מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

מה יפית - געדאנקען איבער שנאה און שלום אין 2017

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

מאז היתה ישראל לגוי, איז דער פיינטשאפט פונעם גוי צום איד - און אויך פארקערט, פונעם איד צום גוי - אייגעבאקן אין דאס נפש פונעם פאלק.

ווען אימער עמיציר טיילט זיך אפ פונעם כלל און נאך דערצו אונטער׳ן פאן פון העכערקייט און דערקלערט זיך חשוב׳ער אדער בעסער פון אנדערע, ברענגט דאס מיט זיך נאכווייען פון קנאה וואס פירט נאטורליך אויך צו שנאה. פון דארט ביז עמפטליכע האס אויך אין מעשים, איז געווענליך בלויז א שפאן.

מלמד שהיו ישראל מצויינים, כלל ישראל האט זיך אלעמאל געלערנט צו זיין אפגעזונדערט, און אז מען קוקט אריין אין שו״ע זעהט מען וויאזוי אט די אויסגעצייכענקייט איז פארוואנדלט געווארן אין תילי תילים עיקרי הלכות וואס שאפן היינט דאס וועזן פונעם איד.

הגם דאס איז זיכער נישט די איינציגסטע סיבה, שפילט דאס אבער יא קלאר א ראלע אינעם הלכה בידוע, אז עשו שונא ליעקב. אז מ׳שטייט ארויס, איז דאס ווי א דארן אין די אויגן.

מצד השני, איז דער שנאה פונעם איד צום גוי מער א נאטורליכע רעזולטאט פונעם גוי׳ס אונטערדריקונג, ס׳איז פארוויקלט אין פחד פון די נאכאנאנדיגע רדיפות במשך הדורות.

שנאה איז אבער פון די סארט מדות גרועות, וואס בלייבן שטעקן אפילו לאנג נאכדעם וואס דער סיבה הגורמת איז מער נישט רעלעוואנט און אפילו ווען ס׳איז שוין אויך בטל ומבוטל.

נעמט למשל די שנאה וואס געפינט זיך ביי רוב מנין ומנין פון אחב״י אנטקעגן די בני ישמעאל.

נו אוודאי זענען פון דעם פאלק דא רוצחים און חיות טרף וועלכע האבן פארצוקט פון אונז אומשולדיגע קרבנות, און אוודאי ווערן די מוחות ביי זיי אנגעפיקעוועט מיט פרימיטיווע האס אנטקעגן אונז נאך פון יונגווייז אן, אבער די קאלעקטיווע שנאה און נטירת איבה וואס הערשט ביי אסאך פון אונז אנטקעגן יעדן פאלעסטינער אראבער, איז אין אסאך בחינות גארנישט ווייניגער פרימיטיוו.

מען פארגעסט זיך אפצושטעלן און באטראכטן דעם יחיד באשר הוא שם, און נאך ערגער פון דעם, מען פארגעסט בכלל זיך אפצושטעלן און בכלל צו טראכטן.

אז מען טראכט נישט צופיל אריין איז גאר גרינג אריינצופאלן אינעם פאסטקע פון דעות קדומות און פרימיטיווקייט, בפרט ווען ס׳האנדלט זיך מיט א בר פלוגתא מיט וועמען עס קומט נאך היינט צוטאג׳ס פאר א פארמעסט אויפ׳ן שלאכטפעלד.

לאמיר דערפאר נעמען דייטשלאנד אלץ א צווייטן משל. די דייטשן זענען א פאלק פון וועמען מיר האבן זיך ערשט נישט לאנג צוריק געפערליך אנגעליטן אבער מיט וועמען מיר זענען היינט נישט אין דירעקטן קאנפליקט.

איז פארהאן א סיבה אז מיר זאלן היינט צוטאג׳ס פיינט האבן קינדער און אייניקלעך פון א געזעלשאפט וואס האט צוגעלאזט און אפילו אנטייל גענומען אין אן אויסגעשפראכענעם גענאסייד דירעקט אנטקעגן אונזער פאלק?

מ׳רעדט נישט פון ״פארגעבן״ די געפערליכע אומרעכטן, דאס קומט געוויס נישט אין באטראכט ווייל קודם כל זענען מיר דאך בלויז קינדער און אייניקלעך פון די געליטענע און עס איז פשוט אוממעגליך פאר אונז צו רעדן אין זייער נאמען, והשנית, ווי איז בכלל מעגליך צו פארצייען מארד, פון א יחיד, ווער רעדט נאך פון א רבים, א קולטור, א עפאכע, אאו״ו. עס איז נאך נישט באשאפן געווארן אזא סארט היילונג און עס איז זיכער נישט אין די ראמען פון אונזער יכולות.

ניין, מ׳רעדט דא פון שנאה, אדער בעסער געזאגט אפצוטאן און אפצושיילן די נאטורליכע שנאה וואס הערשט ביי אונז אין הארצן קעגן דעם דייטשן פאלק.

און אויב דאס איז נאך נישט מעגליך ווייל דער וואונד איז נאך צו פריש און צייט האט עס נאך נישט אויספיעט צו פארהיילן, וואס איז לגבי שפאניע, א אימפעריע וואס האט אונז דערנידערט און פארוואגעלט פינעף הונדערט יאר צוריק אבער זענען שוין לאנג נישט ברומו של עולם אדער אין א פאזיציע אונז שלעכט׳ס צו טאן היינט צו טאג׳ס, ברויכן מיר נאך אלץ אנהאלטן א טיפע פיינטשאפט צום שפאנישן גוי אלץ זכר לחורבן?

און אויב א שטיקל פיינטשאפט צום שפאניארד איז נאך יא גילטיג מכח דעם כלל פון ״איך האב דיר פיינט, פשוט ווייל דו האסט מיר פיינט״ אן קיין אונטערשייד לגבי אקטיווע האסליכע פעולות בזמנינו, שטעלט זיך די פראגע, וואס וועט זיין מיט עמיציר וועלכער שטעלט זיך ארויס בריש גלי, קלאפט על חטא און בעט פארגעבונג על שבר בת עמי, איז נאך דאן אויך דא א זין אנצוהאלטן א שנאה מדורי דורות?

כלפי מה דברים אמורים, כלפי דעם אויפברויז אויפ׳ן קליפ וואס דרייט זיך ארום אין די יעצטיגע טעג מבית מדרשו ומבאי ביתו של לואי שיינער הי״ו, וויאזוי זיי ענטפאנגען דעם היינטיגען פויבסט באותות של אהבה, בשירה ובזמרה.

מאנכע זעהן אין דעם א שרעקליכער ירידת הדורות און א מעשה שלא כהלכה דורך בלויזע פוחזים וריקים.

ס׳איז גרינג צו פארשטיין וויאזוי אזא אקט קען ארויס ברענגן א טיפע איבל ביי שלומי אמוני ישראל וועלכע זענען ערצויגן געווארן אויפ׳ן שויס פון אמת׳ע פארציילונגען וועלכע מאלן אפ די שרעקליכע היסטארישע אומרעכטן וואס זענען אראגאנאזירט געווארן קעגן אונזערע עלטערן דורך - און אין נאמען פון - די קריסטליכע רעליגיע.

פאר טויזענטער יארן איז די קירכע געשטאנען אין שפיץ פון א מיסיע אונטערצוברענגן כלל ישראל בגוף ובנפש, און דא גייט מען און מ׳טאנצט ״מה יפית״ מיט ביליגע חנופה צום עומד בראש, דער איינער מענטש וועלכער פארטרעט די קריסטליכע אפאראט און אלעס בייזן וואס זי שטעלט פאר.

אבער אז מען שטעלט זיך אפ מער אריינצוטראכטן, איז דא א מקום צו קלערן אז פונקט פארקערט, אויף וואס ארויף זאלן מיר זיין די וואס זוכן ווייטער צו איינווארצלן טיפע האס צווישן פעלקער אויפ׳ן חשבון פון א פארגאנגענהייט וואס איז שוין היינט נישט רעלאטיוו.

דער היינטיגער פויבסט, און זיין פארגייער, האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט קוראזש צו פארדאמען די אומווערדיגע מעשים וואס זענען אפגעטאן געווארן קעגן אידענטום און דאס דערקלערט אלץ א פלעק אין זייער היסטאריע.

זיין מעסעדזש טראגט א אומגעהויערן געוויכט פאר אן ערך פון איבער צוויי ביליאן קריסטן איבער דער גארער וועלט, עס דערקלערט אז דער אור אלטער שנאה קעגן דעם אידישן פאלק איז זינלאז און ס׳איז שוין העכסטע צייט אנטרינען צו ווערן דערפון.

טא, פארוואס זאלן מיר נישט ענטפאנגען דעם נייעם ווינט פון פרידן און חרטה און העלפן ערמעגליכן אז די וועלט זאל זיין מער א מקום מנוחה ושלוה ווי פארקערט?

אמת, מיר זוכן טאקע נישט אנצוקניפן קיין באזונדערע פריינטשאפט מיט קריסטענטום, און מעגליך אז דער כלל פון ״לא מדובשך ולא מעוקצך״ איז פונקט אזוי גילטיג היינט ווי אמאל, מיר האבן און מיר גיבן זיך בסייעתא דשמיא פיין אן עצה על אפם וחמתם פון שונאי ישראל, נאר דאס מיינט נישט אז מיר מוזן זיך פיינט האבן.

מענטשליכע באציאונגען צווישן אידן און דעם וואטיקאן איז אן אות לטובה, עס ערמעגליכט א דיאלאג צו פארגלייכן דיפערענצן, אויסצושפייען עקסטרעמע אנשויאינגען און צו פארמיידן ווייטערדיגע שנאה פאר די קומענדיגע דורות.

מיר אידן, חוץ אונזער אייגנארטיגקייט ווי אויבנדערמאנט, פארמאגן אויך אן אנדערע סארט אויסגעצייכענקייט, דער הצטיינות פון שלום בבחינת ״אתה שלום ושמך שלום״, דארפן מיר זיך דערפאר צוכאפן צו שלום און טון וואס נאר מעגליך דאס צו פארווירקליכן.

אלץ זרע ישראל רחמנים בני רחמנים, דארפן מיר שטרעבן צו זיין א פאלק פון פרידן, א געמיינדע פון שוחרי שלום וועלכע זוכן בלויז מרבה צו זיין שלום בעולם אפילו מיט אזעלכע וועלכע האבן אונז בא׳עוול׳ט אין די פארגאנגענהייט.

דער רמב״ם כידוע פסק׳נט להלכה אז ס׳איז אסור ארויסצוגיין אין מלחמה - אפילו א מלחמת מצוה! - איידער מען האט ערשט פרובירט דרכי שלום.

שלום איז דער העכערער אידיאל, ווייל אן שלום קען די וועלט און דאס מענטשהייט נישט האבן קיין קיום. גאט האט איבערגעגעבן דעם וועלט׳ל פאר׳ן מענטש לעבדה ולשמרה, נישט איר צו פארדארבן אדער חרוב מאכן, און דער פשוט׳סטער מיטל וויאזוי דאס צו ערמעגליכן איז דורך אויסרייסן שנאה און פארשפרייטן שלום.

ווען דער חכם מכל אדם האט ערווענט ״מה יפית״ האט ער דאס פארבינדן מיט אהבה. אהבה איז טאקע א העכערע מדריגה און ברויך צו דינען אלץ א איד׳ס שטרעבן ווי ר׳ חיים ויטאל שרייבט: ״ויאהב כל הבריות אפילו גויים״ (שערי קדושה ח״א שער חמישי), אבער ווען ס׳קומט צו אהבת הבריות און קיום העולם, זאל כאטש זיין שלום.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר