שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

שטריימל סעיל אדווערטייזמענטס - טפשות אדער געניאל?

שליחה דורך העניך »

שוין יארן וואס איך קוק אויף די שטריימל-סעיל אדווערטייזמענטס מיט בייז-וואונדער. א שטריימל איז דער העכסטער לוקסוריעזער מלבוש וואס א חסידישער איד טראגט. עס קאסט אלפים ורבבות, און איז דער "קרוין" פון דער שבת'דיגער טראגע.

טייערע עלעגאנטע מלבושים און חפצים וועלכע קאסטן אזויפיל געלט, האבן געווענליך א וועג וויאזוי אנאנסן איבער זיי קוקן אויס. גאר איידל, קלאסיש, עלעגאנט, גראפיק וואס גיט דעם חפץ כבוד און רעספעקט - אז דער וואס זעט דעם עד זאל אוועקגיין דערפון מיט פרישער שעצונג פאר דעם חפץ.

כאפטס נאר א בליק אויף אדווערטייזמענטס פאר טייערע אנצוגן, זייגערס, וכו'. אלעס איז דעזיינט צו געבן כבוד און ערע פאר'ן חפץ אז ס'זאל זיך דעם לייענער גלוסטן זיך איינצוהאנדלען אזא קלאסישן און רעספעקטפולן מלבוש.

כאטש ביי מיר איז פשוט אז א שטריימל גייט אריין אין זעלבן כלל, זענען אבער די שטריימל עדס גענצליך אנדערש. דער טייערער שטריימל וואס קאסט 2-3 טויזנט דאלאר זעט מען פליען אראפ טרעפ, אין מצה-באקס, פארקלענערט אין איינעמ'ס האנט, און נאך קוריאזע און קאמישע געדאנקען וואס מאכן דעם שטריימל צו נאר. בכלל נישט ווי עס וואלט געפאסט פאר א זאך וואס מ'גיט אויס אויף דעם אזויפיל געלט.

איז דען אין דער אינטערעסע פון שטריימל-מאכערס אז מ'זאל זען דעם שטריימל ווי א זאך וואס קען פליען און טראסקענען? ווילן זיי דען נישט אז ס'זאל זיך גלוסטן א שטריימל ווייל עס איז קלאסיש און עלעגאנט, פונקט ווי די זייגער פירמע וויל אנרייצן דעם פאטענציעלן קונה?

אבער מחשבה שניה איז מיר בייגעפאלן איז אפשר איז דא דייקא באהאלטן א גאונות. דער זייגער-סוחר דארף איבערצייגן דעם פאטענציעלן קונה אז טראגן זיין זייגער וועט אים געבן א קלאסישן אויסזען. דערפאר דארף ער פארמירן דעם אדווערטייזמענט אז עס זאל אים געבן דעם געפיל וואס ער וויל באקומען ביים טראגן אזא זייגער. אבער דער שטריימל מאכער דארף נישט געבן קיין שום געפיל פאר זיין פאטענציעלן קונה, ווייל דאס באקומט ער שוין פון יאנקל און מעכל וואס האבן זיך געקויפט א שטריימל צום עלטסטן זונ'ס צענטן געבורטסטאג.

מיר ווערן געטריבן פון זען וואס יענער האט, און דאס זיך צושטעלן, זיין אן איש מכובד מן השורה, איז דאס וואס וועט אונז טרייבן צו קויפן דעם שטריימל. פאר'ן שטריימל מאכער בלייבט נאר צו איבערצייגן דעם קאסטומער אז דווקא ביי אים וועט ער באקומען די בעסטע פרייזן. און דא דייקא איז אפשר גוט צו בייגן און טראסקענען דעם שטריימל, מאכן מאדנע אדווערטייזמענטס וואס מאכן עס אויסזען ביליג, ווייל עס גיט א געפיל אז דאס איז א ביליגער דיספאזעבל אייטעם. קום צו מילער צו קויפן דיין שטריימל פון תשע"ז. האפנטליך איבער ס'יאר אין פריידן פאר'ן ברענד ניו שטריימל פון תשע"ח.

עס איז אין די שטריימל סוחרימ'ס אינטערעסן אז דער שטריימל זאל געזען ווערן ביליג און דיספאזעבל, אז מ'זאל נישט טראכטן קיין צוויי בשעת'ן זיך איינהאנדלען א פרישן שטריימל אריינצופאסן צווישן די חברים וועלכע האבן זיך אויך לעצטנס "געטריט" מיט א נייעם שטריימל.

אבער כ'ווייס נישט אויב כ'בין גערעכט. עס קען פונקט אזוי געמאלט זיין אז ס'איז נאר אלץ א טפשות פון די שטריימל סוחרים אזוי ביליג צו מאכן זייער אייטעם. ווער זאל היטן אויף דעם רעספעקט פון א שטריימל אויב נישט די די וואס פראדוצירן עס זעלבסט? אפשר אין דעם "לאנג ראן" וועט עס זיי נאר שאטן, ווען מענטשן וועלן פארלירן דעם גאנצן טעם צו דעם שטריימל, און עס וועט שוין מער נישט אינטערעסירן מענטשן צוצופאסן זייער אויסזען צום לעצטן סטיל פון וויאזוי די שטריימל האר ווערט געקעמט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר