צאלן טעקס פאר די רעגירונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

צאלן טעקס פאר די רעגירונג

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מערץ 26, 2017 4:48 pm

איך וויל דא אויסשמועסן די טעמע פון צאלן טעקסעס – די פליכט וואס די רעגירונג איז מחייב יעדן אינדיווידועלן מאן וואס פארדינט געלט אראפצוגעבן א חלק דערפון פאר די רעגירונג. אסאך מענטשן זענען אויסגעשפראכן דערקעגן, ווי צב"ש ידידינו @קורקלענד וואס ענדיגט נישט טענה'ן אז דאס איז פשוט און פראסט גניבה, און ווער עס וויל געלט קען ארבעטן דערפאר, די רייכע זענען נישט מחוייב אויסצוהאלטן די ארימע, און ווען @שבת אחים האט אים פארגעווארפן אז ער נעמט אויך פון די רעגירונג איז ער ממש געווארן אויפגעברויזט, דהיינו אז ער נעמט נישט גארנישט, ממילא איז ער נישט מחוייב צו געבן.

דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין קורצן מערערע מאל דא אין שטיבל, אבער איך מיין עס פארלאנגט א באזונדערע אשכול אויסצושמועסן די צדדים, איך וויל בעטן צו האלטן דעם אשכול ציוויל, נישט קיין נפק"מ וואס דו ביסט און צו וועלכע פארטיי דו געהערסט, איך וויל נאר הערן לאגישע סברות לכאן ולכאן, אן קיין קללות און קולות.

איך האלט אין אלגעמיין ווי די דעמאקראטישע פארטיי. מיין סברא איז פשוט, די גאווערמענט פארפיגט אונטער זיך אן א שיעור אגענטורן – עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו מאכן א ליסטע דערפון, עס איז מסתמא ענדלאז – ווי צב"ש סעקיוריטי, וואס אינוואלווד סיי אינווייניג אין לאנד און סיי אפעראציעס אין אנדערע לענדער, דאס נעמט אריין אין זיך די סי.איי.עי., עף.בי.איי., האומלענד סעקיוריטי, סיקרעט סערוויס, דער פענטאגאן מיט אלע צוגעהערן מיט א ריזיגע בודזשעט (לכאורה די גרעסטע אויסגאבע), אגריקולטור, פוד-ענד-דראג, יוסטיץ, טראנספארטאציע, אוויאציע, עדיוקאציע, און נאך פילע, כ'האב קוים אנגערירט דעם שפיץ פונעם אייזבארג. דאס אלעס קאסט געלט. אסאך געלט! די רעגירונג האט נישט קיין דאלער פון זיך אליינס. ווי אויך די לאקאלע רעגירונגען, וועלכע שטעלן צו זיכערהייט דורך די פאליציי, פייער דעפארטמענט, און אלע סארטן עמערזשענסי סערוויסעס וואס פעלט זיך אויס, זיי האבן נישט קיין דאלער – בלויז פון איינמאנען טעקסעס פון די מענטשן וועלכע האבן די פריוועליגיע צו פארדינען געלט און האבן הנאה פון די סערוויסעס אויף איין וועג אדער אן אנדערע.

איינע פון די זאכן וואס א דעמאקראטישע מענטשליכע רעגירונג האט א פליכט, איז צו פארזיכערן אז אירע בירגער גייען נישט אויס פאר הונגער, האבן די מינימום צום לעבן, אפילו מען ארבעט נישט – צי ווייל מען האט נישט קיין דזשאב, צי ווייל מען איז דיסעיבלד, צי ווייל מען איז שוין אן אלטער מענטש נאכ'ן רעטייערמענט און די פיזישע כוחות דינען מער נישט. מען רעדט נישט אז די רעגירונג זאל זיי געבן לוקסוס, אבער דאס מינימום עסן און טרינקען, שעלטער (דירה), און געזונטהייט איז ממש א חיוב. דאס איז דער מציאות אין יעדע ציוויליזירטע לאנד איבער די וועלט. און איך מיין אז קיינער וועט נישט מחולק זיין דערויף, אפי' דער מערסט-רעכטער עקסטרעמיסט וועט מודה זיין אז אויב ער פארדינט קוים כדי מחייתו און זיינע עלטערן העכער די 80 האבן נישט קיין ברויט אין שטוב, און ער קען זיי נישט אויסהאלטן, זאל די רעגירונג קעהר נעמען פון זיי און זיכער מאכן אז זיי האבן דאס מינימום מענטשליכע באדערפענישן און ווערן געטריעט מיט רעספעקט אין די שפיטעלער וכו'.

דאס מיינט אז למעשה יעדער איינציגער בירגער האט הנאה פון די סערוויסעס פון די רעגירונג. איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא צי אלע סערוויסעס איז וויכטיג, וועלכע דארף זיין פריאריטעט (דאס איז אביעקטיוו און יעדער האט זיך זיינע/אירע שיטות דערין), און צי די רעגירונג געבט אויס מער וויפיל עס פעלט זיך אויס אויף געוויסע סערוויסעס – דאס איז זיכער אז עס איז נישט בסדר, צב"ש אז בשעת אונזער אינפראסטרוקטור איז גאנץ שוואך ספענדט מען צופיל פאר מיליטערישע הוצאות, אבער דאס איז אן ענין בפני עצמו ואכמ"ל, נישט דאס איז דער ציהל פונעם אשכול.

סך הכל קומט אויס אז מיט דעם וואס מען צאלט טעקסעס איז מען פשוט מקיים מצות צדקה. דער געדאנק אז "עס איז מיין געלט און נעם נישט צו מיין געלט" הערט זיך זייער סעלפיש ווען דו האסט איבער גענוג און נאך צום לעבן פאר דיר און דיינע קינדער אין ריזיגע פאלאצן מיט כל מיני תענוגי עוה"ז, דו באדסט זיך אין ביליאנען, אבער דו ביזט נישט מסכים אז מען זאל נעמען פון דיין געלט פאר מענטשן וואס דערשטיקן זיך און גייען אדורך שבעה מדורי גיהנם. נישט יעדער קען ארבעטן, נישט יעדער טרעפט א פאסיגע דזשאב, און אפילו די וואס ארבעטן יא און פארדינען 9 דאלער א שעה קענען נישט עפפארדן א נארמאל לעבן און די רעגירונג טוט ריכטיג זיי צו העלפן מיט עסן און העלט אינשורענס וכדו', פונקט ווי זיי טוען ריכטיג צו נעמען טעקס כדי צו קענען איבערמאכן דיינע ראודס און ציען עלעקטריק, וואסער און סוער צו דיין פאלאץ, עס איז א גאנצע קייט פון פליכטן.

נאר וואס, ס'איז נישט יושר אז נאך א געוויסע פארדינסט דארף מען באצאלן א הימל שרייענדע 35 פראצענט, און די סופער רייכע דרייען זיך ארויס דערפון, עס וואלט געדארפט זיין מער מדריגות דערין, אז איינער פארדינט 5 מיליאן איז נישט די זעלבע ווי 200 מיליאן.

איך בין נישט קיין עקאנאמיסט, למעשה אבער זעה איך אז די רעגירונג טוט איר פליכט מער-ווייניגער, מיר האבן כמעט אלעס וואס מיר דארפן, מיר עפענען די סינק מיט א רואיגקייט טרינקען ווייל מיר פארזיכערן זיך אז די רעגירונג טוט איר פליכט אונז צו געבן ריינע געזונטע וואסער, מיר גייען רואיג און גאס וויסנדיג אז די פאליציי באשיצט אונז, מיר פארן רואיג אין אונזערע קארס ווייל די רעגירונג מאכט די געזעצן לטובתינו אז עס זאל זיין פארזיכערט, און נאך און נאך, און פאקטיש האט די רעגירונג חובות פון שווערע טריליאנען, עס וואלט נישט געטארט זיין אזוי, עס דארף זיין א טו-וועי סטריט, מיר באקומען סערוויסעס פון זיי און מיר גיבן זיי גערן די טעקסעס, ווער דען זאל באצאלן דערפאר אויב נישט די בירגער וועלכע געניסן דערפון.

איך קען נישט יעצט מאריך זיין לענגער, אבער כ'מיין כ'האב מסביר געווען די יסוד פון מיין שיטה, אויב האט איר עפעס מוסיף צו זיין אדער מחלק זיין, לאמיר הערן און עס אויסשמועסן – אן נעמען זאכן פערזענליך, אן דערמאנען נעמען, נישט רעדן פון מענטשן נאר פון שיטות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג מערץ 26, 2017 4:56 pm

די חובות מיינען אז מען קען נישט דעקען, ווען אונז זענען געוועהן רייך קען מען טענה'ן אז מען דארף געבן פאר דאס און יענץ, געבען צדקה איז א גרויסע מצוה, קען זיין אז מען ברויך אפילו צווינגען אויף דעם, אבער לעומת זה, קען מען טענה'ן להיפך, האב נישט אזויפיל קינדער אױב די האסט נישט קיין געלט.

א קל וחומר איז געבן געלט פאר אנדערע מדינות, יעצט איז די מצב אז אמעריקע בארגט געלט פין כינע צו געבן געלט פאר אנדערע, האט נישט קיין פשט.

און אזוי אויך, דאס בארגן געלט כדי צו האלטען די עקאנאמיע, וועלכע עקאנאמיע? די עקאנאמיע וואס מען קען נישט דעקען לכתחילה?

אמעריקע כשלעצמו איז א פאנזי, עס איז נאר א חשבון פין צייט פאר זיי פאלט צוזאמען.

אונז קענען זייער שיין דעבאטירען אויף וואס איז ריכטיג צו ספענדען, בו בשעת וואס אמעריקע האט גארנישט צו ספענדען. דאס געלעכטער איז גרויס, און די געלעכטער איז אויף אונז.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 5:06 pm

שמעקעדיג, קודם שכוח פארן עפענן די אשכול, דיין תגובה איז דברים של טעם, איך האב גאר אסאך צוצולייגן צו די נושא, און כ׳מיין אז רוב ק״ש לייענער פארשטיין נישט פונקטליך די סאושליסטישע שיטה און אירע בעסיס, איך וועל אפשר עפענען א נייע אשכול ווען כוועל האבן צייט און אויסקלארן מיין שיטה און פון ווי איך בין אויפגעקומען מיט אזעלכע עקסטרעמע מיינונגען (לויט געוויסע) און פארוואס איך האלט אז אמעריקאנע קעפטיליזים איז א בארבארישע סיסטעם וואס איז נישט אין די אינטערעס פון רוב בירגער.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 8:13 pm

ישר כח ידידינו @שמעקעדיג פארן עפענען די אשכול.

איך שעם זיך טאקע נישט צו זיי אויסגעשפראכן קעגן (הויכע) שטייערן. קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז ער האט יא ליעב צו צאלן שטייערן. ספעציעל מיט אזא רעגירונג וואס שווענדט אוועק אזויפיל געלט.

קודם כל פערזענליך געדענק איך נישט איך זאל האבן געזאגט אז איך בין נישט נהנה פונעם רעגירונג. יעדער איז נהנה און אפי'איך אויך. ווי אויך בין איך נהנה פון אסאך פראגראמען וואס איך האלט אז די רעגירונג זאל נישט אויסהאלטן. דאס אז זיי זאלן נישט געבן מיינט נישט אז מ'טאר נישט נעמען. ס'טאקע דא אזעלכע וואס וועלן האלטן אז נישט אבער איך קען הערן אז יא אויך.

די רעגירונג דארף צושטעלן לכולי עלמא געוויסע סערוויסעס. איינער האלט מער און איינער האלט ווייניגער. מ'קען דן זיין אויף יעדע זאך ואכהמ''ל. אדער אפשר יא אבער נישט אין די הודעה.

דאס אז די גאווערמענט​ פארפיגט אונטער זיך אזויפיל אגענטור'ן איז נישט קיין תירוץ. ס'איז א שטארקע קשיא. אז דו זאגסט אז אונזער רעגירונג צאלט פאר אזויפיל שטיתום זאלן זיי צאלן וואס ס'וויכטיג אויך. הער איך וואס דו זאגסט אבער למעשה פארוואס בכלל נעמט די רעגירונג שווער פארדינטע געלטער אויף שטיתים?

בנוגע צו ס'איז די רעגירונג'ס אחריות אויסצוהאלטן אלע רחמנות'ן. איז קאמפליצירט. לעת עתה האב איך נישט קיין קלארע שיטה ווען יא און ווען נישט. למעשה א נצרך ווערט נישט 'ענטייטלט' צו יענעמ'ס געלט. ס'איז אזוי אנגענומען אז ס'קומט זיך זיי אלס א רעכט. למעשה אין רעאליטעט קומען די געלטער פון מענטשן וואס האבן דאס פארדינט און ס'ווערט געגעבן פאר מענטשן וואס האבן עס נישט פארדינט. די פאקט אז זיי זענען נישט געזונט מאכט זיי נישט 'ענטייטלט' און ס'גיט נישט עכט קיין היתר צו נעמען יענעם'ס געלט מיט געוואלד. מ'קען שרייבן און שמועסן און זיך דינגן אויף דעם. אי''ה. ווי אויך אויסהאלטן פוילע מענטשן 'בתורת רחמנות' און זיי געבן כל טיב וטוב זיי צו דיסקארידזשן פון ארבעטן איז אויך זייער נישט גוט. ספעציעל ווען מען רייסט אזעלכע שטיקער פון מענטשן וואס פארדינען נישט קיין שווערע געלטער. יא איך רעד פון אזעלכע וואס פארדינען ציווישן הונדערט און דריי הונדערט טויזנט דאלער. מ'שינדט זיי די הויט. מ'נעמט פון זיי א 'גרויסע' חלק פון זייער ערליכע פארדינסט. ס'איז א גרויסע דיסקארידזשמענט פאר זיי. ס'פארלירט זיך די אפעטיט פון ארבייטן. און מענטשן הערן אויף. אדער זעהן נישט קיין האפענונג און מ'לייגט זיך ארויף אויף בי ענד עיטש פעיראלל און א גוטן טאג ווען בעצם זענען זיי ווערט אסאך מער. (טאקע אזויווי שבת האט מיר געהייסן).

סעלפיש. ניין. ס'איז יענעם'ס דאס אז ער האט פארדינט אסאך אדער זייער אסאך. און דאס אז א צווייטער איז א שלום מזל איז נישט מתיר דעם לא תגנב. איהם איז זיך עס געקומען און א צווייטער נישט. שלך שלך ושלי שלך איז אויך תלוי אינעם בעל הבית. מ'קען עס אויף יענער נישט ארויפצווינגן. אנטשולדיגט אבער דאס איז עס לדעתי.

שטייער ראטעס. גערעכט אזויווי​ שוין דערמאנט מ'לאזט נישט אין די רעגירונג קיינער שטייגן צו די סטאטוס פון 'גביר' די רגע מ'ווערט א שיינע פארדינער שינדט די רעגירונג גלייך א 'גרויסע'חלק פון דיין פארדינסט אזוי אז עס איז כמעט נישט מעגליך צו פארדינען שיין, פירן א שטוב מיט קינדער און בויען א פארמעגן. לדעתי ווייל די רעגירונג'ס לייט זענען א באַנדע גנבים וואס לאזן נישט קיינעם מצליח זיין. דו זאגסט אז גבירים זאלן צאלן א העכערע ראטע ווייל זיי מאכן מער. איך האלט אז זיי זאלן צאלן די זעלבע ראטע ווי יעדער איינער. אפי' זיי צאלן די זעלבע ראטע, צאלן זיי נאכאלץ איין מער פון סיי ווער ס'פארדינט ווינציגער. יא מענטשן וואס זענען שוואכע פארדינער וועלן נישט פארגינען דעם גביר אדער מוצלח אבער מ'דארף זיך האלטן אביעקטיוו. ביזט אינגאנצן גערעכט אז אויב מ'רעדט שוין יא פון באזונדערע ראטעס וואס איז די חוצפה צוזאמען צולייגן דעם פינף מיליאן מיט די פופציג ביליאן. ווי אויך איז נישט דא קיין שום היתר פארוואס די רעגירונג זאל לאזן אפען ספעציעלע לעכער פאר די גאר גרויסע גבירים.

יא די רעגירונג טוהט איר פליכט. איך בין נישט זיכער צו מער אדער ווייניגער. לכאורה מער ווייניגער ווי מער. וואלסטו געזעהן די פרייז וואס דאס וואס דו רופסט מער ווייניגער קאסט וואלסטו לכאורה אנדערש געהאלטן.

דאס איז אלס ווען ס'איז עכט קאפיטאליזם. אבער אויב ס'איז קאפיטאליזם אזויווי שבת אחים האלט קאפיטאליזם איז דאן איז טאקע אן אנדערע מעשה.

אצינד לאמיר עס ווייטער צונעמען. אזוי אז מיר זאלן זיך לערנען איינער פונעם אנדערן. ביז האפענטליך וועלן אונז אלע קענען עפעס ארויסנעמען פון דעם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 9:04 pm

א מענטש ווערט נישט קיין עושר פון אליינס איינפלאנצען און תהלים זאגען. די עקאנאמיא לאזט נאר אזויפיהל מענטשען ווערען עשירים ווייל מיר לעבען אינאיינעם מיט אנדערע, און דער וואס וויל אונז איינרעדען אז ער האט עפעס אליינס געמאכט זאגט נישט דער אמת.

דאס איז דער מקור פון דער פאראנטווארטליכקייט וואס מענטשען האבען איינער צו דער צווייטער. דער ציבור ביחד מוז זיכער מאכען אז דער סאסייעטי קען אנגייען ווייל אלע עסען פון די סאסייעטי.
דעריבער איז דער דריי הונדרעט טויזענט דאללאר א יאר מענטש גארנישט אזא נעבעך.

און דער ביליאנער נאך מער. יעדער באנק און קאר פאבריק וואס האט באקומען פון בוש און אבאמא, האט למעשה ערלעדיגט אז ריוח קריגט ער און דער ציבור נעמט דער ריזיקע. נישט נאר די געלט וואס זיי האבען געבארגט\באקומען איז פון דער ציבור, נאר דאס וואס ס׳טוט אויף פאר זיי, אז זיי טארען נישט און קענען נישט באנקראטירען באלאנגט צום ציבור.

דאס אנקוקען די געלט אלס זייער ערליך פארדינטע געלט איז גאר א קליינע בליק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דינסטאג מערץ 28, 2017 5:08 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 9:08 pm

אנטשולדיגט אבער איך האב נישט גערעדט און אזא פאל ווען מענטשן מאכן געלט וואס זיי האבן נישט פארדינט. ווען די רעגירונג געבט איינער אין די הענט אריין נכסים אדער א פריוועליגיע אויף וואס א צווייטער האט נישט געקענט באקומען איז שוין נישט ריכטיג. אבער ווי אויבן דערמאנט ס'נאך אלץ נישט קיין היתר צוצונעמען ביי דער וואס האט עס יא 'פארדינט'. נישט יעדער וואס איז א גביר האט עס פארדינט אויפן בלוט אדער חשבון פונעם ציבור.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 26, 2017 9:27 pm

ווען איינער וועט אויפווייזען אז דער ציבור האט גארנישט מיט זיין ווערן א גביר, וועט מען אויסשמועסען.

דערווייל לאמיר הערן איין נאמען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 9:49 pm

לאמיר נעמען פאר א משל הענרי פארד. ער איז אויפגעקומען מיט די קאנצעפט פון אן אסעמבלי ליין. דאס איז געווען זיין חידוש און איז שפעטער אויסגעוואקסן צו זיין א מולטי נאציאנאלע קארפאראציע און א שווערער עושר.
ביטע איצט גיבט צו פארשטיין וויאזוי ער איז נתעשר געווארן אמווייניגסטנס אויפן חשבון פונעם ציבור?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מערץ 26, 2017 11:41 pm

יישר כח אלע מגיבים ביז אהער, פארן ענטפערן בכלל, און פאר'ן שרייבן רעספעקטפול.

ווי אויך א דאנק פאר די אלע אישי'ס, קורקלענד אליינס שרייבט מיר אז ער וועט בקרוב שרייבן אן אריכות צו מסביר זיין די אנדערע זייט, איך קען נישט ווארטן!

א צווייטער שרייבט מיר אין ענגליש אז ער האט נישט קיין כח און צייט מאריך צו זיין, און זיכער נישט אין אידיש (ער טייפט פונעם פאון), אבער ער שרייבט אז ער איז פולשטענדיג מחולק מיט מיר, די גאווערמענט האט נישט קיין שום פליכט צו העלפן מענטשן לעבן - נאר בלויז אפהיטן פון שאדן און פון קרימינאלן וכדו', נישט מיט וועמען איך זאל חתונה האבן, נישט וועלכע העלט אינשורענס איך זאל קויפן - אויב בכלל, א.א.וו. און אויב איינער האט נישט קיין געלט צו לעבן? טאא בעד, קיינער קומט אים גארנישט, אודאי איז א שיינע זאך אז די קאמיוניטי העלפט ארויס, אבער די רעגירונג קען נישט צווינגען איינעם צו העלפן דעם צווייטן און זיין "נייס" צו יענעם, אפילו איך קוק אויס סעלפיש. ע"כ לשונו הזהב.

איך בין נאך אלץ נישט קלאר וואס די חברה טראכטן. איך בין נייגעריג אויב חלילה איינע פון זיי וואלטן פארלוירן זייער דזשאב, צי וואלטן זיי נאך אלץ גערעדט דעם זעלבן שפראך, צי ווען מ'שפירט א ווייטאג אויף די אייגענע הויט דאן טוישט מען דעם טאן? טאמער וואלט עטץ געווען אין די רעגירונג, און געזען מיט ענקערע אויגן ווי מענטשן שטארבן אין די גאסן פאר הונגער, וואס וואלט עטץ געטון??

איך וויל בעסער מסביר זיין וואס איך טראכט. למשל איך קויף מיר א פאר שיך, און דער געשעפטסמאן וואס באקומט מיין הונדערטער גיט מעשר פאר אן ארימאן. קען איך האבן טענות אויף דעם געשפטסמאן הלמאי ער נעמט מיין געלט וואס איך האב געארבעט פאר דעם, און גיבט עס פאר א שנארער? אז דער משולח דארף געלט זאל ער גיין ארבעטן, איי ער האט נישט קיין דזשאב און קען נישט חתונה מאכן די קינדער? טאף לאק, ס'איז נשט מיינע געשעפטן, ער קען גיין זוכן א דזשאב.... לאמיר נישט רעדן ע"פ תורה, נאר פשוט לויט'ן דעת בעלי בתים. בין איך גערעכט מיט מיין טענה פאר'ן געשעפטסמאן? יעדער פארשטייט אז נישט. עס איז יעצט זיין געלט, און ער מעג טון דערמיט וואס ער וויל.

איך קוק אן די גאווערמענט (כמעט) די זעלבע - הגם עס איז פאראן מערערע חילוקים, אבער כ'רעד ביסודו של דבר. די גאווערמענט גיבט מיר סערוויסעס, און איך דארף באצאלן דערפאר וויפיל זיי טשארדזשן. זיי מעגן טון וואס זיי ווילן מיט'ן געלט, ווילאנג איך באקום דאס מייניגע. דו ווילסט זיין סעלפיש און נישט געבן פארן ארימאן? איז נישט. די גאווערמענט האט אבער יא א הייליגע פליכט צו העלפן די ארימע און קראנקע. נישט יעדער קען זיין אן עושר! נאך מער, די עשירים דארפן דאך ארבעטערס זיי צו העלפן מאכן רייך. האבן די עשירים 2 ברירות - אדער קענען זיי צאלן די ארבעטערס א שיינעם סכום זיי זאלן קענען לעבן בריוח פון זייער פעיטשעק, אדער קענען זיי צאלן מינימום וועידזש, דאן ריוח והצלה יעמוד להם ממקום אחר, די גאווערמענט וועט נעמען דיינע פאר דאלער און עס שענקען פאר זיי כדי זיי זאלן קענען אויסלעבן דעם חודש.

וואס יא, דער ארבייטער דארף רעספעקטירן דעם עושר, דעם בעה"ב, אז ער האט געשוויצט און אינוועסטירט אין א ביזנעס, און ער מעג עס פירן לויט זיין אייגענעם חוות דעת - פארשטייט זיך יושר'דיג צו די ארבייטער. די געדאנק פון א יוניאן איז בלויז רשעות. קומען זיך אריין פרעמדע מענטשן צו יענעם אין די ביזנעס און טיילן יענעם איין וואס און ווי אזוי צו פירן, אין צוגאב צו די הונדערטער רעגולאציעס וואס יעדע ביזנעס האט שוין ממילא פון די רעגירונג (וואס איז איינע פון די זאכן וואס איך האף טראמפ וועט פארגרינגערן), די חוצפה פונעם היינטיגן דור אין דעם הינזיכט איז אין לשער.

אבער אונטערשטע שורה, ווי ליטוואק שרייבט אויבן, ביידע דארפן איינער דעם צווייטן. דער עושר דארף ארבייטער, ער דארף קאסטומערס, דארף ער פארשטיין אז ער דארף אויך צושטייער געבן. מען קען נישט זיין אויף דער וועלט נאר א מקבל, מען מוז זיין א נותן אויך. עס איז בעיסיקלי א שותפות פון ביידע זייטן. יעדער באשטייערט פאר די קאמיוניטי וויפיל ער קען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג מערץ 26, 2017 11:53 pm

שמעקעדיג שכוח נאכאמאל פארן ארויסשרייבן דיין גאנג אזוי קלאר,
זאפטיג און געשמאק ווי אלע אייערע אנדערע תגובות וואס איר שרייבט וואס איז געווענטליך אויסצוקישן איינס נאך איינס. כבין טאקע נישט הונדרעט פראצענט איינשטימונג מיט דיין שיטה, ספעציעל איבער די יוניענס, איך בין אסאך אסאך מעהר עקסטריעם ווי דיר אנטקעגן קעפטיליזם, אבער ניכרן דברי אמת ויושר.... סאיז באמת א נחת צו ליינען אלע דיינע תגובות, דו האסט א ווארימע הארץ! חזק ואמץ... אלל די בעסט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מאנטאג מערץ 27, 2017 12:18 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג מערץ 27, 2017 12:15 am

מיט וואס פאר א רעכט מעג מען צונעמען יענעמס פארדינטע געלט?

אויף פיקוח נפש פארשטיי איך, אבער נישט אויף מער פין דעם.

קל וחומר דער סאציאלע שיטה, ווען העלט קעיר, קאלעדזש, זונות, אלעס דארף דער גביר באצאלן.

ובעיקר איז דער פראבלעם אז עס איז פשוט נישטא גענוג געלט אויף דעם, והראי', קוק אויף אלע מדינות, ווי זיי בארגן שלא על דעת לשלם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום מאנטאג מערץ 27, 2017 10:54 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 12:21 am

איש זיי זיך בעסער מסביר, עפעס הער איך וועגן זונות, סואשליסטן און בארגן געלט, אבער כהאב נאכנישט צאמגעשטעלט די פאזעל. העלף מיר פארשטיין וואס דו טענה׳סט ביטע.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 6:08 am

איך ווייס נישט ווי אזוי א רעגירונג פון היינטיגע צייטען, וואס איהר באדייט איז רעפרעזענטירען די בירגער, קען 'טשזארשזען' פאר איהר סערוויסעס. זיי זענען א קאאפערעטיוו פון די באפעלקערונג צו טוהן פאר'ן ציבור וואס יחידים קענען נישט טוהן פאר זיך אליינס.

פונקט פאר די מענטשהייט שטימט עס אז ס'זאל זיין א בעיסיק אינשורענס אז מ'זאל נישט קענען שטארבען פון הונגער, ווייל אפילו טאמער דו געניסט נישט דערפון, ביסטו א חלק פון די געזעלשאפט וואס געניסט דערפון. אבער סתם אזוי מחליט זיין צו פארקויפען דיין דינסט פאר ריוח? דאס איז נישט דיין פלאץ.

הענרי פורד איז הונדרעט יאר צוריק. ברענג מיר א היינטיגע קאמפאני. ואגב אורחא, די קאר קאמפאניס זענען אלע געבויט אויף די רעגירונג און דער רבים. זיי האבען בידים געארבעט מעשים צו פארמאכען דער פאבליק טרענספארטעישען סיסטעם. אין יעדער פארגעשריטענע לאנד האט מען א געוואלדיגע באן סיסטעם, אחוץ אמעריקא. ווען זיי האבען צוגענומען פון די באפעלקערונג דער אנדערע מעגליכקייט פון פארען, ט׳ווי קענען זיי זאגען 'ס'איז מיין געלט, מיין ארבעט, מיין המצאה'? ווי אויך אז דער רעגירונג האט לעצטענס זיי געראטעוועט פון גייען באנקראט. הייסט'ס די ריזיקע איז אויפ׳ן רעגירונגס\באפעלקערונגס חשבון. טאמער זיי האבען געבארגט געלט און אינוועסטירט אויפ׳ן חשבון אז 'אמעריקע' איז די ערבים, קומט זיך פאר אמעריקא צו געניסען פון די ריוח אויך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:06 am

טאקע הונדערט יאר צוריק אבער ס'פאסירט היינט אויך. רוב מענטשן וואס פארדינען שיין ארבעטן זייער שווער דאס צו 'פראדוצירן'. בכלל פארשטיי איך אז דיין גאנצע מאראלע היתר פון נעמען יענעם'ס פארדינטע געלטער מיט געוואלד איז נאר מיט א תירוץ אז מ'איז סך הכל א גונב מן הגנב. דו האלטסט אז יעדער (לפחות או ליותר) איז רייך אויפן חשבון פונעם ציבור. און וויבאלד זיי זענען נתעשר געווארן פון אונזער געלטער מעג עס די רעגירונג נעמען מיט געוואלד און פארטיילן. מיין טענה אין דער פאל איז אז די רעגירונג האט אן אחריות צו באשיצן זייערע בירגער. טייל פון די אחריות איז טאקע זיכער צו מאכן אז מארקעטן זענען פריי און יעדער איינער האט אייניגע פאטענציאל. אויסשטעלן אן עקאנאמיע אויף אן אויפן ווי יעדער גנב'ט פונעם אנדערן אונטער די שלייער פון געזעץ וועט אונז ברענגען פריער אדער שפעטער צו די זעלבע מצב ווי ווענעזועלע וכדו'. צום פונקט פאקט איז אז עשירות איז היינט צוטאגס נישט קיין נאטירלעכע רעסורס. ס'נישט קיין זאך וואס האט עקזיסטירט זייט די וועלט שטייט. איינער האט דאס פראדוצירט. אדער האט דאס איינער גע'גנב'ט פון איינער וואס האט דאס פראדוצירט (טאקע א געפערליכע זאך). מיר אלע זענען אדער קענען מיר איינער וואס איז היינט צוטאגס אין א מצב ווי מיר טוהן אסאך ווייניגער פראדוצירן ווי מיר קענען פשוט ווייל ס'לוינט נישט. מ'שינדט די הויט פון סיי ווער ס'ארבעט זיך איבער. דאס איז א גאר שטארקע גורם אז מענטשן בכלל זאלן אויפהערן פראדוצירן. א זאך וואס איז היינט א פאקט אז מיר פראדוצירן ווייניגער און ווייניגער און טאקע א גרעסערע חלק פון לעצטיגע עשירים זענען ענדערש נתעשר געווארן פון נעמען פון יענעם אויף א נישט גלייכן אופן. אבער ליטוואק צוצונעמען לטובת דעם די געלטער פון יעדן וואס האט עפעס וועט שטופן אונזער וואגן אין די ערד אריין.

יעצט לאמיר צוריק גיין ספעציפיש צו דיין פאל פון די אויטאמאביל אינדוסטריע. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די אמעריקאנער טראנספארטאציע היסטאריע. איך האב עס קיינמאל נישט נאכגעפארשט ממילא איז מעגליך אז איך זאל האבן א טעות דא דארט. איך גלייב אז ליטוואק האט עס אויך נישט אדורך געטוהן מיט טיעפקייט (אויב יא לאז וויסן) אבער דורך אויס די יארן האב איך אסאך געליינט דעראויף. איך האב זיך טאקע געפרייט צו זעהן אינעם פריעדיגע וועקער וואס קינד און קייט האט געברענגט. איך האב זיך גע'חידוש'ט אז איך האב וועגן דעם מאזעס קיינמאל נישט געהערט. איך האב אסאך געהערט וועגן זיינע מעשים טובים אבער נישט געוויסט אז דאס אלס האט א נאמען אונטער זיך חוץ פון די רעגירונג. אמעריקע איז געווען פון די ערשטע און מערסט פארגעשריטענע צו אדאפטירן די באנען. די אמעריקאנע רעילראוד סיסטעם איז געווען א פראכט פאר די וועלט צו ווייזן וואס קאפיטאליזם האט געטאן פאר מענטשהייט. אבער ס'געווען אזעלכע וואס האבן נישט פארגינען זיי האבן געשריגן אז ס'קומט זיי אויך. די רעגירונג דארף רעגולירן. מ'דארף צווינגן צו מאכן שינעס דארט וואו קיינער וואוינט נישט. דארט וואו קיינער פארט נישט. מ'דארף רעגולירן די ראטעס וואס ס'זאל קאסטן צו פארן. מ'טאר נישט רעכענען וויפיל מ'וויל. אא''וו. ביז די רעגירונג האט זיי באנקראטירט. און די רעגירונג האט איבערגענומען און איצט האט עס אזא פנים. אולי ווען די קאפיטאליסטישע אינדאסריאליסט'ס וואלטן נאך געווען ביים רעדל אויף אונזערע שינעס וואלטן די אויטאמאביל חברה נישט געקענט פוילן ביי זיי זיך איינצולייגן.

קודם כל פורד האט נישט גענומען קיין געלט פון די רעגירונג בשעת די קראך. ממילא זענען זיי גארנישט שולדיג. אפי' די וואס האבן יא גענומען. דו לייגסט עס אראפ אביסל אנדערש ווי ס'געווען. דהיינו. די בעלי בתים פון דזשי. עם. האבן געהאט א קאמפאני וואס פראדוצירט אויטאס. ס'איז געגאנגען אין דער ערד. מ'קען זאגן אסאך סיבות פארוואס. איינער פון די סיבות איז מעגליך ווייל זיי האבן עס נישט גוט געפירט. ווי אויך קען מען פעסט באשולדיגן די רעגירונג. ווייל צוליב וואס זיי האבן ארויפגעצווינגן אויף די פירמע און וויבאלד די פירמע האט עס נישט געקענט פארנעמען האט עס געקראכט. און די פאל אז ס'איז טאקע אזוי איז טאקע הערשט ריכטיג אז די רעגירונג זעלבסט זאל זיי ארויסשלעפן. אבער ניטאמאל דאס האט פאסירט. די רעגירונג האט געלאזט דזשי. עם. אונטערגיין. און ס'איז געגאנגען א גאנג. יא. אלע בעלי בתים האבן פארלוירן זייערע שותפת (שעירס בלע''ז) און א גוטן טאג. די גאווערמענט האט עס צוגענומען פון די בעלי בתים. דערנאך האט די רעגירונג אריינגעלייגט נייע שווערע געלטער. צוריק אויפגעבויעט. און דערנאך פארקויפט צוריק פאר נייע בעלי בתים. מיר זעהט אויס ווי די רעגירונג האט פארדינט פון אריינלייגן געלט דארט. נישט אז די פאבליק האט זיי אויסגעצאלט. ניין די פאבליק האט זיי שיין געלאזט פאלן.

איך קען אסאך שרייבן אבער ס'נעמט צייט. מיט די צייט וועט מען פרובירן מער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:11 am

ווער רעדט פון גנב'נען? מ'רעדט פון דער שותפות וואס דער ציבור האט אין די קאר קאמפאניס. איך האב אויך עפעס אינוועסטירט דארט, און ער קומט מיר מיין חלק. דער רעגירונג איז עס מסדר אויפ'ן אופן אז ס'זאל שטימען מיט די מדינהס באדערפענישן. דאס האט גארנישט מיט געוואלד. ווען דער ריכטער צווינגט איינעם צו צאלען א חוב, איז עס אויך 'נאר' מיט געוואלד? אוודאי נוצט מען געוואלד, אבער דאס איז ווייט פון דער גאנצע ענין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:13 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב אויך עפעס אינוועסטירט דארט, און ער קומט מיר מיין חלק.

וואס פונטקליך האסטו אינוועסטירט דארט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:06 pm

ס'איז זייער שווער צו האנדלען ווען דו זעסט נאר א פיצי חלק פון די בילד. דער רעפובליק בכללותה רעפרעזענטירט איהר בירגער, און דער רעפובליק איז א שותף אין די אלע ביזנעסער. ווען די קאר קאמפאניס האבן באצאלט געלט צו פארמאכן די פובליק טראנספארטאציע פאר יעדעם (פוק חזי, די ערגסטע סיסטעם אין אמעריקא איז אין דעטרויט, הלא דבר הוא) איז שוין 'יעדער' א שותף אין זיי.

און די פארטרעטערס פון דער רעפובליק נעמען ארויס זייער דיווידענד און באנוצען זיך מיט א קליין חלק דערפון לטובת הרבים, כפי זייער רעכט. דער עיקר גייט דאך פאר פוד-סטעמפס פאר גבירים און פאבריקען פון מיליטערישע געצייג וואס קיינער דארף נישט וכדו', אבער א קליין חלק דערפון גייט צו ארימעלייט, ווייל דער רעפובליק בכללותה האט אן אינטערעס צו אינוועסטירן אין איהר איינוואוינער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:15 pm

דאס אז די רעגירונג וואס די פאבליק האט ערוויילט איז געווען אזוי דורכגעפוילט אז פאר אפאר דאלער האבן זיי פארמאכט די פאבליק טראנספארטאציע מאכט נאכנישט יעדן א שותף. לדעתי האסטו זייער א קרומע מהלך אין וויאזוי מ'קען אלס משקיע זיין אין יענעם'ס געשעפטן און ווערן א שותף. איך זעה נישט קיין שום סיבה וויאזוי די רעפובליק האט אייגנשאפט אין סיי וואס זיי האבן נישט דירעקט משקיע געווען.

געדענקט: אז דו נעמסט צו פון מענטשן וואס זיי האבן זיך ערליך פארשאפט און פארדינט מיט אזעלכע תורות פארגייט די אפעטיט פון זיין א פראדוצירער און מ'ווערט א נעמער און א גוטן טאג.

דאס וואס איך רוף גניבה רופסטו שותפות. א שיין לשון פאר ריין גניבה. איך זעה נאר נישט וויאזוי די קנין איז טעקניקלי חל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:19 pm

דער רי"ף אין כתובות דערמאנט דער מושג 'מחמת מעותיו נשתכר' און דער רמ"א פסק'נט ווי איהם אין סי' קפ"ג
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:20 pm

.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:41 pm

איך זוך צו פארשטיין פון א מאראל שטאנדפונקט. אבער אז דו האסט שוין נאכגעברענגט אונזערע גדולים וואלט איך עס געוואלט נאכפארשן. וועלכע קפ''ג? חושן משפט? איך זעה נישט דארט אז די רמ''א זאל עס דערמאנען.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:42 pm

.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:45 pm

א. לערן די סוגיא פון הוסיפו לו אחת יתירה מיט תוספות, דער רי"ף און די פוסקים.

ב. דו טאנצסט פון טעכנישע מעשה קנין ביז מאראל און פון דארט צו פראקטישקייט אז מ'וועט נישט ארבעטען אזוי. בלייב אין איין פלאץ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:52 pm

מיינע אויספלאצן קומען נאכדעם וואס ער קריכט מיר אויף די נערוון,

בנוגע וואס דו שרייבסט אז מיינע תגובות העלפן נישט פארשטיין די לינקע שיטה, קען זיין! אבער אזוי שרייב איך...

אינטערסאנט נעכטען שיקט מיר א חשובע ניק אין אישי אז ער איז געוועהן א ראש לימבאו פען פאר אכט יאהר און שטארקע קעגענער צו סאושליזים און לעצטענס נאכן ליינען מיין תגובות האט ער געטוישט זיין מיינד, ער באדויערט אז ער האט פיינט געהאט אזא קלאסישע געלונגענע פרעזידענט ווי אבאמא פאר אכט יאר און אז ער האט זיך געלאזט איינרעדן פון רייט ווינג טאלק-ראדיא. ווי אויך האב איך באקומען א טעלעפאן קאל נעכטען פון א אינגערמאן אין בארא פארק וואס קען מיר און ער זאגט ער באלעקט זיך די פינגערס מיט מיינע תגובות. נעקסט קעיס. נאך איינער האט טענות זאל גיין צו די משגיח...
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:57 pm

ביטע לאזן די אשכול צום ענין. ישר כח:
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1856
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 9 געסט