מיט זיך פאר סיי די רויע פארגאנגענהייט, סיי די סטראשענדיגע יעצטיגקייט.

מ'וואלט זיך געקענט אריינלאזן אין א פרטימדיגן קאטאלאג פון די פילע העלדן און סיפורי-מעשיות וואס באפעלקערן דא די ענגלישע לידער. פאראן פרויען וואס באשליסן נישט צו קאנדידירן פאר א פאליטישן אמט, צוליב פאסיווקייט אדער צוליב צופרידנקייט מיט'ן יעצטיגן לעבן. מ'באקענט זיך מיט א צאל טעכטער וואס מוזן האבן צו טון מיט מוטערס אויף פארשיידענע קאמפליצירטע און אומקלאר-פראבלעמאטישע אופנים. ס'איז א פאעטיק פול מיט סאלאנען און וואוינצימערן, און די דערשטיקטע געוויינען וואס אן אנדער אויער וואלט נישט דערהערט.

דא וועלן מיר אבער זיך קאנצענטרירן אויף די זיבן לידער אויף אידיש, וואס ליינען זיך מערסטנס (דאס איז נישט געמיינט ווי קריטיק, נאר אן איינדרוק) ווי איבערזעצונגען פון זייערע ענגלישע פארליך.
אין דעם ביטערן-קאמישן "משל-אזהרה" איז דער "נימשל" א פרוי, אן אפגעפארענע פון דרך, וואס איז אמאל געווען א "געראטענע" לויט די אנגענעמענע פריאריטעטן פון דער גאר פרומער געזעלשאפט: פעמינין, קלוג, און געשיקט (”די הויט אזוי ווי געליישט מיט פערל… מענער האבן געגאפט בשעת זי האט שפאצירט אין גאס"; געווען "עלעגאנט, הייליג, אן עילוי"). יעצט אבער, צוליב נישט קיין דערמאנטע סיבות, איז זי א "נעבעך, נעבעך, אזא נעבעך". דער צוגאנג פון ליד איז א בייסיגער, ווייל די פרוי ווערט נאר געמשפט פון דער נאראטארשע, אן צו הערן אירע אייגענע רייד. איז זי טאקע אזא נעבעך? וואס איז מיט איר געשען, און וויאזויפילט זי זיך וועגן דעם אלעם? זעלטן ווען זעהט מען אין דעם באנד א פיגור וואס איז נישט ווערט, און נישט געשאנקען, כאטש א טראפן מיטגעפיל, און דאס דאזיגע ליד ווארפט זיך אין די אויגן אין דעם פרט.

דאס קומעדיגע אידישע ליד האט ווידער צו טון מיט א פארל "אפגעפארענע", נאר אויף גאר אן אומגעריכטן און היימישן אופן. א מאמע ברענגט רעגולער איר זון אויף קינדער-בייסבאל-פראקטיק. ער איז אזא "נארציס"-פיגור, וואס זי פארשטייט נישט "פארוואס ער האט זיך איינגעשפארט אויף דעם אפקומעניש דריי מאל א וואך/ … ווען ער האט באמת נאר געוואלט טראגן קליידליך און זיך שפילן מיט ליאלקעס". זיי נודיען זיך ביידע שטארק, און כאפן זיך ארויס אין א דע'רבי'יאיגן וואלד, אזא מין ווינקל-גן-עדן, "א טראנספארמאציע וואס לייגט זיך אינגאנצן נישט אויפ'ן שכל". דאס דאזיגע לידל, סיי ווארימהארציג, סיי מיסטעריעז, איז איינס פון די פארכפאנדיקסטע אין באנד, און לאזט זיך אליין אויס מיט א בקשה צום ליינער, ער צי זי זאל נישט שטערן דעם גלייכוואג פון פארל.

"חלומות פון דעקלאמאציע" איז ווידער א קאמפליצירט, ראפינירט ליד, וואס קומט פאר אויף א קונסט-פארשטעלונג אין דער נאציאנאלער גאלעריע, וואו דער נאראטאר טרעפט זיך אומערווארט מיט א פרוי וואס דערקענט זיין אידיש-לשון. ווי אנדערע שאפונגען טאובס איז דאס רעדן אידיש אליין א פילע-באטייטיגע קאנווע וואו פארשיידענע יחידים מעגן ווייזן זייערע יעגענע לעבנס-געשיכטעס. און, ווי אין אנדערע לידער, פלעכטן זיך צאם און טרעטן גלייך אפ עטליכע נאראטארן כסדר, ביז ס'ווערט נישט קלאר, כאטש עוואקאוויוו, ווער ס'איז ווער און ווער ס'רעדט.

"ווי איז עס אז איין נאכט אזוי פארקרימט געווארום באקומט אזויפיל דעה," פארקלערט זיך דער נאראטאר אין "ביכורים (און נאכווירק)". אונטער דעם בייזווילין כישוף פון "דאס וויינען אומזיסט [וואס] אויף זיכער קען א גוף דאס נישט פארטראגן", טראכט זיך אריין אן איינזאמער, וואשנדיג כלים ביים אפגאס, וועגן אן אמאליגן, גוולאדאוונעם, פיינליכן געליבטן, און די מעלות און חסרונות פון וואס ס'איז געשען. ס'איז איינס פון א צאל לידער, וואו א נאראטאר מוז זיך אליין אויסגראבן פון מוטשענדיגע זכרונות פון ערשטע, אפטמאל אומסטאבילע און שטורמישע ליבעס.

רציחה און עלעגאנץ זענען אפשר די צווילינג-פאלוסן פון דעם באנד, און דאס זוכן ליבשאפט און דאס אפגעשטויסן ווערן פון א ליבעלאזן ארום — די צוויי הויפט-באוועגונגען דערפון. און די דאזיגע טענדענצן שפיגלען זיך אפ אין די לעצטע צוויי אידישע לידער. "פייגל פון דרומדיגן צפון" איז ווידער פול מיט מחשבות וועגן שפראך און אליין-טראנספארמאציע (ס'איז דעדיקירט ביילע שעכטער-גאטעסמאן, טאובס א שטיצערין אין זיינע פריסטע שאפערישע פעריאדן), סיי לאגאדנע, פול מיט רואיגע וואגלענישן דורך א פרעמדער שטאט, סיי פלאם-פייערדיגע פסיכאלאגיזירונגען: "די ברוטאלקייט וואס האט מיך אויסגעשמידט האט מיך נישט צעבראכן." אזוי באקומט זיך דא, און אין ביכל בכלל, א געראטענע תערובת פון ניי-ראמאנטישער עמאציאנעלקייט און "קאנפעסיאנעלער" זעלבסט-אנטדעקונג.

אין יענעם בוידעם פון אינערליכע סודות און גלגולים ליגט דער טיגער פון "דער אריינדרינגער אויבן". פאראן א טיגער אויפ'ן בוידעם, זאגט אונז דער נאראטאר אבער און ווידער, מיט בעטענישן און הילפסרופן צו זיין מאמען. "איך ציטער אין טעמפא פון פונדאמענט" (וואס ווערט געשאקלט פון די קלאפענישן פון טיגערישע לאפעס) "און איך האב מורא", גיט ער אונז איבער אין אנהייב, נאר לסוף — פארגלייכנדיג די קאנפעסיאנעלע פאעטן ווי מארגאלין, דראפקין, סעקסטאן, און ריטש, וואס מוזן קאנפראנטירן זייערע אוראלטע שרעקן — גייט ער אליין ארויף אויפ'ן בוידעם.

וואס ער וועט דארטן געפינען איז נישט אינגאנצן קלאר ביים סוף, ווי אסאך פון דעם דאזיגן ביכל. נאר די אומקלארקייט, די עמאציע און די פיין איז א פאעטיש געראטענע, פרות פון א לעבנס-סאד וואס איז כדאי צו באזוכן.
רעאגיר