בלאט 1 פון 1

חדש: אייוועלט צימעס!!

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 05, 2017 3:10 pm
דורך איסר האטלקי
אויף אייוועלט האט מען היינט צופרי געעפנט א צימעס אפטיילונג ווי דארט מעג מען רעדן קעגן רבנים, חוזק מאכן פון ראשי ישיבות, מחלוקות פאליטיק וכל דברים האסורים אונטערן נאמען "אקטועלע נייעס".

מען קען אבער נישט תיכף שרייבן קיין נייעס דארט, מען דארף קודם שרייבן די הודעה און איינער פון די הנהלה קוקט עס אדורך און דערנאך מאכן זיי אפ אויב עס אריינצולאזן אדער נישט.

אויב אייוועלט האלט שוין אט אט ביי צימעס, איז א חיוב אויף אונז צו גיין לכה"פ איין טריט ווייטער...

Re: חדש: אייוועלט צימעס!!

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 05, 2017 4:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די מנהלים דארט מוזען מאכען גוט געלט אז זיי האבען אזויפיהל צייט. פארוואס שרייבסטו דארט אומזיסט, ווען אנדערע מאכען פון דיר געלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: חדש: אייוועלט צימעס!!

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 05, 2017 4:29 pm
דורך אונטער חכם
אפיציעל זענען די מנהלים דארט אויך סתם שרייבערס און מאכן נישט קיין געלט.

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 05, 2017 4:49 pm
דורך ליפא
The website makes nice money

הודעהפורסם: מאנטאג יוני 05, 2017 5:02 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די מנהלים דארט מוזען מאכען גוט געלט אז זיי האבען אזויפיהל צייט. פארוואס שרייבסטו דארט אומזיסט, ווען אנדערע מאכען פון דיר געלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארוואס זאל מען שרייבן פארן וועקער, ווען די מנהלי ה'וועקער קויפן זיך דירות להם ולבניהם פינעם מעכטיג פאפולערע אויסגאבע

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 06, 2017 1:38 am
דורך cictim
לכאורה שטעלט זיך א קשיא וואס אלע פון גרויס ביז קליין קענען נישט פארשטיין פארוואס איש את רעהו חיים בלעו שרייבט דא??? פארוואס איינער וואס קען נישט הערן א דיעה אנדערש ווי מ'האט עם אריינגעפרעגעלט אין חדר שרייבט אין ק"ש? לכאורה אזא איינער טאר נישט אריינבליקן נאר אין "איד" אין און "אייוועלט"! מ'קען דאך ח"ו ווערן אנגעפיקעוועט מיט מינות און אפיקורסות ה"י! מ'קען ענטפערן אולי בדרך אפשר אזוי ווי עס איז געווען אביסל פארשלאפן די פלאץ דא, האט ער גענומען א פארקערטע שטעלונג אין יעדע ענין, וראה זה זה פלא! די עולם איז אויף געשטאנען, ס'געווארן פריילעך! אבער ניכרין דברי אמת, אונז זעהן דאך ווי יעדע תגובה ווערט געשריבן בדם לבבו, ממילא וועט מען מוזען קומען מיט א אנדערע מהלך, כ'האב געטראכט צו זאגן אז מ'קען איינטייטשן פשט אז די כוונה איז געווען קומען דא שרייבן (מיט א אנדערע ניק) אלע ווייטאגן וואס מ'האט אויף... א דירעקטע תוצאה פון די צומישטע חינוך וואס מ'האט באקומען, נאר וואזשע דען, ער האט עס גענומען צו אן עקסטרעמע מהלך (כנהוג אצל יוצאי מדינת הגר) און גענומען שרייען על ה' ותורתו, און דאס האבן שון די חברים נישט געקענט פארנעמען, איז ער געקומען מיט מחוורתא כדמעיקרא, ער וועט שרייען פונקט דאס וואס מ'האט עם אויסגעלערנט, און דער עולם וועט שוין אליין פארשטיין אז לא זו הדרך ולא זו העיר.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 06, 2017 2:10 am
דורך וואלווי
איש את רעהו האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די מנהלים דארט מוזען מאכען גוט געלט אז זיי האבען אזויפיהל צייט. פארוואס שרייבסטו דארט אומזיסט, ווען אנדערע מאכען פון דיר געלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פארוואס זאל מען שרייבן פארן וועקער, ווען די מנהלי ה'וועקער קויפן זיך דירות להם ולבניהם פינעם מעכטיג פאפולערע אויסגאבע


שלאף רואיג, מ'האט גע'עפענט אן "איש את רעהו יעזרו" פאנד, מתן בסתר, פאר דיין קומענדיגע hard copy פון די וועקער.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 07, 2017 1:54 am
דורך שמעקעדיג
cictim
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. איש את רעהו שרייבט גארנישט שלעכט, בכלל נישט אקעגן די תקנות אין שטיבל. אדרבה, די שיינקייט פון שטיבל איז טאקע דאס, אז מען קען אויסשמועסן אלע דעות. איך פערזענליך פרוביר צו פארשטיין ביידע זייטן, און איך וויל שטארק זען אלע תגובות און פלאקאטן פון הרב איש את רעהו.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 07, 2017 2:07 am
דורך וואלווי
איך גלייב נישט אז קיינעם שטערט עכט איש את רעהו ער פירט זיך אויף זייער מענטשליך דא כחבר מין השורה און מ'טאר נישט פערזענליך אטאקירען קיינעם, נאר דער אויבנדערמאנטער קאמענט וועגען די מנהלי ה"וועקער" איז נישט געווען אזוי איי איי איי...

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 07, 2017 4:48 am
דורך איש את רעהו
וואלווי האט געשריבן:איך גלייב נישט אז קיינעם שטערט עכט איש את רעהו ער פירט זיך אויף זייער מענטשליך דא כחבר מין השורה און מ'טאר נישט פערזענליך אטאקירען קיינעם, נאר דער אויבנדערמאנטער קאמענט וועגען די מנהלי ה"וועקער" איז נישט געווען אזוי איי איי איי...


עס איז געווען בבדיחותא
קיינער מאכט דא קיין גרויסע רווחים נישט די וועקער הנהלה און נישט די וואס זיצען אין אייוועלט אפיס.

Re: חדש: אייוועלט צימעס!!

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 07, 2017 6:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אייוועלט האט אסאך מער באזוכערס א טאג, און מ׳קען זיך אליינס אויסרעכענען וויפיהל יעדער אדווערטייזמענט דארף קאסטען.

הודעהפורסם: מיטוואך יוני 07, 2017 9:42 am
דורך געוואלדיג
איך האב אמאל געהאנדלט א אדוועטייזמענט דארט, היבש ביליג.