טראדישען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

טראדישען

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' שמעלקע, א ווארעמע חסידישע איד פון וויליאמסבורג אזא מין סטיל  פון די כ'  יארן, וואס האלט זיך צום אור אלטן אויסגעטרעטענעם וועג, קיינמאל נישט משנה זיין, אפילו דעם זעלבען שארף שפיציגען שטאפענעם היטל תשכ"ז סטייל, וואס מ'קען דערמיט אויס שניידן א האנד מצה טייגל.
גרויסע שיעור פיאות ארום די אויער ווי גרויסע שניי רעדער אויף א קליינע דזיפ.

נישט פארפעהלט  קיין איין טיש, געוויסט יעדע תנועה, אזא איינער ווי מ'רופט דאס ביינונז א "היימישער איד' קיין גרויסער תלמיד חכם איז ר' שמעלקע נישט געווען, אבער געהיטן יעדע טראדיציע מיט די גרעסטע מאס פינקטליכקייט.


געהאט א פיינעם ביזנעס, ס'ווייב זיינע אויך געווען שטארק אקטיוו אינעם ביזנעס, ווי אויך זיינע 2 טעכטער ווי נאר זיי האבן גראדואירט זענען זיי אויך געקומען ארבייטן אינעם טאטעס געשעפט. ר' שמעלקע האט נישט געהאלטן פון אוועק שיקן די טעכטער אין סעם, "ס'א באדערענע סטייל!" פלעגט ר' שמעלקע זיך אייביג אויסדריקן, דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון! בכלל ווען ס'געווען עפעס א זאך וואס איז נישט געווען לרוחו, איז געווען דער תירוץ אז "דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון" און מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.


ויהי היום דער עלטסטער טאכטער זיינע, ברכה איז געווארן 18 און מ'האט אנגעהויבן זיכן א חתן, שדכנים האבן גערופן רעכטס און לינקס. איין טאג האט דער שדכן אנגעטראגן א שידוך פונעם זעלבען שטאט א בחור וואס האט געלערנט אין א "היימישע ישיבה", א פיינער בחור פון א חסידישן שטוב נישט צו קאלט און נישט צו ווארעם, א פרומער מיט די שמונה בגדים, נישט צו שארף און אויך נישט צו שטימפיג, בקיצור אזאנס וואס ר' שמעלקע האט געזוכט.

נו ר' שמעלקע האט זיך נאכגעפרעגט אויפן שטוב ארום און ארום און ס'האט אלעס געקלאפט.
נו, גייט מען צום בעשוי, ר' שמעלקע מיטן ווייב, דער אבי החתן מיט זיין ווייב, און די מיידל מיטן בחור, מ'זוכט זיך וואס צו רעדן, דיין זיידע מיט יענעמס באבע, פון פישפיקלאדיין... געווען אן אייניקל פון דעם און פון יענעם אא"וו.

 ר' שמעלקע רופט זיך אן, נו לאזן די צוויי רעדן אפאר מינוט כנהוג, און נאכדעם וועט מען צאמקלאפן די אייער און מ' וועט זאגן מזל טוב און ארלעידיגט! ר' שמעלקע'ס ווייב זאגט עם, מ'דארף אבער פרעגן די צוויי צו זיי זענען מסכים איינע צום אנדערען ענטפערט ר' שמעלקע צוריק, ביינונז האט מען זיך נישט אזוי געפירט!! 

נו שוין וויפיל מינוט זענען זיי שוין אליין? פרעגט ר' שמעלקע, מער פון 18 מינוט איז א שיעור חימוץ! ר' שמעלקע שטורעמט אריין אין צימער און די צוויי קומען ארויס דערשראקן נישט וויסן וואס ס'האט זיי באטראפן, און ביז ווי וואס ווען הערט מען שוין א קלינגעדיגן מזל טוב!! לחיים!! דער אייבערשטער זאל העלפן דער זיווג זאל עולה יפה זיין בנין עדי עד.... מיט אלע ברכות.

דער טעלעפאן צוקלינגט זיך און ס'פליען מזל טוב'ס פון אלע זייטן.ר' שמעלקע'ס עלטערע צוויי ברידער מילך און יאסל זענען געווען ספעציעל צופרידן ווייל דער חתן בערל איז א שטארק חסידישער פרומער בחור וואס האט זיך נישט אוועק גערירט פונעם דרך הישן.

שוין, מ'באשטימט א חתונה דאטום. מ'באשטעלט שיינע מוזיק, אבער דער חתן בערל לאזט נישט האבן פיקטשורס און מכש"כ ווידיאו'ס ביי די חתונה, נאר כאפן פיקטשורס מיט א קליינעם קאמערע וואס פארמאגט נישט קיין ווייפיי רח"ל און ס'האט אויך א מאושר סטיקער, אנדערש לאזט דער חתן נישט.
דער חתן מאכט אויך זיכער אז די מחיצה איז הערמאטיש פארמאכט און אפילו א שאטן פון א פרוי ווערט נישט אריין געזען.


נו ויהי היום דער חתונה טאג איז אנגעקומען מ'גרייט זיך צו גיין צו דער חופה, דער חתן ארום געגארטעלט מיטן ר' איציקעל'ס גארטל און אנגעטוהן מיטן שיניעווער רב'ס הויזן און מיטן ר' יענקעלעס זאקן און אויך מיטן ר' ישעילע קערעסטירער'ס קאפל.

נו ויהי בישורון מלך בתאסף ראשי עם....... הערט זיך ארום זינגן ר' שלמה שמש גייט פאראויס מ'קומט אן צו די חופה, מ'זינגט די אהבה רבה ניגון (נו אוודאי ווען דען אז נישט יעצט)... שוין מ'ברעכט טעללער זכר לחורבן. מ'קומט אריין אין זאל מ'עסט מ'טרונקט מ'לאזט זיך וואוילגיין. די חתן קומט אריין, יעדער איז פריילעך מ'טאנצט און מ'זינגט, שטייטסעך נאר עכט חסידישע ניגונים, ווי דער חתן האט אנגעזאגט פארן מוזיקאנט אז מ'מעג נאר זינגן ווערצבערגער'ס ניגונים און אויך היימישע הקפה ניגונים, און נישט ח"ו איזראעלישע ציוניסטישע הורא אדער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן דורך נישט היימישע חסידישע מקורות נאר די וואס זענען פאבריצירט געווארן דורך די קליינע הייפעלע הייליגע גוף נקידיגע בדרך אפשרדיגע אידן.

שוין, אפגעטאנצען אויך מצוה טאנץ, יעדער גייט זיך אהיים. שיינע שמחה, חתן כלה הייבן אן בויען א אידישע שטוב. מאן, כולל שטייטסעך, פרוי, ארבייט שטייטסעך, אזוי שטייט דאך אין כתובה, קלאר ארויס געשריבן אז די ווייב גייט אויסהאלטן דעם מאן ביז מ'האט כאטשיג אפאר קינדער, און נאכדעם דרייט זיך עס איבער. 

נו דאס פאר פאלק איז שוין א מטופל בבנים ובבנות. און ר' בערל דארף גיין ארבייטן, אבער ח"ו צו גיין לערנען אן אומנות, שטייט דאך אין גמ' הארבע זאכען קעגן זיך לערנען אן אומנות.

שוין, ר' בערל האט געטראפן א פיינעם דזאב אין א אידישען אפיס וואס געט זיך אפ מיטן פארהאקן סמארטפאונס און קאמפיוטערס פון די אינטרנט רח"ל. און אזוי זיצט ר' בערל טוט זיין ארבייט בנאמנות, א קלייניגקייט, קענען מונע זיין אידן פון פרייע טעכנאלאגיע, דאס איז אייביג געווען זיין חלום. און מיט די צייט האט ער אויך אנגינומען א דזאב אין א ישיבה אפיס וואו ער געט זיך אפ מיטן דערלאנגן "לא נתקבל קארטלעך" פאר די אומגליקליכע (גליקליכע) אינגלעך/בחורימלעך. צו דעם ברויך מען האבן א ספעציעלען חוש מיט וואס ר' בערל איז געבענטשט געווארן. ר' שמעלקע קוקט זיך אזוי אום, אזא הצלחה ב"ה.


דאס צווייטע טאכטער שיינדי, גאר א געראטאנע א קלוגע באטעמטע בחן'טע, אייביג געווען די קליגסטע אין קלאס יעדע מיידל האט געוואלט זיין איר פרענד געקענט די בעסטע אן עי פלאס סודענטקע, אידיש/ענגליש. בקיצור ממש די בעסט.
אלע האבן געזאגט אויף איר אז זי וועט מוזן באקומען א חתן אזאנס און אזעלעכס.

ויהי היום, די שדכנים הייבן אן צו האמערען די טעלעפאן און דא האבן זיי זיך געקענט וועהלען. איין טאג האט א שדכן גערופען מיט א הערליכן שידוך, די בחור, א שיינער הויכער, א בעל מדות טובות, קען פיין לערנען, א היפשער ת"ח, א שיינעם שמייכעל אן איידעלער, דער שדכן זאגט פאר ר' שמעלקע'ס ווייב אז דאס איז "די" שידוך.

וואו האט דער בחור געלערנט? פרעגט ס'ווייב, אין ארץ ישראל אין מירער ישיבה ענטפערט דער שדכן, און די משפחה וואוינט אין בארא פארק
אפגענומען אלע אינפארמעישאן און זיך גענומען צו דער ארבייט, ווייל צו איר מאן האט זי נאר געוואלט רעדן ווען זי האט א פערטיגן בילד. נאכן אפטוען איר ארבייט האט זי געטראכט צו זיך, פיינעלי, דאס איז די שידוך וואס זי האט אייביג געחלמט אז איר שיינדי זאל האבן. זי ווייסט גאנץ גוט אז איבער צו רעדן שמעלקענען וועט נישט זיין קיין גרינגע ארבייט אבער וואס טוט מען נישט פארן טובה פונעם קינד.

שמעלקע קומט אהיים פון ארבייט ווארט עם שוין אפ א פיינע נארהאפטיגע נאכטמאל, ס'ווייב זעצט זיך אוועק מיט שמעלקענען ווען ס'איז כטוב לב המלך ביין, און דערציילט אז א שדכן האט געקאלט מיט א קנאקעדיגן שידוך.

און דאס איז דער שידוך פונעם יאר, וואסארא בעל מידות און לערנער א שיינער, אן איידעלער, קליגער, ווייסט ווען צו רעדן ווען צו שמייכלען, האט אייביג א גוט ווארט אא"וו.

פרעגט שמעלקע ס'ווייב, וואו די משפחה קומט פון, בארא פארק, בארא פארק?? פרעגט שמעלקע מיט אזא געמאכטע זויערקייט?? שוין,  א שיעור חימוץ האט דער רבי געזאגט ברימט זיך שמעלקע אינטער. און וואו האט דער בחור ג'לערנט? אין מיר און ארץ ישראל ענטפערט זי מיט איינגעהאלטנקייט (זי האט געוויסט אז דא גייט ליגן די רויטע בענדל פארן אקס) וואס??!! פרעגט שמעלקע, און דאס איז ביי דיר "די שידוך" פון מיר??? אוו נאכדערצו פון ארץ כנעעען???? שעם זיך איבער צו זאגן אזא שידוך!! שוין מים אחרונים! בענטשן, כ'גיי צום שיעור און געט א האק צו די טיר און מיט דעם האט זיך דער שמועס ג'ענדיגט (פאר דערווייל).

אבער ס'ווייב זיינע געט נישט אויף, דע שידוך מוז געשען! נאכן צוריק קומען פון שיער, מנחה מעריב, און ס'ווייב פרובירט נאכאמאל פון אן אנדערן ווינקל, דאס מאל, קוק זאגט זי פאר שמעלקע, דו ווייסט, שיינדי איז א טאפ טאפ מיידל, זי קען נישט באקומען איינעם אבי ווער, מ'האט שוין אנגעטראגן אסאך בחורים, און קיינער איז נישט געווען עפעס ספעשל, דא טראגט מען אן איינעם גאר גוט גאר געלונגען, אדרבה, פרעג דיך נאך, איך האב מיך נאכגעפרעגט, ווייל ער האט געלערנט אין א"י אין מיר מאכסטו עם אוועק מיט איין דריי מיט די האנט!! נע כ'מאך עם נישט אוועק, נאר ווילסט מיר זאגן אז דא אין שטאט קען מען נישט טרעפן אזוינס?! ק'מאן.
ענטפערט ס'ווייב, ניין! כ'קען די גאנצע ליסט כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורכגעטוהן.
אקעי מ'מער שוין מארגן ממשיך זיין, כ'בין שוין זייער שלעפעריק. 

דעם נעקסטען טאג ס'ווייב געט נישט אויף, פאנגט אן מיט א פרישקייט נאכאמאל און נאכאמאל פארוואס דאס איז די בעסטע שידוך פאר שיינדי.

ס'ווייב האט געטראכט אז זי גייט אהער שטעלן דעם באליבסטען עסן זיינעם און אזוי עם פרובירן איבער צו רעדן ווען ס'וועט זיין כטוב לב המלך ב... נו געגאנגען און געטוהן, איינגעהאנדעלט א פיינעם טשאק איי ראוסט, שמעלקע האט געהאט א ספעציעלע געשמאק פאר א טשאק איי ראוסט זיין בעסטע עסן. ס'ווייב האט שוין געוויסט פינקטליך ווי אזוי מ'שטעלט דאס אהער. ראש השנה האט מען ביישמעלקע אינדערהיים נישט געמאכט קיין בהמה פלייש, אמער, ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו, ועוסקין במעשה בהמה!! היעלה על הדעת!!! אבער ר"ה ביינאכט פאר די סימנים האט יא מקפיד געווען צו מאכן פארשידענע מיני בהמה פליישן ווי למשל טשאק איי ראיסט, האט שמעלקע געזאגט אז טשאק איז א רמז אויף "צחוק" עשה לי אלקים טשאק מיט צחוק זענען זיך מתחלף, און דער "איי" קען זיין איז מרומז אויף "עין טובה" שמעלקע איז זייער קריעטיוו.

אלענפאלס, האט ס'ווייב זיינע אפיר גענומען דעם טשאק איי ראוסט אפגעבאקן פאר 8 שעה אז ווען שמעלקע קומט אהיים פון דער ארבייט, שמעקט עס אן דעם גאנצען הויז.

 

א גוטן טאג האניג!! הערט זיך א פרייליכע אפקלאנג.
 שמעלקע קומט אהיים נאכן ארבייט זעצט זיך אוועק מיטן ווייב זיינעם און פארציילט וועגן גאר א גוטן דיעל וואס איז נארוואס דורך.

שמעקט זייער גוט דא זאגט שמעלקע מיט א שמייכל, ס'קוקט אויס ווי גאר א גוטן נאכטמאל איז צוגעגרייט, יא, דיין בעסטן עסן האב איך היינט צוגעשטעלט! ענטפערט ס'ווייב מיט א שמייכל. מ'הייבט אן אריין צו ברענגן דאס עסן און דע אפעטיט הייבט אן ארויף צו פארן, ס'ווערט געשמאקער פון מינוט צו מינוט, ס'ווייב נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן, מ'לייגט עם ארויף אויפן שולחן הדומה למזבח, און שמעלקע ווי א כהן גדול נעמט זיך צו די כלים און פאנגט אן אריין צו ארבייטן מיט גרויס זריזות און שווייס.ווען ס'ווייב זיינע פילט אז אט איז שוין שמעלקע אין סאמע הויכפונקט פון דער ארבייט, (אזוי ווי פישטו'ר רבי ביים אויסשרייען "פישטו...").

 הייבט זי נאכאמאל מיט די שידוכים ביזנעס, און קודם האט שמעלקע ניטאמאל רעאגירט, ער איז געווען צו אריינגעטוהן עבודת האכילה, אבער באלד זיך אנגערופן צום ווייב צווישען איין קיי אינעם אנדערען, נו ס'קוקט אויס ווי א פיינעם שידוך, כ'בין זיכער אז דו האסט דיך גוט נאכגעפרעגט , זאגט ס'ווייב, זיכער!!! נו געכאפט און געטוהן, שמא יקדמנו אחר.

ס'ווייב האט געכאפט דעם טעלעפאן, איידער שמעלקע בארואיגט זיך פונעם פיינעם נאכטמאל, און רופט אן דעם שדכן, אז זיינע זענען גרייט צו הערן און ווייטער גיין.דער שדכן קומט צוריק מיט אן ענטפער, אז זיי ווילן זעהן די מיידל, און זיי דעם בחור.
שוין געזעהן די מיידל ,אויך דעם בחור, סא פאאר סא גוד. ס'האט יעדעם זייער געפאלן דעם צד השני.

און יעצט דארפן זיך די בחור טרעפן מיטן מיידל, און שמעלקע לויפט שוין אריין צום מקוה איד קויפט א שליוואוויץ מיט א היימישע הכשר פארן לחיים אז תיכף ומיד איין רגע  כמימרא פאר די אכצען מינוט וואס די בחור מיטן מיידל גייען זיך טרעפן, בהשגחת ובעיני פקיחי פון די עלטערן קען מען גלייך אויסשרייען מזל טוב!! ס'ווייב זיינע האט דאך שוין געוויסט פון דעם דזאוק נאך פון זיין ערשטען איידעם בערל. ס'ווייב זיינע האט געמוזט אויפקומען מיט עפעס אן עצה ווי אזוי דורך קומען מיט שמעלקענען אז ער זאל דורך לאזן כאטשיג א איין שעה'דיג בעשוי, און נישט פאכענען מיט זיין שליוואוויץ אין דער האנט מיט א מזל טוב, נאר ליתן רווח בין הדבקים.

נו מ'דארף אויפקומען מיט אן עצה ווי אזוי צו מסדר זיין מיט שמעלקענען אז ס'זאל ארבייטן, און צו גיין אפבראטאן א טשאק איי ראוסט יעדעס מאל איז אויך נישט קיין עסק, ס'גוט פאר א ספעציעלע געברוך וואס קומט נישט אינטער יעדען טאג און מ'דארף האבן ספעציעלע ניסים איז עס גוט, אבער יעצט וועט מען מוזן אויפקומען מיט עפעס.נו א קליגע פרוי קומט אויף מיט א פלאן, און זאגט פאר שמעלקע אז דאס מאל וועט מען נישט קענען מאכן דעם לחיים תיכף ומיד, ווייל זיי האבן א מנהג צו גיין צו א רבין מיט א קוויטעל, שוין, זאגט שמעלקע א פיינעם מנהג, יא כ'וועל טוהן דאס זעלביגע.

נו אומר ושותה, מ'רופט דעם שדכן, דער בחור מיטן מיידל זיצן שוין צוזאמען, ס'גייט דורך 17 מיט א דריי פערטעל מינוט,שמעלקע איז אנגעצויגן, וואונקט פארן ווייב מיט אן אנגעצויגענעם פנים, ס'ווייב טעקסט עם צוריק ער זאל איינרוען, זי בעט עם דורך טעקסט מעסעדזש אז ער זאל זיין רואיג. שוין נאך א שעה קומען ארויס דער בחור מיטן מיידל מיט א שמייכל, און זאגן אז מ'וועט איבערקלערן.

שדכן רופט אן שמעלקע'ס ווייב און זאגט אז דע בחור איז צופרידן געווען פונעם ערשטען בעשוי אבער וויל האבן כאטשיג נאך א אפאר בעשויס, שטייטסעך ענטפערט זי, אז ס'מיידל זאגט דאס זעלבע, אקעי לאמער אפשמועסען, שמעלקע טאר נישט וויסן דערפון.

ס'ווייב זיינע האט אפגעשמועסט אז דער בחור מיטן מיידל זאלן זיך טרעפן אין א אייסקריעם סטאר אין דרויסען פון שטאט, אויס מורא פון די יענטעס, אז שמעלקע וועלען זיי טרעפן האט זי נישט געדאגהט ווייל שמעלקע אריין צו גיין אין אן אייסקריעם סטאר איז כמעט אזוי ווי פאר א איד אריין צו גיין אין א גויאישע ביעלאטעיק רח"ל אדער צו א בארנס ענד נאובעלס רח"ל. 

נאכן זיך טרעפן ס'צווייטן מאל רופט אן דער שדכן אז ס'קוקט אויס גאר גוט, און זיי האבן שוין באשטעלט נאך א בעשוי פאר נעקסטן טאג אןן דאס מאל  ביי א וואסער, (ווען שמעלקע זאל זיך דערוויסן דערפון!!) די קלענסטע דאגה, ווייל וואס טוט דען א חסידישע בחור ביים וואסער!!! נאכדערצו מיט פרעמד מיידל!!! מילא די ליטוואקעס מיט די גרויסע האר נא!! אבער א חסידיש בחור??!!

שמעלקע איז אנגעצויגן ווי א בארג, וואס גייט דא פאר?! א תירץ ער דארפ גיין מיט א קוויטעל, כ'בין אויך געגאנגן!! נו אריין ארויס געגעבן די פאר טולער פארן משב"ק און זיכער געמאכט צו הערן וואס מ'וויל ממילא טוהן, און געגאנגן ווייטער.
 ס'ווייב איז עם מסביר אז דער אבי הבחור האט עטליכע רביס און מ'דארף יוצא זיין מיט יעדן, אהא זאגט שמעלקע,  אפאר רביס?? איינס איז נישט גענוג?? 

דער שדכן רופט צוריק אז דער בחור וויל זייער שטארק ווייטער גיין און אז ער זייער איבערגענומען פונעם מיידל און אז ער איז גרייט שוין צו מאכן א לחיים. שמעלקע'ס ווייב איז נישט געווען גערישט צו הערן אזא ענטפער, "אז דער בחור איז גרייט צו מאכן א לחיים" אבער וואס איז מיטן טאטען איז ער אויך מסכים?? פרעגט ס'ווייב?? יא זיכער ענטפערט דער שדכן, אויב דער בחור איז צופרידן איז דער טאטע מיטן מאמע אויך צופרידן,  ס'ווענדט זיך אינעם בחור נישט אין די עלטערען, דער בחור גייט וואוינען מיטן מיידל זיי דארפן זיין ערשט צופרידן און נאכדעם קומען די עלטערן, איז דער שדכן מסביר פאר שמעלקע'ס ווייב אז אזא חינוך געבן די עלטערן פונעם חתן פאר זייערע קינדער, ס'האט זייער געפאלען פאר שמעלקע'ס ווייב דע אפענקייט און נארמאלקייט פון אזא חינוך. און ווי מער שמעלקע'ס ווייב האט געהערט וואספארא גוטע שטוב דאס איז האט זי מער און מער געוואלט.

עניוועי מ'האט אפגעשמועסט מיט שמעלקענען אז ס'גייט זיין נאך איין בעשוי דאס מאל ביי שמעלקענען אינדערהיים מיטן טאטע מאמע פונעם בחור אינעם מיידל דאס מאל א קליינעם בעשוי, צופרידן צו שטעלן שמעלקענען אז גלייך נאכן בעשוי זאל שמעלקע קענען אריין מארשירן אינעם צימער ווי בחור מיט מיידל טרעפן זיך, מיט זיין שליוואוויץ אינעם האנט און אויסשרייען א הילכיגן לחיים כמנהג אבותיו ורבותיו הקדושים והטהורים נבג"מ.

שמעלקע לויפט אריין א צופרידענער ווי א קינד אין שפילצייג געשעפט מיט זיין שליוואוויץ געווער און שרייט אויס ווי סאלדאט נאכן אינשווערונגס צערעמאניע "לחיים מזל טוב" ב"ה שידוך געווארן ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.

מ'שמועסט אפ צו מאכן א שיינעם תנאים. דערווייל ביים אומאפיציעלן לחיים קומען אן די גאנץ נאנטע, פעטער יוסל, א פארצייטערישע חסידישע איד,  קומט אן און זעהט ווי דער מחותן כאפט בילדער מיט זיין סמארטפאון פון די חתן כלה כדי עס ארום צו שיקן אויף וואטסעפפ, צו ווייזן פאר די קרובים און נאנטע פריינד זיי זאלן זיך מיט פרייען מיט אים, ברימט ער זיך אינטער זייער שטיל צו זיך און מאכט זיכער יעדער זאל הערן, עה אן עקל!! מאכט זיך באטעמהט אויפן פיקטשער, אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן! זויפיל ווייסט ער נישט אז פיקטשערס איז א טמנע זאך?!.

שוין מאכט א שיינעם שמייכל פאר חתן געט עם מזל טוב, נו וואו האט דער חתן געלערנט אין מיר,  ענטפערט דער חתן, אין מיר?? ס'נישט פאר מיר ס'נישט פאר דיר! ענטפערט יוסל מיט אזא אנגעזויערטע געצווינגענעם שמייכל יא נעבעך זאגט ער צו מילך זיין אנדערע ברידער מיין ברידער האט געדארפט צוקומען צו א בחור פון "מיר" נאכדערצו פון ארץ כנעען! ווייסעכוואס! שוין ער האט מיך נישט געפאלגט, אזא פנים טראגט ער יעצט, ס'נישט ער, ס'ווייב זיינע איז א שטיקל אויפגעקלערטע, האט זיך אנגעטראפן אין קאנטרי מיט אפאר באדערענע בית יעקב מיידלעך און דארט איז זי געווארן אויפגעקלערט, כהאב עם געבעטען ער זאל נישט גיין אין יענעם קאנטרי, נאר ער האט מיך נישט געפאלגט, שוין וואסי שייך צו זאגן יעצט.

יוסל דרייט זיך צוריק אויס צום בחור און מאכט זיך גוט צונעם, זאג נאר ווער איז דער ראשעשיבע דארט פינקל, פינקעלשטיין, פינקעלמאן?? נאר ווען דע מירער ראשעשיבע זאל ווען ארויס קומעו מיט עפעס א מחאה וואס איז איינשטימיג מיט יוסלן, דעמאלטס ווייזט ער שוין גאנץ גוט דעם נאמען פונעם ראשעשיבע. יוסל איז א מסכת פאר זיך, געבוירען גלייך נאכן מלחמה ווען אמעריקא איז נאך געווען אן ארץ לא זריעה, (אין יוסל'ס מוח) און אזוי מיט געהאלטן דע תקופה פון כפה עליהם הר כגיגית, ווי אלעס דא אין אמעריקע איז טרייף און בכלל איז אלעס אסור נאר מ'האט מתיר געווען פארשידענע זאכן וואס מ'דארף האבן פארן צושפרייטן אידישקייט און אויך נאר אויף אן אופן פון כקפאו שד. 

יוסל קומט אויף א פאמיליע שמחה, די ערשטע שאלה איז, "וועמענס פלייש" וועמענס שחיטה?? ווער איז דע משגיח דארט?? און טאמער געפעלט עם עס נישט פרעגט ער גלייך, ווער, דער מיטן קליינעם קאפל מיט די גרויסע האר?? איי דער מיט די גרויסע קאפל מיט די אפגעגאלטע האר אויף טריפל זירא קומט קיינמאל נישט אן נאר ווען ס'ווארט עם א טשעק, דאס מיינט גארנישט דער עיקר איז אז ער באלאנגט צו די קליינע הייפעלע גוף נקי אידן וואס גייען אינעם דרך הישן נושן ומיושן.

יוסל דריקט זיך אייביג אויס מיט עקזטאס, אינז זענען פונעם הייפעלע אשר לא כרעו לבעל!!

 א רעסטוראנט איז ממש פון די געפערליכסטע, א פיצא איז ממש חוקת הגוי, מילא א פיר קאנטיגע פיצא איז נאך דורך צוטראגן, אבער א דריי עקיגע איז שולל יעדע טראפ יראת שמים.

טעכנאלאגיע, איז ממש פון די ערגסטע זאכן וואסי נאר באשאפן געווארן.

דף היומע, דרשו, ציוניסטישע זאך.

אפילו דאס ווארט קוקיס טאר מען נישט דערמאנען ווייל ס'האט אין זיך די ערשטע דריי אותיות פונעם הרב קוק. אלעס איז פינצטער און זארגעוודיג, שטייט א בפירושדיגע פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד" זאגט אייביג יוסל מיט זיכערקייט.

אזוי קען מען דורך גיין א גאנצן ארטסקרויל ש"ס מיט אסורים און חרמות מיט עוולות מיט עבירות און שערוריות און פרצות.

שמעלקע ווידעראום איז שוין געבוירן שפעטער שוין סאך נאך די אזוי גערופענע "בראשית יארן", די וועלט איז שוין געווען נארמאלער. סאך ווייניגער טעראר. שמעלקע האט אויך א קאמאן סענס מ'קען מער ריזענען מיט עם, כאטשיג אויך היפש לימיטעד, אבער איין זאך וואס האט עם נישט געלאזט טראכטן נארמאל איז געווען די פחד פאר זיין ברידער יוסל, אויסצושטיין דע טעראר, אויב עפעס איז נישט געווען אין די רייען פונעם "יוסל'ס תורה" און דא ביים דעם שידוך האט יוסל זיך מחי' געווען אז ער קען שוין נוצן זיין היימישען חסידישען קנאות, די שידוך האט ממש אריינגעשפילט פאר יוסלן אין די האנט.


 דער מחותן'ס טאטע שלמהלע איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון אזא יוסל, ווי ער זעהט אין אלעם ליכטיגקייט מיט פיינקייט שמחה מיט ליבשאפט.

 שלמהלע זעהט אין די בריאה פול מיט שמחה פול מיט גוטס אין יעדע זאך אין די בריאה זעהט מען ווי דע וועלט קומט נענטער צום שלימות. "טעכנאלאגיע" "אינטערנעט" א ברכה  אויף דע וועלט שלמהלע זעהט אין יעדע פארגעשריטענער סמארטפאון וואס קומט ארויס מער און מער גוטס און ווי עס מאכט די וועלט בעסער און בעסער, מער תורה מער שיעורים ווערט געהערט, היינט איז דא אסאך מער כמות אין לערנען תורה ווי אמאל, היינט האבן אסאך מער מענטשן צוטריט  צו לערנען, און צו חזרן און אויך צו פארשטיין, און א גרויסער חלק דערפון, אויב נישט אלעס, איז צו פארדאנקן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע ווי למשל די אינטערנעט, סמארטפאונס וכדומה. 

שלמהלע לערענט אויס זיינע קינדער ליעב צו האבן יעדען איד נישט קיין חילוק וואספארא סייז קאפל ער גייט און מיט וואספארא קליידונג ער גייט צו דע האר איז עם גרויס צו געשניטן אויף א טריפל זירא. יעדע איד איז גאטס א קינד.

שלמהלע זעהט און גיט אריין ליכטיגקייט אין יעדן מצב. איינמאל ווען שלמהלע האט איינגעשריבן זיין זוהן, טאקע אט דעם חתן אליין, אין א גוטע ישיבע, און ער האט באקומען דעם באקאנטן "לא נתקבל" פאר  דעם חתן דודי האט עס זייער וויי געטוהן, וואס איז ער איז נישט אזוי געראטען ווי דעם טריליאנער'ס א זוהן צו אזוי ווי דעם עסקן'ס זוהן אדער דעם בנש"ק פון עפעס א כ"ק אדמו"ר'ס א זוהן/אייניקל??? 

אבער שלמהלע פארלירט זיך נישט און לערענט אויס זיינע קינדער אז צו באקומען א "נתקבל" איז גארנישט אזא מוראדיגע געווינס, א לא נתקבל איז ווערט סאך מער. א "נתקבל" מיינט אז מ'האט איינגעשריבן 150 בחורים און נאר 10 צו 12 זענען געווארן אנגענומען און דאס איז אויפן חשבון פון די 140 וואס זענען נישט אנגענומען. דאס הייסט אז אויפן חשבון פון 10-12 האט מען שופך דם געווען און דערנידערט 140 טייערע אידישע שעפעלעך וואס זייער איינציגסטע זינד איז אז זיי זענען נישט קיין טריליאנערישע/בנש"ק/עסקנישע קינדער. יעצט די 10-12 וואס מ'האט יא אנגענומען העסטו אוודאי מיינען אז זיי גייען אויסוואקסען גאונים וצדיקים. אסאך פון דע טוען אנטוויקלען אין זיך א געוויסע שטאלץ אז זענען למעשה פון די עם הנבחר שבנבחר, און יעדער איז זיי שילדיג די וועלט, די מחותן/שווער מוזן זיי אויסהאלטן לאורך ימים ושנים, אויסגעצאלטע הויז, באגיסן מיט גליקן 

די ווייב מוז פאר זיי ארבייטן א גאנץ לעבן ווי א דינסט, ווייל אזוי שטייט דאך בפירוש אין איר כתובה אז זי מוז עם דינען און ער דארף עסן ווי א קעניג פון איר געלט. ווייל די "נטוש נבילתא בשוקא ושקול אגרא ולא תימא גברא רבה אנא" גייט ביי עם נישט אן, ער איז עפעס א נבילה??? ער איז א  גאר א נתקבל!!!! און וויפיל מסכת' קען ער דען נאכן לערנען אין אזא יעשיבע? העסט אוודאי מיינען אז ער האט אפגעלערנט 5 מסכת' פון דעקל צו דעקל?! א תאנה גדולה!! יא כ'זאג נישט ער האט זיכער אפגעלערנט די ערשטע 6 מיט א האלב בלאט בעיון רב מאד מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס און האט ארויס יעדן "דין אזא" נו 6 א האלב בלאט מאל 5 יאר איז דאך 32.5 בלאט מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס דערויף איז א ערענסטע תענית חלום, סארי תלמיד חכם. אבער אפילו די 32.5 דפים קען ער אויך נישט אינגאנצן אויסעווענדיג נאר ווי ס'דא א ר' חיים דערויף.

אבער א "לא נתקבל" איז שלמהלע מסביר פאר זיינע קינדער, איז מער אראפגעלאזט פאר א צווייטן, מער פריינטלעך מער צוגעלאזן, קיינער איז עם גארנישט שילדיג ער פארלאנגט נישט פון קיינעם אז מ'זאל עם אויסהאלטן. תיכף נאכן אדער אפילו פאר די חתונה גייט ער ארבייטן אזוי ווי רב האט געזאגט פאר רב כהנא נטוש וכו'. ער לייגט זיך נישט אן אויף קיינעם אפילו נישט אויף "פעטער שמואל" און ווען ער בעט ביים בענטשן, "ונא אל תצריכנו..... לא לידי מתנת בשר ודם ולא......... מיינט עס וואס ער בעהט, דעם פעטער שמואל אויך, ער זיכט נישט קיין ק"ן התירים, דאס יא און יענץ נישט און דאס האט יענער דיין מתיר געווען נאר ונא אל תצריכנו מיינט אט דאס אן א סתירות. מ'ארבייט מ'פארדינט מ'געט מעשר אלעס ווי א נארמאלער מענטש. און אויב ס'פעלט אויס לערענט מען זיך א פאך, יעדער לויט ווי זיין תכונות הנפש פארלאנגט.

און לגבי לערנען זאגט שלמהלע פאר זיינע קינדער, עטץ ווילסט קענען לערנען שרייבטס ענק ביי דרשו און ביי תורתך שעשעו און נאך ענליכע תורה פראגראמען און לאטס ענק פארהערן, און נאך א פאר יאר וועט עטץ ענק זיך זעהן מיטן קענען אויסעווענדיג מיט אסאך מסכת' מיט הונדערטער סמנים פון שו"ע, יא טאקע נישט קיין 32.5 בלאט מיטר' חיים סטענסיל'ס. שלמהלע, ווען איינע פון זיינע קינדער האבן מסיים געווען א מסכת האט ער ארויסגענומען די גאנצע משפחה אין שיינעם בכבודיגן רעסטוראנט צו ווייזן און געבן כבוד התורה.

 שלמהלע זאגט פאר זיינע קינדער, אז מ'לעב מיר היינט אין א וועלט מיט אזעלעכע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס ס'איז זיכער באשאפן געווארן לטובת האדם. קויפטס ענק א גוטן קאמפיוטער מיט א פיינעם סמארטפאון און נוצט עס אויס פאר גוטע זאכן דאונלאודס שיעורים, לערענטס ענק אויס אינטערעסאנטע זאכן דערויף אזוי ווי חשבון/שפראך/היסטאריע און פראגראמען וואס וועלן ענק זיכער צו ניץ קומען דורכן לעבן.

 שלמהלע זאגט אויס א סוד פאר זיינע קינדער, אז ער איז אויך געווען א "לא נתקבל" קרבן, און מיט דעם אלעם האט עס גארנישט געשאדט, פארקערט ער איז שיין אויסגעוואקסן, האט דורך געלערנט ש"ס דף היומי אפאר מאל זיך כסדר געלאזט פארהערן ביי דרשו און ביי אנדערע תורה פראגראמען, אויפגעצויגען אזא שיינע שטוב.

מ'גרייט זיך צו די חתונה

מ'שיקט שיינע מתנות פארן חתן און כלה.

די חתן כלה רעדן כסדר. דער חתן זעצט זיך אראפ מיטן כלה און הייבן אן אויסצוארבייטן א פלאן ווי אזוי מ'גייו אנהייבן פירן די שטוב, פרנסה וואוין ארט וכדומה אלע דעטאלן. די חתן און די כלה קענען קוים ווארטן חתונה צו האבן און אויפבויען א שיינעם אידישען שטוב.


שיינעם לעבעדיגן חתונה בילדער בליצען ווידיאו קאמערע כאפט אויף יעדן דיטעיל. חתן זאגט אזא שיינע שמחה וויל ער אייביג קענען איבער קוקן צוזאמען מיטן ווייב

 מוזיק קנאקט דער עולם טאנצט יעדער איז פריילעך יוסל פרובירט זיך אוועק צו דרייען פונעם שטן'דיגע בילדער מאכער אבער ס'העלפט נישט די חברה דרייען זיך ארום ווי געשולטע מיליטערלייט לאזן קיינעם נישט אויס ספעציעל דעם פעטער יוסלן. דער חתן ציט עם אריין אין מיטן א טאנצעדיגע הורא, נישטא קיין ברירה דער חתן דומה למלך אליין וויל טאנצן מיט פעטער יוסל  און יוסל טאנצט כקפאו שד נאכדערצו מיט דע ציוניסטישע הורא. 

שיינע הערליכע חתונה גענדיגט נישט צו שפעט נישט אויפגעהאלטן דעם עולם


א וואך נאכן שבע ברכות, דודי מיטן ווייב זעצן זיך אוועק מיט א פען און פעיפר און מאכן א פינקטליכן חשבון וואס ס'קאסט א חודש רענט,עסן,קליידונג העלט אינשורענס און עקסטרעס. און וויפיל אינקאם ס'דא און די חשבון שטימט נישט, ס'לעבן קאסט מער ווי ס'פארדינט. מ'שניידט אהער מ'שניידט אהין אבער ס'טוישט נישט קיין סאך. ווי איז דער בראך?? די רענט!! אומגעהויערע גרויסע רענט, און פאר וואס?? פאר אן איין שלאפ צימער מיט קאך און באדע??!!

דודי זאגט פארן ווייב אז מ'דארף לעבן מיט א חשבון און אויב כאפט מען עס נישט באצייטנס דאן ווערט ס'לאך גרעסער און גרעסער און מ'הייבט אן ארום צו לויפן צו גמ"חן און מדרייט פון איינעם צום צווייטן ביז ס'פלאצט.

צו דינגן א קלענערע דירה און וואוינען אין אן אינטערערדישע בונקער און צאלן א משהו ווינציגער איז זיכער נישט קיין עסק. מ'דארף דאך לעבן ווי א נארמאלער מענטש.

נו ברויך מען גיין זעהן פאר אן אנדערען געגענט ווי רענט איז סאך ביליגער אפילו א שעה אוועק אינדרויסן פון שטאט. אלץ בעסער ווי דארפן צוקומען צו מענטשן, און אפילו נישט צו פעטער שמואל'ן.

אומר ועושה, מ'האט געטראפן א שיינעם רואיגן געגענט אינדרויסן פון ניו יארק וואוינען דארט א קיבוץ אידן נישט קיין סאך אבער וויפיל מ'דארף איז דא. כשרע עסן מקוה בית המדרש, זייער איינגענעם. 

רענט קאסט ווייניגער ווי א פערטל, און לויטן חשבון גייט מען גאר אוועקלייגן א פאר טויזענט דאלאר א חודש!!! א קלייניגקייו?? ס'ווייב זיינער איז געווען זייער צופרידן פונעם פלאן.

 נו דודי האט אנגערופן זיין טאטע דערציילען פון דעם פלאן, און זיין טאטע האט עס זייער געפאלן. אזאנס, א קלוג קינד, לעבט מיט א חשבון, יא טראכט ער באזוך מיין הארעוואניע האט זיך אויסגעצאלט.

 ס'ווייב זיינע גייט אריבער צו איר מאמע דערציילן און זיך דורך שמועסן, איר מאמע כאפט זיך צו ווי צו הייסע לאקשען, פיינעלי העטזי לעבן נארמאל,  טראכט די מאמע צו זיך הלוואי ווען זי קען ווען אנטלויפן פון דעם אנגעצויגענעם טייערען לעבן ווי מ'לעבט א גאנצען טאג פאר יענעם. שוין זי ווייסט אז מיט שמעלקע העט זי האבן א שווער פעלד אוועק צו מופן. אבער א געטרייען מאמע זי פרייט זיך זייער פאר איר קינד. זי דערציילט פאר שמעלקע דערפון, און שטייטסעך שמעלקע ברויזט גאר שטארק, וואס הייסט א יונג פארפאלק כאפט און מופט!!!! און נאך דערצו דארט אין יענעם שטאט?? קוים דא אידן דארט, אבער ס'ווייב טענהט מיט עם אז ס'דא דארט א בית המדרש מיט מנין א מקוה און חדר פאר די קינדער און כשרע עסן קען מען קריגן אין שאפרייט, וואס נאך דארף מען! שמעלקע ברימט זיך אינטער יא שאפרייט! שאפרייט! זאגט זי, יא און זימער אין קאנטרי קויף מיר אייביג ביי שאפרייט פארוואס זענען זיי דעמאלטס יא גוט?? אקעי שוין ס'די זעלבע! הא???? פרעגט שמעלקע, ער געט א דריי מיט די האנט ווי צו זאגן רעדסט שטותים!!! שמעלקע שיקט שלוחים פון אלע זייטן צו שיינדי, אבער ס'העלפט  גארנישט, ס'פארפאלק טענהנן אז ס'לעבן איז צו טייער דא, און דארט קאסט אלעס א פערטל און זיי האבן אפגעמאכט אז דאס איז די בעסטע.

שיינדי האט אבער בארואיגט איר טאטע אז זיי וועלן קומען פאר שבתים און אויך אירע עלטערן וועלן קומען צו זיי.

געדינגן דארט א שיינעם 4 שלאף צימערן דירה מיט דריי באדע צימערן, הערליכן קאך, דיינינג רום ליווינג רום צענטראלע עיר קאנדישן 2 פארטשעס ממש א מחיה און נישט אין אן אינטערערדישע באנקער. ממש פאר ווייניגער ווי א פערטל די פרייז פון ווי זי קומט.
שיין אנגערישט, דאס גליקלעכע פארפאלק דיסיידעט צו רופן אירע עלטערן פאר שבת.

די מאמע זייער עקסיידעט צו קומען, זעהן זייער נייע ווילא. שמעלקע, נישט אזוי עקסיידעט ער האט מורא אז ער וועט זעהן אז ס'טאקע אסאך שענער און בעסער אןן "ביליגער" ווי ער וואוינט און ער וועט בעל כרחך מוזן מודה זיין אז ס'גארנישע קיין דורכפאל ס'שוין איינמאל גוט.

ס'פרייטאג אינדערפרי שמעלקע מיט זיין ווייב קענען נישט איבערגיין ווי דאס יונגע פארפאלק האבן אליין צוגעשטעלט אזא שיינעם דירה מיט אלע צוגעהערן אליין זעלבסטשטענדליך, נישט געלאפן יעדע מינוט צו מאמי אדער צו ברכי נאר אליין צווישען זיך, זיך מסדר געווען על צד היותר טוב.

שמעלקע איז געגאנגן אין מקוה אין שטאט, פאר ער איז געקומען, ווייל ער האט מורא געהאט אז דער רב המכשיר פונעם מקוה איז נישט גענוג "היימיש" פאר עם אפשר רעדט ער נאר ענגליש, וואס ברויך מען איינשטעלן!

מ'גרייט זיך אויף שבת. איידעם זאגט פארן שווער אז מ'דאווענט דא מיט א פרי מנין, שווער פרעגט מיט א אזא אנגעצויגענקייט, ס נישטא א מנין וואס דאווענט א דרייפערטל שעה נאכן זמן???? נאפ ענטפערט דער איידעם, נאר א פריע מנין. שוין זאל זיין אזוי.

שמעלקע קומט אריין אין ס'מדרש מיט א הויכן 15 אינטשיגע שטריימעל, קומט צו א איד אן א בארד (נישט קיין "היימישער") און גוט עם א ווארעמען שלום עליכם און פרעגט עם פראם ווער אר יו? שמעלקע טראכט צו זיך, שוין דער קען נישט קיין אידיש?? דער עולם קומט זיך צאם, שמעלקע ציילט אפ 11 היטלעך, 4 אן היטלעך 4 שטריימעך 8 אן א בערד און דער רב גייט מיט א היטל, דער רב גייט צו צום עמוד הייבט אן מנחה, מיט אן אמעריקאנעם אקצענט, דעם שמעלקע שמעקט עס נישט ער ברימט זיך אינטער מיט יענעם אקצענט, דער שכן זיינער דרייט זיך אויס צו עם און שמעלקע ווערט אביסעל רויטלעך און ער זאגט צו זיך, קען ער דען נישט דאווענען און א "געהעריגן היימישען אקצענט"!! מ'ענדיגט דאווענען, יעדער גיט זיך די האנט איינער פארן צווייטן שיין גריסענדיג א גוט שבת, שמעלקע האט געדארפט צוריק געבן די האנט איינס נאכן צווייטן אזוי פאר 25 מאל ער איז נישט געוואוינט צו אזעלעכע זאכן, אין זיין ס'מדרש ווי ער דאווענט געט מען א קוים א שאקל מיטן קאפ, אויך מיר א "מנהג אמעריקע" דאס רייכען די האנט ביים גוטשאמבעס זאגן ברימט זיך שמעלקע אינטער.

מ'קומט אהיים שטייט גרייט א הערליכען געדעקטען טיש לכבוד שבת המלכה. ס'איידעם מכבד דעם שווער צו זינגן די ניגוני שבת, הילכעט אויס א שרייענדע שלום עליכם, מיט היימישע ניגונים, די מלאכים האבן עס בעסער ליעב.

ס'שוויגער האט געקאכט פיינע פיש מיט געפילטע אזוי אז שמעלקע זאל זיך שפירן היימיש ס'זאל האבן א גוטן נאכטעם דאס וויילן שבת אינדרויסן פון שטאט, דודי מיטן ווייב האבן נישט צו ליעב געקאכטע פיש מיט זאפט,  עניוועי שבת איז א מצוה צו מענג זיין דעם שבת מיט גוטע עסן "וואס מ'האט ליעב", ס'קומט צו גיין א גרויסע טאץ "סושי" מכל שבעת המינים, מיט רויע פיש, געקאכטע פיש, מיט  וועדזשעטעיבעלס, טעמפורא, רויע, וכדומה לכבוד שב"ק שיין דעקארירט, מיט ספעציעלע הולצערנע עס געצייג, אין דער עולם איז זיך מחי, אבער נישט שמעלקע, דאס העט ער נישט דורך לאזן, וואסי דאס?? (כאילו ער ווייסט נישט) פרעגט שמעלקע, וואסהייסט, סושי!! זאגט שיינדי, סושי?!?! וואס דאס עסט מען פאר שבת?? וואו איז די פיש?? ווייזט שיינדי, פיש?? דא און ווייזט פארן טאטען אז כמעט אין יעדע ראלל איז דא שטיקלעך פיש, רויע, געקאכטע, מכל המינים, אבער שמעלקע לאזט נישט נאך, ווי האסטו דאס געזעהן ביי מיר??? צו ביי מאמי? מ'איז נישט משנה פון א אידישע טראדיציע!!! רופט זיך אן דודי מיט אן איידלקייט אז אין ש"ע ווערט געברענגט אז ס'טאקע דט אן ענין צו עסן פיש לכבוד שבת אבער אויב האט מען עס נישט ליעב זאל מען עס נישט עסן מ'דארף זיך נישט צווינגען, עונג שבת איז נישט נאר צו האלטן צו א געוויסע טראדיציע, נאר די אמתדיגע עונג שבת איז צו עסן וואס מ'האט ליעב, שמעלקע ברימט זיך אינטער, אין ש"ע? אין וועלעכע דרוק? פרעגט ער ווי א ת"ח, ווי האסטו דאס געלערנט אין מיר?? אדער אפשר דער רב דער מגולח פון שול דער וואס רייכט די האנט אזוי ווארעמלעך?? זיי לערנען דעם ש"ע מיט אן אנדערען גייסט!! זיי קראצען זיך דעם פריזאר אין מיטן לערנען און נאכדעם דרייען זיי דעם פינגער כאילו זיי זענען גרויסע לומדים, עה! זיי וויסן דען ווי אזוי מ'לערענט? מיין ברידער יוסל וועט זיי שוין אויסלערנען ווי אזוי מ'לערנט.

שוין, אבער אזוי ווי דו האסטעס שוין סייווי אריינגעברענגט העלעך דיר שוין א טובה טוהן און אויך טועם זיין, קןדם האט דער שווער אנגעהויבן מיט זיין לומדות וואספארא ברכה מאכט מען דערויף? כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסן סושי, און אזוי שמועסנדיג האט ער אריין געריקט א שיינעם טעימה וואס האט  כאטשיג געהאט א שיעור בכדי אכילת פרס מיטן נודע ביהודה'ס שיעור, שמעלקע האט נישט ליעב זיך צו באניצן מיט די שיעורי חזו"א ווייל ער איז געווען א ליטוואק און ס'נישט קלאר צו דער חזו"א האט מתיר געווען צו ג'אסרט די בחירות. 

ס'קומט צו גיין פיינע ווארעמע זופ, ס'ווערט גוט פאר שמעלקע, ער קוקט אריין דערין און ער ווינדערט זיך, אוואו זענען אוועק געלאפן די לאקשען, די זופ מאנדלען, עפעס א מין זופ, ווי איז דע גאלדענע טשיקן זופ?? ס'קוקט אויס ווי ר' יענקעלעס פצעי ( גראדע פיין געווען) ס'ווייב זאגט עם ס'דילשעס בראקעלי זופ! שמעלקע וויל נישט וויסן פון גארנישט, ער זאגט אז א טראדיציע איז א טראדיציע! ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם צו מ'האט עס ליעב צו נישט. אבער נישט מיט די טשאק איי ראוסט, פון טשאק איי ראוסט און ווייטער הייבט זיך אן די טראדיציע. סקומט צו גיין דער בעסט קינד, שמעלקע ערקלערט, אז דאס איז דער "מלך מלכי המאכלים"  דער "טשאק איי ראוסט" גרויסע שיינע ווארעמע סלייסעס, פערפיל קוגל האט מען נישט געקאכט! שמעלקע האט ניטאמאל באמערקט, "טראדיציע"!! אבער  שמעלקע איז אין אן אנדערע וועלט יעצט, יעצט איז איין טראדיציע "טשאק איי ראוסט" און דעטס איט. יעצט זענען שוין אלע מגולחים פון שול מיט די הוטן אן די הוטן מיט די אמעריקאנע אקצענט ענגליש רעדנדיגע אלעס פיינע אידן, אזא הערליכע שיינע פלאץ צו מופן מיט פיינע אידן, אה נאך אזא גוט שטיקל בשר, ער פארשטייט גארנישט פארוואס די חז"ל האבן געזאגט "טוב לו משלא נברא" ווי העט מען ווען געקענט בריקענען איבער אזא גוט שטיקל בשר אויב וואלט מען ווען  נישט געבוירן?..

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר