אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

אינטערסאנטע עפיזאדן וואס איז ווערט צו באצייכענען לדעתי

שליחה דורך שבת אחים »

אסאך מאל האב איך עפעס א געדאנק, א לעבעדיגע ערשיינונג וואס פון מיין פערספעקטיוו און פון מיין קוק ווינקל איז עס ווערט צו באצייכענען און אראפשרייבן. איך האב אבער אייביג א פראבלעם אז איך טרעף נישט די ריכטיגע אשכול, ווי אויך שרייב איך זייער אפען און גראב, איך בין בטבע זייער גראפיק און Blunt און איך וועל זאגן מיינע מיינוגען אפילו ס׳שמעקט נישט פאר יעדעם איינעם, אבער אויב לדעתי איז עס ריכטיג וועל איך פונקטליך זאגן וואס איך האלט לויט די אמת און די מציאות אפילו ס׳שטימט נישט פונקטליך מיט יעדעמ׳ס אגענדע. דאס איז מיין נאטור, ביי מיר איז נישטא קיין בול שיט, אלזא וועל איך מיך דערוואגן צוזאגן מיינע ״בויך קרעמפן״ אפען און גראב ווילאנג סהאט לדעתי א דעקונג פון ווארהייט און סאיז ריכטיג לויט מיין סברא.

פון די אנדערע זייט האב איך בעצם נישט ליב צומאכן מענטשען פילן אומבאקוועם, איך זוך נישט צו באלעסטיגן קיינעמס גלייבונגען ווילאנג זיי נעמען אן אז איך האב אויך רעכט צו מיין מיינונג פונקט ווי זיי מיט זייער מיינוגען. און ווער סקען מיך קען מעיד זיין אז מיינע קוים פערציג יאהר וואס איך לעב אויף דער וועלט האב איך דירעקט קיינעם נישט וויי געטוהן, איך האב אין מיין לעבן נישט געשלאגן קיין מענטש! אין מיין לעבן נישט... קיינעם! אפילו אלץ קינד! איך האב אין מיין לעבן קיינעם נישט פראבירט וויי צוטוהן דירעקט, נאר למעשה דארף איך זיין אויפריכטיג איך שרייב דא זאכן וואס רעגן אויף מענטשען און ס׳טוט זיי וויי, אסאך מענטשען זענען אין צער פון מיין דראסטישע טויש אין לעבן, איך פארשטיי דעס, פאר אפאר יאהר צוריק וואלט איך צוריסן אזא מענטש וואס וואגט אזוי צורעדן ווי מיר, ווען מיין עקס וואלט אפגעפארן מיט צעהן יאר צוריק וואלט איך מיך מסתמא געזעצט שבעה און איך וואלט געוויינט יעדע נאכט, טאקע פארדעם פארשטיי איך איר צער, ווי אויך פארשטיי איך אירע עלטערן און די גאנצע משפחה וואס איז צושאסן אויף שברי שברים אז זייער באליבטע איידעם/שוואגער פון יאהרן לאנג איז געפארן סאוט, איך פארשטיי א יעדעם איינעם, שטייצעך חוץ ריפובליקאנער און טראמפ פענס :) .

די זעלבע איז דא אין קאווע שטיבל, איך פארשטיי פון ווי ענק קומען, טאקע דערפאר ווייל איך בין אמאל געוועהן ענק... מיט אכט יאהר צוריק האב איך געאפפרט פאר דריי בחורים וואס האבן געארבעט אין מיין ביזנעס און זיי האבן נישט געלייגט קיין תפילין זיי צובאצאלן יעדען איינציגער טאג פופציג דאללער אז זיי זאלן אנטוהן תפילין און זאגן קרי״ש, און אלע פון זיי אפילו זיי זענען געוועהן פארחלשט פאר א טאללער, צוויי פון זיי זענען איזרעליס וואס קומען פון זייער ארימע שטיבער און זיי וואלטן געטוהן אסאך זאכן פאר געלט, ספעציעל אזא גרינגע זאך וואס נעמט א מינוט, למעשה האבן זיי מיך אפגעזאגט, איך האב עס נישט געקענט באוואונדערן, איך בין געליגן ביינאכט אין בעט פארקלאצט פאר שעות, וויאזוי קען עס זיין? אזוי צוגיין אקעגן די תורה? , נישט אפילו וועלן לייגן תפילין וואס נעמט פינף מינוט א וואך פאר א פלוצלימדיגע אומגעראכטענע 300 דאללער אין געהאלט העכערונג ??? כהאב עס נישט געקענט באגרייפן, למה? פארוואס האבן זיי אזוי פיינט די זאך?
פון דארט און ווייטער האב איך מיט זיי געטענהט שעות אויף שעות, פארברענט גאנצע נעכט מיט זיי, געזיצן שעות און געמאכט ריסערוטש אויף די אינטערנעט צו קענען פארענטפערן זייערע קשיות ביז איך בין אנגענומען צו די מסקנה אז זיי זענען למעשה גערעכט און איך האב געלעבט אלע יאהרן אין א טעות... און זייט דעמאלטס בין איך געווארן מעהר און מעהר ליבעראל וואס מעהר כהאב געליינט און געפארשט, הגם איך בין אייביג געוועהן א פייערדיגע דעמקראט און געהאלטן אז זיי זענען גערעכט מיט אלע זייערע אישוס חוץ די ענוויירמענט וואס כהאב געהאלטן אז זיי טרייבן אביסלע איבער, האב איך נאכאלץ געהאלטן אז סאיז וויכטיג. היינט האלט איך אז סאיז קריטיש וויכטיג.

אלזא צו איינשפארן ווייטאג פאר די שוואכע הערצער וואס קענען נישט אראפשלינגען דעם ״בייסיגען אמת״ בין איך אויפגעקומען מיט א פשוטע פשרה איך מאך מיר א ווינקל ווי איך קען מיך אויסגרעפעצן אלע מיינע געדאנקן מיט מיינע לינקע אידילאגיעס און ווער סוויל נישט הערן וואס איך האב צופארציילן קען סקיפן דעם אשכול געזונטערהייט, איך וועל צו קיינעם נישט האבן קיין טענות און מענות און איר האט מיין צוזאג אז איך וועל קיינעם נישט רופן צו דין תורה אדער צום גוישן געריכט ווי אלע רבנים און עליטס שליכטן זייערע געפעכטן וויאזוי צו צוטיילן דעם הייליגען טאטי׳ס מיליאנען פון די שווייץ (נוסח ר׳ מענדלע מדעש-ויזניץ), אדער דעם טאטענס שלמים אין די שווייצער בענק (נוסח הברך משה)...

למשל איך בין שולדיג א ענטפער פאר אונזער באליבטע ר׳ בערל ווי ער טעהנט אין א דערנעבעדיגן אשכול אז אין נאמען פון אנטי-רעליגע האבן די באלעשוויקן געהארגט מיליאנען מענטשען, און איך האב אים געוואלט ענטפערן ווייל ער איז נישט גערעכט מיט דעם און ער לערנט נישט גיט אפ פשוטע היסטאריע וואס יעדער ווייסט פארוואס די באלשעוויקן האבן באמת געהארגט און סהאט גאנץ ווייניג געהאט מיט רעליגע צוטהן, למעשה האב איך אים נישט געוואלט ענטפערן אין יענע אשכול ווייל יעדע צווייטע מאל באפאלט מען מיר מיט די טענה אז איך חזר אן יעדע אשכול מיט אלע מיינע ליבעראלע בויך וויי, אלזא וועל איך פון היינט אן און ווייטער אויב האב איך א הערה וועל איך מערצעשעם ענטפערן אין אט די דאזיגע נייע געבוירנע אשכול און ציטירן א לינק פון יענע אשכול און ווער סאיז נישט נייגעריג אין מיינע בויך תורות זאל גיין ווייטער קאפ אין וואנט און קען אויסלאזן מיינע תורות לאקשן.

סמיינט נישט אז יעדע זאך וואס איך וועל שרייבן דא איז ריין קאנטריווערסיול, איך גיי דא שרייבן וואס איך האלט אז סאיז ווערט צו באצייכענען און וואס איך זעה דורך מיט מיינע אויגן גלעזער ותו לא, אפילו למשל א קליינע אינטערסאנטע שמועס וואס כהאב לעצטענס געהאט מיט מיין זיבן יעריגע טאכטער וואס איך האלט סאיז ווערט צו באצייכענען וואס זי זאגט און די וועג וויאזוי זי טראכט.

די אשכול קען האבן אביסלע גארפישע קאנטענט! זייט געווארנט.

אז די הנהלה וויל עס פלאצירן אין צימעס בין איך אויך מסכים.

והנה
עפיזאד 1

אפאר וואכן צוריק ווען כהאב אויפגעפיקט מיינע קינדערלעך, האט מיין קליינע זיבן יעריגע טאכטער זיך גענומען רעדן צו מיר נאר אין ענגליש, וואס געווענטליך וועט זי רעדן ״בלויז אידיש״, צו מיין וואונדער, פרעג איך איר

שבת:
פון ווי קענסטו ענגליש? לערנסט עס שוין אין סקול?

מיין טאכטער:
ניין איך לערן נאכנישט קיין ענגליש!

שבת:
פון ווי האסטו פלוצלינג זיך אויסגעלערנט ענגליש?

טאכטער, אביסל מיט א העכערן טאן.
וואס הייסט? דער אייבישטער האט מיך אויסגעלערענט צורעדן ענגליש!

שבת:
און פארוואס האט דער אייבישטער פונקט דיך אויסגלערענט אידיש מיט ענגליש און נישט פראנצויזיש?

טאכטער:
וואס איז פראנצויזש?

שבת:
א אנדערע שפראך וואס מיליאנען מענשטען רעדן אין פראנקרייך און איבער די וועלט.

טאכטער:
אה, דו מיינסט אזויווי טשייניז?

שבת
יא! פארוואס עפעס פונקט אידש און ענגליש קענסטו? אפשר ווייל פונקט די שפראכן הערסטו פון דיין פופצן יעריגע שוועסטער רעדן, דיין מאמע, דיינע מומעס, דיין באבע, און דורכדעם לערנסטו זיך אויס ענגליש?

טאכטער, טראכט אביסל און ענטפערט:
דער אייבישטער מאכט אלעס! ער האט מיך געמאכט קענען אידיש און ענגליש ווייל ער ווייסט אז א איד דארף קענען נאר אידש און ענגליש...

שבת
אמת!

צוקער זיס! :lol:
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר