ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

ישיבת "טייד" פאר בחורים אן קיין ישיבה

שליחה דורך בן ישי »

אין די מאמענט איז די וואך געווען באשריבן א ישיבה מיטן נאמען טייד (Torah Im Derech Eretz) די ישיבה איז געגרינדעט געווארן דורך יואשי (יוסף ברוך) וואלהענדלער פון סיגעיט - א יוד א בעל פרנסה וואס שוין יארן איז ער פארנימען מיט העלפן בחורים אין מיידלעך (א יוד מיט א bluetooth אין די אויער אין גייט אייביג מיט crocks) - צוזאמען מיט ר' יושע לעפקאוויטש אין מענדי ריינער פון די באקאנטע רינועל ארגענעזאציע.

די ישיבה איז געמאכט פאר יונגע בחורים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה פאר א לאנגע צייט, יואשי צוזאמען מיט די אנדערע עסקנים האבן געקויפט א אלטע ביהמ"ד קאמפלעקס אין ליבערטי - קאנג. אהבת ישראל -אין זיצן דארט מיט די בחורים 24 שעה א טאג אין מאכן זיכער אז די בחורים גייען קיינמאל נישט ליידיג.

די ישיבה איז ספעציעל אויסגעשטעלט פאר די סארט בחורים מען לערנט נישט צולאנג אויף איינמאל יעדע 15 20 מינוט איז דא א הפסקה אין מ'לערנט מער לאכטערע לימודים ווי חומש רש"י תרי"ג מצוות אין אביסל גמרא ווי אויך לערנט יואשי מיט די בחורים אינטערסאנטע ביכלעך.

די ישיבה האט אסאך אינטערסאנטע זאכן (הלוואי וואלטן אנדערע ישיבות אויך צוגעשטעלט ענליכע זאכן פאר די 'נארמאלע בחורים'...) ווי למשל יעדן טאג גייט מען צו די Gym מיט א special trainer אין ביינאכט גייט מען צו א פלאץ ווי מען לערנט קראטי אין פארשטייט זיך אז מען שפילט sports אין ישיבה, די בחורים מאכן אליינס פרישטאג אין לאנטש אין מ'טיילט זיך איין מיט'ן אויפרוימען.

דער ציהל פון דער ישיבה ווי יואשי זאגט איז אז ס'זייער שווער צו נעמען עלטערע בחורים אין זיי צוריק זעצן אין ישיבה אבער יונגערע בחורים קען מען נאך יא, איי וועלן מענטשן זאגן שיק זיי ארבעטן אבער יעדער ווייסט אז דער גאס היינט איז זייער נישט מסוגל פאר בחורים ספעציעל די יונגערע, אז ער גייט ארבעטען, וואס גייט ער טוהן ביינאכט? מיט וועם גייט ער זיך דרייען? וואס גייט ער טוהן אין די טעג וואס מען ארבעט נישט?
ממילא נעמט מען זיי אוועק פון די גאס אין מען זיצט מיט זיי אגאנצע וואך, מ'מאכט זיי פוהלן באקוועם אין בעיקר מ'מאכט זיי פוהלן accomplished.

אויף שבת נעמט זיי יואשי צו זיך אינדערהיים אין סיגעיט אדער אין זיין באנגעלאו אין לעיק פארעסט אדער גייען זיי אהיים.

בנוגע סעלפאונס זאגט ער אז די בחורים האבן סעל פאון'ס אבער עס ליגט פארשפארט ביי די הנהלה אגאנצע טאג אין מען האט עס נאר א האלבע שעה ביי מיטאג אין א שעה ביינאכט, די ישיבה ארבעט שטארק מיט דיסיפלין אין 11:30 לעשט מען אויס די לעקטער 7:30 איז יעדער אויף.

אין מיינט נישט אז די בחורים געבן אזוי אוועק די פאון'ס בחינם....מען גייט זיי באלוינען מיט א טריפ, וועסטי פרעגן פארדעם זענען זיי מסכים אוועקצולייגן די פאון'ס וואס זיי זענען שוין צוגעבינדען דערצו פאר באלד 2 יאר? אבער איין מינוט די האסט נאכנישט געהערט וואס דער טריפ איז ווי מען פארט...ישיבת טייד גייט נעמען אלע בחורים פאר צוויי וואכן צו...ארץ ישראל!

דאס איז נאר געשריבן בקיצור הדברים וואס איך האב געזעהן אין דעם ארטיקל.

זאל די אייבישטער העלפן די עסקנים וואס טוהען אזא געוואלדיגע שריט אז זיי זאלן זעהן הצלחה אין אלע זייערע מעשים ומהם ילמדו וכן יעשו!
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר