וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

הודעהדורך ראובן » זונטאג יוני 04, 2017 1:47 pm

אין דעם היינטיגן נומער פון "המבשר" ווערט געדרוקט א ריזיגער העדליין מיט דברי מחאה קעגן דברי בוז וקלון וואס איז געדרוקט געווארן אין "דער איד" קעגן די גדולי האגודה פון אמאל און היינט, אויפ'ן באזיס פון שקרים לגבי דעם א.ג. "גזירת הגיוס". דער המבשר גייט דורך פונקט ביי פונקט און ווייזט אן וואספארא שקרים דער איד קארמעט זיינע לייענער, הויפטזעכליך אנווייזנדיג דעם פאקט אז עס איז נישטא קיין איין בחור וואס זיצט אין תפיסה אויב האט ער זיך געשטעלט פאר א פטור/דיחוי אין צייט.

מיר ווייסן נישט פון היינט ווי אמת האט זערא ווערד אין די אויגן פון די בעלי השקפה אין סאטמאר. עס איז דא איין ציל: בויען אילוזיעס ארום דער סאטמארער שיטה, און פראפאגאנדירן וויפיל עס גייט. עס נישט קיין שפיל מיט אמת, נאר א שפיל מיט נוצן די שרעקעוודיגסטע ווערטער און ווילדסטע פראזן צו צערייצן די געמוטער פון די נאאיווע נאכפאלגער און לייענער.

ווען המבשר גייט און פרובירט אפצואווענדן דעם איד מיט פאקטן, מאכט די רעדאקציע א נארישן טעות. דער איד איז נישט אינטערעסירט אין פאקטן, און פאקטן קענען אים נישט אפפרעגן. פארקערט, דער ארטיקל שפילט גאר אריין אין די הענט פון דער איד רעדאקציע, זייענדיג א כבוד אז מ'באציט זיך צו זיי, און א באווייז ווי די "ציונים" שפירן זיך באדראעט פון די מעכטיגע ארטיקלען אינעם איד.

דער איד וועט נישט נעמען די מי צו פרובירן אפענטפערן דעם המבשר מיט פאקטן, ווייל פאקטן קומען בכלל נישט אריין אין דעם לעקסיקאן פון סאטמארער פראפאגאנדע מלחמות. דער איד'ס רעאקציע וועט נאר זיין נאך פראפאגאנדע, נאך ווילדע פראזן, ווייטער צו שטופן די אגענדע.

די פראפאגאנדע-מיניסטארן פון דער איד פארשטייען נאר זייער אייגענע שפראך. עס וועט זיי נאר שטערן ווען המבשר וועט זיי אראפרייסן מיט די זעלבע גראבע לופטיגע לשונות - פשוט אויסדרייען די קאנאנען צו דער אנדערער זייט.

עס זאגט זיך גרינגער ווי געטון. עס איז גענוי דער זעלבער פראבלעם ווי די אויפריכטיגע פרעסע האט מיט טראמפ'ס כסדר'דיגע שקרים. וויאזוי דארף מען זיך באציען צו זיי, אן געבן פאר טראמפ די עטענשאן וואס ער גארט אזוי. המבשר זאל זיין קלוג און נישט געבן פאר'ן איד נאך פראפאגאנדע אמוניציע. שיס נישט קיין פאקטן ווען פאקטן זענען מיינונגלאז. שריי אויך "גיוואאאאאלד!"
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10344 מאל

הודעהדורך ליפא » זונטאג יוני 04, 2017 1:51 pm

דיין תגובה איז אזוי אויפריכטיג אזוי ווי די אמעריקאנער אויפריכטיגע פרעסע...
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יוני 04, 2017 2:07 pm

א דאנק. און דא האב איך געמיינט אז דו ביסט א בלינדער טראמפיסט.
א לימוד אז מ'טאר קיינעם נישט אונטערשאצן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10344 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג יוני 04, 2017 2:17 pm

ראובן האט געשריבן:א דאנק. און דא האב איך געמיינט אז דו ביסט א בלינדער טראמפיסט.
א לימוד אז מ'טאר קיינעם נישט אונטערשאצן.

@ראובן האסט געליינט דעם מכתב פון די אמעריקאנע ראשי ישיבות? ארבעטן זיי אויך פאר דער איד?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יוני 04, 2017 2:25 pm

ניין. כ'האב ערגעץ געשריבן אז די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאגן ליגנט? די נושא דא איז די שקרים פון דער איד. עס איז מעגליך אז מ'קען מאכן אן ענליכן קעיס דורך נוצן אמת, און אפשר טוען דאס די דערמאנטע ראשי ישיבות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10344 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג יוני 04, 2017 2:52 pm

ראובן האט געשריבן:ניין. כ'האב ערגעץ געשריבן אז די אמעריקאנער ראשי ישיבות זאגן ליגנט? די נושא דא איז די שקרים פון דער איד. עס איז מעגליך אז מ'קען מאכן אן ענליכן קעיס דורך נוצן אמת, און אפשר טוען דאס די דערמאנטע ראשי ישיבות.

איך האב נישט געליינט דער איד, אבער איך האב יא געליינט די בראשור'ן פון די מערכה, און מ'קען זיך פארלאזן אז דאס איז קאפי/פעיסט, איך האב דורכגעליינט דעם מכתב (טוה מיר א טובה און ליין עס אליינס) און איך זעה אז זיי זענען צוגעקומען צו די זעלבע מסקנה ווי די מערכה פיהרער.

מיט איין אויסנאם, אז זייער פראבלעם איז מער די פאקט אז מ'נעמט אוועק א בן ישיבה פון די גמרא, אויב ער ארבעט אין די גראסערי זעה איך נישט קלאר וואס זיי האלטן (@ליטוואק, קענסטו אויסקלארן). בעת וואס די פרומע קנאים, האבן א פראבלעם מיטן זיין אין צה"ל בכלל
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 2:56 pm

א. דאס אליינס אז מ'ווייזט אז ביי זיי איז אמת וויכטיג און ביי זיי נישט, איז א תכלית.

ב. פאר אידען אין לעיקוואוד איז וויכטיג צו הערן די תירוצים. מארגן נאכט קומט פאר א 'כנס הסברה' צו ערקלערן פאר די קאלטע לעיקוואודערס פארוואס מ'דארף גיין און אז ס'איז נישט קעגן הרב שטיינמן וכו'.

ג. אין לעיקוואוד האט מען געהאנגען דער נאמען פון א חשוב'ער איד אלס א שטיצער. ער איז א גרויסע ת"ח און זייער אן ערליכער, נאר פארשטאנד אין פאליטיק פעלט איהם היבש. ער לעבט אין די וואלקענעס כפשוטו. דערווייל איז ער די איינציגסטער וואס איז גרייט צו לייגען זיין נאמען בפומבי. איינער האט איהם געפרעגט פארוואס ער מישט זיך אריין, האט ער געענטפערט אז ס'האט נישט די מינדעסטע שייכות צו פאליטיק. ווען א צייטונג שרייבט דאס אויס, וועט אפשר עפעס אריינגיין ביי איהם אין קאפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 3:07 pm

פון אייוועלט

אלט מאנרא שר חמש מאות
זונטאג יוני 04, 2017 1:56 pm

רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען
אין אטאקע קעגן "דער איד"

די רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען אין מדינת ישראל, "המבשר" און "יתד", האבן זיך דעם זונטאג צופרי צעלאזט און זענען ארויסגעקומען אין זייערע פאדערשטע זייטן מיט א ווילדער אטאקע קעגן "דער איד", דער שופר פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום, וואס וואגט זיך צו פארשפרייטן די אמת'ע, טרויעריגע און ביטערע פאקטן פון דער שרעקליכער גזירת שמד פון גיוס וואס בושעוועט אין ארה"ק, וואס ליידער זענען די נציגים פון די חרדישע פארטייען, די חברי כנסת המינים, די וואס האבן צוגעשטימט דערצו און העלפן ליידער צו אריבערצופירן טויזנטער בחורי הישיבות צו שמד ממש.

די ווילדע פרעצעדענטלאזע אטאקע קעגן "דער איד" האט באשיינפערליך געוויזן די אומגלויבליכע השפעה פון שרייבן נאכאנאנד קעגן דער ביטערער גזירה, און ווי עס וועקט אויף די גאנצע אידישע וועלט, אריינגערעכנט אזעלכע וואס געפינען זיך צווישן זייערע שיכטן און קרייזן אין ארץ ישראל, וואס אלע שרייען געוואלד, ווי קען מען צולאזן אזא הפקרות'דיגע הנהגה צווישן די חרדישע פארטייען, וואס וואגן זיך צו טרעטן אויף אלעם הייליגן און העלפן שטופן דעם ציוניסטישן וואגן בארג אראפ אויף אזא שוידערליכן גאלאפ.

אין דער זעלבער צייט, בלאזט עס אויך אריין א מורא'דיגן חיזוק אינעם אומגעפעלשטן חרדי'שן אידנטום, דאס זען די זידלערייען און פארלוימדונגען אין דער רעליגיעז-ציוניסטישער פרעסע, אלעס ווייל מ'לאזט נישט אויסלעשן און צונישט-מאכן די שארפקייט פון דער שרעקליכער גזירה, ווי זיי וואלטן ווען געוואלט, לייגט ארויף א פילפאכיגן גרעסערן פליכט אויף יעדן איד לבא לעזרת ה' בגבורים, און ארויסגיין מיט די מאסן זיך משתתף זיין אינאיינעם מיט די גדולי ומאורי ישראל ביים בעפארשטייענדן כינוס הרבבות פון יהדות אמעריקע, קומענדיגן זונטאג פרשת שלח אין בארקלעיס סטאדיום אין ניו יארק, וואו מ'וועט בעז"ה אויפטרייסלען די וועלט איבער דעם שוידערליכן "גזירת שמד" אין ארה"ק און נישט לאזן דערשטיקן די פינסטערע גזירת הגיוס וואס באדראעט דעם עקזיסטענץ פון כלל ישראל בארה"ק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יוני 04, 2017 3:09 pm

:lol: :lol: :lol:
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10344 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג יוני 04, 2017 3:16 pm

ראובן האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

איך זעה דארט בסך הכל לופט, אויסגעלייגט אסאך ווערטער פונעם דיקשאנערי. קיין שקר זעה איך נישט דארט, אבער אויב יא וואלט איך עס ערווארטעט פון זיי.

@ליטוואק,

א) דו באציהסט זיך צו די המבשר און יתד ענטפער פאר דער איד? אויב די באשולדיניגונגען פון דעם א.ד. מכתב שטעלן זיך ארויס אלץ ריכטיג, זעה איך דא א מאסיווער שקר וואס די פאליטיקער האבן אנגעדרייעט און אריינגעדרייעט אין דעם די גדולי הדור, דו זעהסט ער אנדערש? מ'האט געמאכט א שטילע אגריעמענט מיט די באהערדע, אז מ'גייט צורוה לאזן די גרויסע עסטעבלישד ישיבות, אויפן חשבון פון כפרות שלאגן מיט די שוואכערע חברה

2) עמיר ווארטן צו הערן וואס די רעספאנס גייט זיין
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 3:21 pm

די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען. זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

סתם אזוי, וואס איז פשט אין ארויסלייגן אזא בריוו אין די עפענטליכקייט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך דעת זקנים » זונטאג יוני 04, 2017 3:24 pm

אזוי קוקט אויס ווען א צייטונג האט נישט א געהעריגער רעדאקטער און די גאנצע שיטה פונעם צייטונג איז געלט מיט אגענדע. יעדע שטיקל פון יעדער קאלום שרייבער זאגט עפעס אנדערשט, איינער שרייבט אז כאטש מ'נעמט נאך נישט יעדעם בכפיה איז דאס אבער די אנהייב פון א גזירה מיט א דריי יעריגער פלאן אריינצונעמען אלע חרדים אין מיליטער, א צווייטער ברענגט א ליסט פון עטליכע פופציג בחורים וואס זענען פארפלאנטערט מיטן מיליטער, א דריטע פראפעגאנדע צעטיל שרייט אז 12000 בחורי ישראל זענען שוין פארכאפט אין מיליטער, בשעת וואס אין א עדיטאריעל שטייט אז מ'צילט בעיקר אויף די שוואכערע ווי בעלי תשובה און אזעלעכע פון פארשטיפטע ישובים. יעדער זינגט א אנדערע ניגון און דער ליינער גייט ארויס צעטימלט און צעמישט נישט וויסנדיג וואס די גזירה איז בכלל און וואס ס'גייט בכלל פאר. בו בשעת ווען אין איין ארטיקל האקט מען אויף דאס עצם זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און גאנץ סאטמאר אין ארץ ישראל שטעלט זיך געהעריג.
א צייטונג מוז האבן א רעדאקטער און א שניט אויף וואס מ'לויפט, מ'קען נישט צוזאמקלאפן ארטיקלן פון זעכצן אנדערע שרייבער און היידא מ'גייט צום דריק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דעת זקנים אום זונטאג יוני 04, 2017 3:27 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דעת זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:38 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג יוני 04, 2017 3:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען. זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

מ'דינגט זיך אויפן מציאות? אין סעיף ג' טענה'ן זיי, אז זיי האבן 'מברר' געווען.

דאס ארויסלייגן אין דער עפענטליך איז בפשטות ווייל מ'וויל דא עפעס 'אויפדעקן' עפעס וואס זיי ווייסן שוין בבירור אז ס'איז אמת, ווי איידער 'מברר' זיין דעם אמת.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך I'm back » זונטאג יוני 04, 2017 3:28 pm

איך גיי נישט בלינדערהייט. איך וויל אפענע באווייזן.
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2428 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » זונטאג יוני 04, 2017 3:31 pm

מסכים, איך גלייב אז די חותמים וואלטן אויך נישט אונטערגענומען אזא שריט אן קיין 'אפענע באווייזן', וואס זיי האבן געטוהן איז פרעצעדענטלאז.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך גאנצל » זונטאג יוני 04, 2017 3:52 pm

אינטערסאנט

סאטמארע עסקנים דארפן מסביר זיין פאר לעיקוואדע ר"י זאלן מסביר זיין פאר א"י אז ס'הערשט א גזירה.............

די פאקט ס'הערשט א גזירה מ'זעיט אפען טריט און שריט ווי אזוי מ'ארבעט דא שטילערהייט מיט התחכמות ווי אזוי אריין צו דרייען ווי מער חרדישע אין מיליטער מיט'ן ציל זיי אפצושמד'ן

נאר וואס דען היות סאטמאר אליין איז געווען פארנומען אראפצורייסן אמתע ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פון א גדול בישראל און מ'זוכט נאך אלס צו לויפן צווישן טראפן אז מ'זאל נישט חלילה דארפן צוקומען מודה צו זיין אז דער גדול בישראל האט יא געזאגט דעם אמת און היות הרב יצחק שטערן האט נאך אלס נישט קיין צייט צו געבן עטענשאן און ער קען נישט פארנעמען צו ארבעטן לויט די הוראות פון דעם גדול ע"כ דרייט מען זיך ארום ווי א ספינער און ווי דער פוילער וואס ארבעט דאפעלט
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג יוני 04, 2017 4:38 pm

אויב שוין יא פון אייוועלט דאן ברענג דעם זיסן שטיקל.


הזדעזו ארץ תבל ומלואה ארבע מאה פרסאות....
די יהדות החרדית איז אויפגעטרייסלט אויף די שרעקליכע אטאקע פינעם צייטונג יתד נאמן אנקעגן ערליכע יראים ושלמים, נאך וואס די איד מידי שבוע בשבוע העצט מיט יעדע מין אויסדריק קעגן זייער מנהיג, נאכדעם וואס איז ארויס געקומען קונטרסים הסברה, מודעות, פאשקעווילין, דרשות, האטליין׳ס אלעס צו באשמיצן זייער מנהיג מיטן ערגסטען רח״ל, נאכדעם וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט אז די יעצטיגע עצרת איז נישט קעגן ביבי אדער יאיר לפיר שר״י נאר עס איז געווידמעט אומדירעקט קעגן זייער מנהיג, האבן זיי זיך דערוואגט אין געהאט די העזה צושרייבן אן ארטיקל קעגן די עצרת? אפילו זיי האבן נישט געהאקט קעגן איינער פרעזענדליך, אדער באשמוצט חלילה א גדול בישראל... אבער וויאזוי האבן זיי זיך דערוואגט ארויס צוקומען מיט אזא ריזן ׳אטאקע׳?????
דער וואס קען היסטערי ווייסט אז נישט קיין חילוק וואס אונז טוען, זעמער אלץ געווען די וויקטעם׳ס...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יוני 04, 2017 8:07 pm

ראובן האט געשריבן:אין דעם היינטיגן נומער פון "המבשר" ווערט געדרוקט א ריזיגער העדליין מיט דברי מחאה קעגן דברי בוז וקלון וואס איז געדרוקט געווארן אין "דער איד" קעגן די גדולי האגודה פון אמאל און היינט, אויפ'ן באזיס פון שקרים לגבי דעם א.ג. "גזירת הגיוס"


@ראובן קוקט אויס איר קענט קיין המבשר נישט ליינען
זייערע אטאקע איז נישט אויף מאמרים אין דער איד, דער איד שרייבט שוין ווייסעך וויפיל וועגן די גזירה פרוש האט קיין פיפס געגעבן
די המבשר ווייטיגט אז די בריוו פון די רבני חו"ל איז אנגעקומען קיין אר"י

יעצט ביטע שיין @ראובן זייטשע מוחל און פארענטפערט די שקרים מיט וואס המבשר איז זיך מטפל צום בריוו.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 04, 2017 8:52 pm

דאס איז אלץ געווען דער פראבלעם פון אגודת ישראל. זייענדיג אליין ערנסטע מענטשן, קענען זײ זיך נישט פארשטעלן ווי ווייט ציניש און נישט ערליך זענען די קנאים.
דאס איז שוין געווען אזוי פארן מלחמה, ולאחריו, ועד היום הזה עדיין טח מראות עיניהם מיט וואספארא ביליגע חברה מ'האנדלט דא.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יוני 04, 2017 8:53 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די עסקנים אין א"י טענה׳ן להד"ם. זיי טענה'ן אז קיין שום בחור וואס האט זיך ערליך געשטעלט איז פארפלאנטערט געווארען.
הייסטעס די חכי"ם זענען נאמן אז גארנישט קומט נישט פאר, גוט.
זייער פיין פארענטפערט. נאכ׳ן זעהן דעם בריוו פארשטייט מען די נויט פון די ענטפער.

סתם אזוי, וואס איז פשט אין ארויסלייגן אזא בריוו אין די עפענטליכקייט?
צו פארשטיין געבן על מה יצא הקצף פין די פרוש/גפני בלעטער
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 8:56 pm

פארוואס זענען די ח"כים ווייניגער באגלויבט ווי די שמ"קים פון אמעריקא? זיי זענען עפעס ווייניגער ערליך ווי די דרייקעפ אויף די אנדערע זייט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג יוני 04, 2017 9:02 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יוני 04, 2017 9:01 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס זענען די ח"כים ווייניגער באגלויבט ווי די שמ"קים פון אמעריקא? זיי זענען עפעס ווייניגער ערליך ווי די דרייקעפ אויף די אנדערע זייטצ׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הייבסט אהן רעדין אויף אייערע גדולים
וואסי דאס, הזאת ליטוואק ?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 9:03 pm

ווער רעדט פון גדולים? מ׳רעדט פון די אנדרייערס וואס לויפען ארום די ראשי ישיבות\רבנים און מנהיגים מיט ׳פאקטען׳ געזויגען, אויפ׳ן בעסטען פאל, פון פינגער ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יוני 04, 2017 9:07 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער רעדט פון גדולים? מ׳רעדט פון די אנדרייערס וואס לויפען ארום די ראשי ישיבות\רבנים און מנהיגים מיט ׳פאקטען׳ געזויגען, אויפ׳ן בעסטען פאל, פון פינגער ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פון ווי זויגען די וואס זיצן אויף די געהאלטן פינעם כנסת המינים?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

Re: וואס "המבשר" פארשטייט נישט וועגן "דער איד"

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 04, 2017 9:09 pm

דאס האסטו נישט געליינט. ביי מיר דער ׳כנסת המינים׳ און דער ׳כנסת הסאטמורים׳ זענען נישט אנדערש איינס פון די צווייטען. נאר די ח"כים דארפען זיך פארענטפערען צו גדולי ישראל און די עסקני היהדות החרדית דארפען נישט. און די ח"כים האבען א וועג צו וויסען און די מסירות נפש׳דיגע לוחמים האבען נישט, אחוץ פינגערס און אנדערע (הענגעדיגע און אומאפהענגעדיגע) ארגאנען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט