וואס איז פשט פון די רשעות?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

וואס איז פשט פון די רשעות?

שליחה דורך ענדע צדיק »

לאמיר שוין זאגן אז דו ביסט גערעכט.

לאמיר שוין זאגן אז ער איז טאקע א שלעכטער, הארצלאזע מענטש, א אכזר, א שגץ, וכו' וכו' מיט אלע שמות הנרדפים וואס דו בארעדסט דיין עקס אין די גאס.

נישט אז איך האלט אזוי, אבער לאמיר שוין זאגן אז אזוי איז עס.

אבער פארדעם האסטו דאך אפגע'גט פון אים פאר צוויי יאר צוריק, ניין?

יעצט זיי מיר מסביר פאר וועלכע סיבה רודפ'סטו אים, פייניגסטו אים, ווען ס'קומט צו זעהן זיינע קינדער???

נישט היינט,

נישט די וואך,

זיי צוריק פונקטלעך 4:45,

אך-און-וויי אויב די טרעפיק איז געווען אביסל שווער און ער איז צוריקגעקומען 4:47,

סטראשענען, באשולדיגן, שעלטערייען,

קענסט פארגעסן פון זעהן דיינע קינדער פאר צוויי וואכן,

פארוואס? פאר ווען?

איז עס דיינע קינדער מער ווי זיינע קינדער?

יא איך ווייס אז די "סיסטעם" גיבט דיר מער רעכטן ווי פאר אים.

און וועגן דעם? דאס מיינט אז דו האסט רעכט צו טוהן וואס דו ווילסט?

דאס מיינט אז ער איז דיין קרבן עולה?

ווער האט דיר געגעבן רשות?

זיינע הענט זענען טאקע פארבינדן, ער קען גארנישט טוהן, ווייל אויב יא וועט ער טייער באצאלען ליידער,

אבער דיינע הענט זענען נישט פארבינדן.

דיינע אייגענע הענט פארשרייבן יעדע נאכט אין הימל וואס דו האסט אפגעטוהן פאר דעם אומשולדיגן אדער שולדיגן יונגערמאן,

און דארט אויבן ארבעט נישט די מהלך פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם אז די פרוי האט אלע רעכטן.


[איים סארי, איך האב זיך געמוזט אויסגעבן]

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר