ווי שווארצע פאציענטן זעען אידישע דאקטוירים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל
קאנטאקט:

ווי שווארצע פאציענטן זעען אידישע דאקטוירים

שליחה דורך שלום בערגער »

ווי אפטמאל, האט די פאציענטקע אין באלטימאר מיר געשטעלט א פראגע ביים ערשטן וויזיט מיט א בקשה: "מעג איך אייך שטעלן א פערזענליכע פראגע?"
בילד
זיכער, האב איך געזאגט. און — ווידער, ווי אפטמאל פריער מיט אנדערע פאציענטן — האט זי געצילעוועט די אויגן אויף מיין יארמלקע, א שיינע, אן אויסגעשטריקטע פון זוגתי. "וואס איז יענע… זאך אויף אייער קאפ?"
האב איך איר געגעבן צו פארשטיין וואספארא מין קאפצודעק דאס איז, און וואספארא ראלע דאס שפילט. "אהא," זאגט זי, "א אידישע זאך. דעטס גוד. א אידישער דאקטער געפעלט מיר."

נאך אזא מעשה: א שמועס מיט א צווייטער פאציענטקע, א מאמע אן אפראאמעריקאנערין (דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין גרויסער חידוש אין א שטאט ווי באלטימאר וואו רוב איינוואוינער זענען שווארצע). זי האט איבערגעגעבן אירע פערזענליכע צרות ביים אויפהאדעווען שווארצע קינדער אין א שטאט וואו די פאליציי-ברוטאלקייט איז א פאקט פון לעבן. פון איין זייט וויל זי, אז די פאליציי זאל באהאנדלען אירע קינדער אויף א יושרדיגן אויפ'ן אן פניות. צוריקגערעדט האט זי אויך געזאגט, אז זי הייסט אירע בנים זיך אנטאן לייטיש, ווייל אזא איינדרוק וועלן זיי איבערלאזן יענעם אויף דער גאס.

איר פארשטייט דאך," האט זי זיך געווענדט צו מיר, די אויגן אנווייזנדיג אויף דער יארמלקע. "וואו נאר איר גייט, ווייסט מען עפעס וועגן אייך."

אין באלטימאר איז פאראן א ספעציעלע פארבינדונג צווישן פאציענטן אפראאמעריקאנער און אידן דאקטוירים. דאס זאג איך נישט אויפ'ן סמך פון וויסנשאפטליכע באווייזן, נאר פון די איבערלעבונגען און נאראטיוון פון א צאל פריינד און קאלעגעס, און פון דער געשיכטע פון ביידע גרופעס. היינט איז די געזונט-סיסטעם אין אמעריקע נאכאלץ א שטארק סעגרעגירטע, נאר פריער איז (אפשר) געווען נאך ערגער. אמאל האבן אפרא-אמעריקאנער נישט געקענט געפינען וועמען ס'זאל זיי באהאנדלען. אפטמאל זענען די דאקטוירים וואס זענען יא געווען גרייט זיי צו זעהן געווען אידישע, וואס זענען אליין, כאטש נישט אויף אזא מאס, אויסגעשלאסן געווארן פון די מעדיצינישע הויכע פענצטער.

אפשר צוליב דעם האבן א צאל שווארצע פאציענטן פאזיטיווע מיינונגען וועגן אידישע דאקטוירים ווי א גרופע. כאטש דער אנטיסעמיטיזם ביי טייל אפרא-אמעריקאנער איז אוודאי פאראן, זענען אויך דא די (כ'האב דאס אליין געהערט) וואס גלייבן אז אידישע דאקטוירים זענען בעסער.

קען מען פרעגן פארוואס: צוליב אונזער בשותפותדיגער היסטארישער דרויסנדיגקייט אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט? צוליב רעליגיעזער נאענטקייט? פאליטישע ליבעראלקייט? שווער צו וויסן. אזא געטיילטע געשיכטע, קען זיין, חזר'ט זיך ווידער איבער בזמן הזה צוליב דער "טראמפישער‟ פאליטיק. ביידע פעלקער, כאטש נישט אויף דער זעלבער מאס, ווערן אויסגעשטעלט אויף דעם אזוי-גערופענעם פאפולאריזם און נאציאנאליזם (קריא: ראציזם).

אין יעדן דור ברעכט מען די הענט אין דער אידישער קהילה, אז ווייניגער אידן דאקטוירים זענען היינט דא ווי אמאל. אין 1950 האט מען געזאגט אז די פראפארציע אידישע דאקטוירים איז געפאלן מיט 20 פראצענט אין פארגלייך מיט א האלבן יארהונדערט פריער (אזוי לויט אן ארטיקל אין ייט"א). איך האב נישט קיין פארגלייכיגע דאטן צו מעסטן דעם מצב היינט מיט דער פארגאנגענהייט, נאר אן אנקעטע וועגן רעליגיעזע פא'רבי'נדונגען צווישן דאקטוירים האט מען יא אדורכגעפירט, און ארויסגעגעבן אין דער וויסנשאפטליכע ליטעראטור, אין 2005.

ארויסגעוויזן האט זיך דעמאלט, אז אידן באטרעפן א צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג, כאטש פון דאקטוירים — 14 פראצענט. ווארט נאר, נישט נאר אידן זענען אן אויסנאם. אויך הינדואיסטן, מארמאנען, מוסולמענער, און בודיסטן (כאטש נישט אטעיסטן!) געפינען זיך מער אפט ביי דאקטוירים, ווי אין דער אלגעמיינער באפעלקערונג. פארוואס? אפשר דערפאר ווייל אזעלכע מינאריטעטן האבן בשותפות אזא "אימיגראנטישן" צוגאנג, דאס ווילן ארויפארבעטן זיך (אן די מניעות וואס אנדערע פעלקער — למשל, אפראאמעריקאנער, מוזן זיך מיט זיי ראנגלען).

שטעלט זיך די פראגע, אויף ווי ווייט האט זיך געביטן דער מצב אין די לעצטע 10-20 יאר? איך קען ברענגען אומדירעקטע ראיות, נאר יעדער וואס האט אדורכגעמאכט די מעדיצינישע טרענירונג אין די לעצטע יארצענדליגער ווייסט אז די אידן פירן מער נישט דאס רענדל. דאס איז, פארשטייט זיך, א געזונטע זאך. די באשטאנדטיילן פון געזונט-פראפעסיאנאלן דארפן אפשפיגלען די פארשידנמיניגקייט פון דער אמעריקאנער געזעלשאפט. אומגלייכקייטן זענען זיכער פאראן און די מינאריטעטן וואס געפינען זיך ווייניגער אין די סטודענטישע רייען דארף מען פרואוון צוציען און אויסטרענירן, ווייל חולים ווילן אויך דאקטוירים וואס קוקן אויס ווי זיי…
דאך איז כדאי צו באמערקן, אז א ספעציעלע פארבינדונג צווישן אידן און דער מעדיצינישער פאך ווערט אפשר צו ביסלעך אפגעשוואכט. צי דאס איז גוט צי שליכט בין איך נישט גענוג א נביא פארויסצוזען. וועל איך יעדן אינדערפרי סיי ווי סיי מיטנעמען מיין סטעטאסקאפ און אנטאן די יארמלקע.


Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/dr-ber ... z4g80QNjaU
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום בערגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר