כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

הודעהדורך ראובן » מאנטאג יוני 12, 2017 1:31 am

א מאסיווער כינוס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אין דעם גרויסן 'בארקלעיס סטאדיום' אין ברוקלין. דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך האדמו"ר זלמן לייב טייטלבוים מסאטמאר, מיט גאר ווייניג הילף פון אנדערע קרייזן, און האט באוויזן אנצופילן קנאפע 12,000 זיצן אין דעם גרויסן ספּארטס-צענטער.

דאס אומגלויבליכע איז געווען דער סורפרייז פונעם טאג, און האט אוועקגעשטעלט האדמו"ר זלמן לייב'ס פארטיי ווי א מאכטפולן כוח וואס קען צוזאמענברענגען אזא ריזיגן צאל פון מענטשן. די בני בית פון דעם רבי'ן זענען געזען געווארן אוונט נאכ'ן כינוס זיך ארומנעמען מיט קופקעס, ארויסזאגנדיג וואספארא געווינס דאס איז געווען, און ווי דער כינוס איז פאקטיש געווען א "ריזיגע לויה פאר אהרן טייטלבוים," ווי דער עבד לעבדי ה' שמואל טייטלבוים האט געזאגט פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט הערן.

די אהרונים, ווידעראום, האבן געהאט איינער פון זייערע שווערסטע טעג זינט זייער רבי איז געקרוינט געווארן ווי האדמו"ר מסאטמאר. שוין צום צווייטן מאל וואס א ריזן ציבור חסידישע אידן קומען זיך צוזאם אין א גרויסן סטאדיום, און ווידעראמאל האבן זיי נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו האבן א טייל דערין. דערצו איז דער פאקט אז די זאלוינים האבן באוויזן דאס אומגלויבליכע אויך א גאר שווערער פּיל אראפצושלונגען.

איבער אלעם איז דער טאג געווען באגלייט מיט בייזוואונדער פאר אלע זייטיגע צושויער, ווען דער ציל פון דעם כינוס האט זיך געבויעט אויף שקרים וכזבים וועלכע קענען באשטעטיגט ווערן מיט איין טעלעפאן-רוף. איבער דעם האבן די אהרונים געבויט נאך א שטאפל פון פעיק ניוז, דרייענדיג מיט די צונגען צו ווארפן האלבע אומקלארע ווערטער מסביר צו זיין פארוואס זיי, מאמינים אין פעיק ניוז פונקט ווי די זאלוינים, קענען זיך נישט באטייליגן.

די מאסיווע פראפאגאנדע-אפאראטן ווערן יעצט ערווארטעט איש על מחנהו ואיש על דגלו צו בויען שקרים גג על גג: זאלוינים, גוזמאות איבער דער באטייליגונג און שקרים איבער דעם אפקלאנג און תועלת; און די אהרונים, ריזיגע עמערס פון שפינערייען און ליצנות, וואס יעדער – חוץ דריי תמימי לב וואס ארבעטן אין בוטשער סטאר – וועט וויסן אז ס'איז א חוזק און געלעכטער, אבער דאך וועט מען ווייטער קויפן, זיך משתתף זיין, פארטיידיגן, און זינגען ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו מן התועים.

ברוך המקדש שמו ברבים!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10346 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:27 am

ווען רז"ל האט חתונה געמאכט אין א"י אדער אין בפ זענען די ארונים אויך נישט געווען

מילא ביים כנוס קען מען נאך זאגן מ'האט פארפאסט א וועלט צוזאםקום נא די סאטמארע פארפאסן יעדע זיבן יאר די גרעסטע סיום הש"ס

אבער נעכטן די זאליס האבן זיך צוזאםגענומען וואס האבן די ארונים פארפאסט

די זאליס פארפאסן יעדע יאר די גרעסטע הדלקה אויף די וועלט נו איינעם באדערט עס
די זאליס האבן פארפאסט די גרעסטע צוזאםקום פון סאטמארע אידן אין מירון אויף א שבת

דעס איז א נארישע נצחון געפיל אין א עת שכרות מיין הכתרה יענעם'ס לוי' הבלים

איך רעד שוין נישט פון די געלעכטער אז די זאליס זענען צום ערשטן מאל מודה אז זייער רבי האט נאך גארנישט געקענט באווייזן ביז היינט......... נאך 10 יאר זיין רבי און 17 יאר רב באקומט ער זיין הכתרה און דאס איז שוין נאכדעם וואס ר' אהרן איז שוין אפגעפרעגט אין די וועלט זינט זיין קאשוי מחאה

והעיקר דאס איז נשיט געווען די פלאן פון די זאליס צו ווייזן אז ער האט געקענט צוזאםשלעפן אלע זאליס דער פלאן דא איז געווען עטוואס נענטער צום כנוס אדער כאטש האלב וואס ר' אהרן האט צוגעשטעלט א חקת

געוואלט צושטעלן א מחאה וואס סאטמאר האט אלעמאל צוגעשטעלט און ארויסגעקומען מיט עפעס וואס קרית יואל שטעלט כמעט צו ביי די הדלקה יעדעס יאר

מ'האט געוואלט פארדינען א מיליאן און מ'האט פארדינט 100000

אבער איך פריי מיך מיט ענקער יעצטיגע שמחה נאך אזויפיל יאר זיין געבראכן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יוני 12, 2017 4:19 am

ראובן: איך האלט אז די ארוינים דארפן טאקע אנהייבן ציטערן. ווייל אויב משה גבאי און די אנדערע הענדלערס פון רבי זלמן לייב שליט"א וועללן זיך אמאל אויפרעגן אויף ר' אהרן און זיינע מעשים וועלכע ער פארארבעט, וועללן זיי צוזאמשלעפן גאנצע 14,000 מענטשן אין עפעס א סטאדיום און מ'עט זיי געבן צועסן פרעצלס און סאודע. און עטליכע באצאלטע בלעם-רעדנערס וועללן איהם נאך ח"ו לייגן אין ח' אדער אין ט'. נאר נישט אין איד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14052
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9145 מאל

Re: כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 12, 2017 4:47 am

ווען נאר 4000 קומען אן, איז עס א ריזיגע דורכפאל פאר זיי און א געווינס פאר ר׳ אהרן. ווען אלע קרייזען קומען אן, איז עס א ריזיגע געווינס פאר זיי און א דורכפאל פאר ר׳ אהרן. יעצט איז עס גענוג א דורכפאל פאר ר׳ זלמן לייב צו פיהלען שלעכט, און גענוג א געווינס פאר ר׳ אהרן צו פיהלען שלעכט.

בקיצור סאטמאר בכללה על רבבותיה ואדמורותיה האט בויכוויי היינט נאכט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך יצמחפרקני » מאנטאג יוני 12, 2017 7:33 am

און איך האב געמיינט אז עס איז געווען א פראטעסט קעגן די ציונים ימש
יצמחפרקני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 12, 2017 8:24 am

יצמחפרקני האט געשריבן:און איך האב געמיינט אז עס איז געווען א פראטעסט קעגן די ציונים ימש

דו באררעכטיגסט טאקע דיין ניק נאמען מיט אזעלכע תמימות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 9:49 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען נאר 4000 קומען אן, איז עס א ריזיגע דורכפאל פאר זיי און א געווינס פאר ר׳ אהרן. ווען אלע קרייזען קומען אן, איז עס א ריזיגע געווינס פאר זיי און א דורכפאל פאר ר׳ אהרן. יעצט איז עס גענוג א דורכפאל פאר ר׳ זלמן לייב צו פיהלען שלעכט, און גענוג א געווינס פאר ר׳ אהרן צו פיהלען שלעכט.

בקיצור סאטמאר בכללה על רבבותיה ואדמורותיה האט בויכוויי היינט נאכט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ר' זלמן לייב'ס בויך-ווי איז געווען פאריגע וואך, נישט נעכטן נאכט. ער האט געלאכט צום לעצט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

Re: כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג יוני 12, 2017 10:13 am

אויב האט איינער געהאט א ספק וואס דער ציהל פון די עצרת איז, איז געקומען דער קלימאקס ווען מען האט אויפגערופן כ"ק אדמו"ר שליט"א
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 12:17 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען נאר 4000 קומען אן, איז עס א ריזיגע דורכפאל פאר זיי און א געווינס פאר ר׳ אהרן. ווען אלע קרייזען קומען אן, איז עס א ריזיגע געווינס פאר זיי און א דורכפאל פאר ר׳ אהרן. יעצט איז עס גענוג א דורכפאל פאר ר׳ זלמן לייב צו פיהלען שלעכט, און גענוג א געווינס פאר ר׳ אהרן צו פיהלען שלעכט.

בקיצור סאטמאר בכללה על רבבותיה ואדמורותיה האט בויכוויי היינט נאכט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ר' זלמן לייב'ס בויך-ווי איז געווען פאריגע וואך, נישט נעכטן נאכט. ער האט געלאכט צום לעצט.


צו ר' אהרן לאכט לעצט אז ער האט געמאכט פון די גרויסע חתונה א קליינע בר מצוה צו רז"ל לאכט לעצט ווייל ער האט אפגעאטעמט רואיג אז עטליסט נאך זיין שווערע וואך און נאכ'ן דערלייגן פלען עי איז געלונגען פלען בי

דעס איז שוין אפען פאר דעבאטע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג יוני 12, 2017 12:59 pm

שלום עליכם הרב גאלד.

דיין ערשיינונג איז א געשאנק פאר קאווע שטיבל געשיקט פון די זאליס
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 2:37 pm

גאנצל האט געשריבן:צו ר' אהרן לאכט לעצט אז ער האט געמאכט פון די גרויסע חתונה א קליינע בר מצוה צו רז"ל לאכט לעצט ווייל ער האט אפגעאטעמט רואיג אז עטליסט נאך זיין שווערע וואך און נאכ'ן דערלייגן פלען עי איז געלונגען פלען בי

דעס איז שוין אפען פאר דעבאטע

ער האט געמאכט פון וואס צו וואס?
קיין צופיל גרעסערער ציבור פון וואלט מען לכאורה נישט געקענט צוזאמשלעפן, אפשר נאך א דריי טויזנט אידן. די שיינקייט פון די מעמד איז געווען די ריינקייט דערפון, דעם בלויז סאטמארער ציבור וואס דאס פאר זיך האט געשלעפט א ריזן ציבור. סאו אין בעסטן פאל האט ער געמאכט פון א געמישטע חתונה א היימישע ריזיגע חתונה.

ווידער רז"ל וואלט קיין גרעסערע סוקסעס נישט געקענט האבן פון פלען עי, ער האט נישט געחלומ'ט אזוי, אבער צומאל פירט מען פון הימל אנדערש און עס לאזט זיך אויס דאס שענסטע און בעסטע פון אלע פלענער. קיין גרעסערע געווינער וואלט ער קיינמאל נישט געקענט זיין און ער ווייסט דאס גוט און דאנקט דעם רבוש"ע פאר דעם.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יוני 12, 2017 2:42 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען נאר 4000 קומען אן, איז עס א ריזיגע דורכפאל פאר זיי און א געווינס פאר ר׳ אהרן. ווען אלע קרייזען קומען אן, איז עס א ריזיגע געווינס פאר זיי און א דורכפאל פאר ר׳ אהרן. יעצט איז עס גענוג א דורכפאל פאר ר׳ זלמן לייב צו פיהלען שלעכט, און גענוג א געווינס פאר ר׳ אהרן צו פיהלען שלעכט.

בקיצור סאטמאר בכללה על רבבותיה ואדמורותיה האט בויכוויי היינט נאכט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך בין מסופק אין דעם. אויב אלע חסידות וואלטן זיך צוגעשטעלט וואלט עס געווען א דיפלעמאטישער קלאפ פאר ר' אהרן, דא האט ער אבער געכאפט א פיל פערזענליכערע און טיפערע פראסק. דאס זעלבע מיט רז"ל, ער האט טאקע געכאפט דיפלעמאטישע קלעפ, אבער די נצחון וואס ער האט צוום סוף געכאפט איז געווען פיל זיסער ווי ווען למשל פאפא און באבוב 45 קומען, און ער האט 450 מער מענטשן און יעדער שרייט אז זעקס טויזנט פון די 14 איז באבוב אדער פאפא.....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2263
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1441 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג יוני 12, 2017 3:48 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:צו ר' אהרן לאכט לעצט אז ער האט געמאכט פון די גרויסע חתונה א קליינע בר מצוה צו רז"ל לאכט לעצט ווייל ער האט אפגעאטעמט רואיג אז עטליסט נאך זיין שווערע וואך און נאכ'ן דערלייגן פלען עי איז געלונגען פלען בי

דעס איז שוין אפען פאר דעבאטע

ער האט געמאכט פון וואס צו וואס?
קיין צופיל גרעסערער ציבור פון וואלט מען לכאורה נישט געקענט צוזאמשלעפן, אפשר נאך א דריי טויזנט אידן. די שיינקייט פון די מעמד איז געווען די ריינקייט דערפון, דעם בלויז סאטמארער ציבור וואס דאס פאר זיך האט געשלעפט א ריזן ציבור. סאו אין בעסטן פאל האט ער געמאכט פון א געמישטע חתונה א היימישע ריזיגע חתונה.

ווידער רז"ל וואלט קיין גרעסערע סוקסעס נישט געקענט האבן פון פלען עי, ער האט נישט געחלומ'ט אזוי, אבער צומאל פירט מען פון הימל אנדערש און עס לאזט זיך אויס דאס שענסטע און בעסטע פון אלע פלענער. קיין גרעסערע געווינער וואלט ער קיינמאל נישט געקענט זיין און ער ווייסט דאס גוט און דאנקט דעם רבוש"ע פאר דעם.


דאס איז איין זייט פון די דעבאטע

וויפיל ס'וואלט נאך אריינגעפיט איז איין זאך אפען פאר דיבאטע

און בנוגע וויפיל ער וואלט מער הנאה געהאט פון פלען עי איז אויך אפען פאר דיבאטע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

Re: כינוס תשע''ז: זאלוינים באגייסטערט; אהרונים דעמאראליזירט

הודעהדורך אונטער חכם » מאנטאג יוני 12, 2017 5:51 pm

פלאן עי האט א מעלה אז נאכדעם קען מען פירן א פראפאגאנדע קאמפיין אז יעצט האט יעדער געזעהן אז אונזער רבי איז רשכבה"ג וכו' וכו' אזויווי עס איז געווען נאך א' חוקת אבער מיט פלאן בי קען מען אויפקעשן דעם געווינס אהן דעם שלעכטן נאך טעם וואס די אויבנדערמאנטע פראפאגאנדע ברענגט פאר אביסל ניכטערערע מענטשן.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 621 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט