לידיעה בעלמא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2820 מאל

לידיעה בעלמא

שליחה דורך קל וחומר »

הגם עס איז שטארק מסתבר אז ס'איז שוין פארהאן אן אשכול פון דעם סארט עכ"ז וועל איך זיך נישט צוריקהאלטן פון עפענען א פרישער אשכול, נישט ווייל איך זוך אנצושטאפן דעם שוין אזוי אנגעשטאפטן שטיבל מיט נאך אשכולות, נאר ענדערש ווייל איך האף אנצוהאלטען מיט אן אייגנארטיגן מהלך פון מיטטיילן שיינע ידיעות וואס צוהן די נייגער פון רוב מענטשן אין א קורצע, פארשטענדליכע פארמאט.
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

ובזה החלי:

1 - ווי אינטערסאנט עס הערט זיך, איז נאכאלץ נישט באקאנט דער גורם וואס פאראורזאכט 'מייגרעינס'. די שטארקע קאפווייען, אפט אויף איין זייט פונעם קאפ צוזאמען מיט 'נאוזשע' און טיילמאל פארבלענדעטע זעה-קראפט מיט שטארקע סענסיטיוויטעט צו ליכטיגקייט און גערודער.
הארמאנישע טוישונגען, איבערהויפט אין עסטראגען (פרויערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] הארמאנען) קען צוברענגן דערצו, אסאך פרויען ליידן דערפון מער ביים קריגן די וסת, עיבור אדער ווען מ'הערט אויף צו קריגן די וסת. געוויסע עסנווארג און באשטאנטיילן קענען אויך גורם זיין דערצו, ווי אויך מענטשן וואס זענען אויף א דיעטע, פארפאסן מאלצייטן אדער עסן אסאך קעפיען קענען אויך ליידן דערפון. אזוי אויך קען צושטערטע שלאף אדער דשעט-לעג זיין א גורם.
איין זעלטענער סארט וואס לויפט בירושה איז באקאנט אלס familial hemiplegic migraine וואס קומט פון פיהר ספעציפישע גענע-מיוטעשענס. מער באקאנטע סארטן האבן צוטוהן מיט פילע גענעס וואס אפעקטירן אויף א וועג די מח פונקציע.
די פשוט'סטע ענטפער ליגט אינעם 'משפחה'. ארום ניינציג פראצענט פון ליידנדע פארמאגן אן היסטאריע אינערהאלב די משפחה וואס ליידן/האבן געליטן דערפון.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר