גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

גזירת "בארקלעיס" (אכט און פופציגסטע אשכול)

שליחה דורך ארי נוהם »

שומו שמים!

מיר שטייען אויס א ביטערע גזירה, דברים אשר לא שערום אבותינו מאז ומעולם, ומאז היתה אנליין לאפציע וקאווע שטיבל לבית ועד לחכמים.


מיר ליידן שוין פון לאנג פון רשעי עמינו ה"י, וואס זענען מורד אין די אומות און ווייזן א שרעקליכע כוחי ועוצם ידי, וואס כידוע ברענגט דאס א געפערליכע חרון אף פונעם אייבערשטן. זייערע פאררעטערישע מעשים ציטערן אויף יעדן רעכטדענקענדן מענטש די טיפסטע סטרונעס פון הארץ, און ברענגען פיל ווייטאג פאר שלומי אמוני ישראל איבער דער גארער וועלט, וואס פארדאמט אלע זייערע מעשים און רייצענישן, און נאכדערצו ווען זיי רעדן אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל פאר זייערע שענדליכע מעשים.

אבער מיר זענען שוין געוואוינט צו דעם ליידער פאר א וויילע פון ארום זיבעציג יאר מאז קום המדינה, און בעצם נאך אפילו פריער משעת רעיון הציוני היל"ת, וואס די גרופע יחידים ומשתלטים על הציבור האבן זיך גערייצט מיט כלל ישראל אויף א געמיינע פארנעם.

מיר ליידן און פרובירן צו שווייגן, וויסנדיג אז אט די יחידים זענען די גבר אלים'ס אין אונזער צייט, עדי יערה ה' רוח ממרום און וועט זיי עפענען די אויגן צו זען זייער טעות און פאררעטערישע מעשים, ויתמו חטאים ולא חוטאים כתיב.


נאר א יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, און דאס וואס קומט פאר די לעצטע שטיק צייט קען מען אנרופן איינע פון די שעדליכסטע און שוידערליכסטע עפאכעס אין זייער היסטאריע, ווען די יחידים ומשתלטים האבן אדורכגעפירט א מעשה כוחי ועוצם ידי, נגד דעתם של גדולי הדור ואדירי התורה, רכבם ופרשם, וואס האבן קלאר פארדאמט זייערע מעשים וואס איז קלאר געטון געווארן זיך צו רייצן און ערגער - צו ווייזן א כוחי ועוצם ידי.

טראצדעם וואס מאנכע האבן ליידער געהאט מחשבות זרות, קלערנדיג אז מי יודע, אפשר האבן די קומץ קטן פון א.ג. אידישע קהל'ס פארזארגער און פארטרעטער (-פאררעטער) יא אינזין כלל ישראל, האט זיך אבער זייער פינסטערע כוונה גלייך ארויסגעשטעלט נאכן מעשה כוחי ועוצם ידי, ווען דאס איינציגסטע זאך מיט וואס אט די חברה זענען פארנומען איז אויפצואווייזן ווי גרויס זייער פאליטישער כח איז, און ווי נישטיג זייערע שונאים זענען.

אזוי ארום איז אויפגעוויזן געווארן קלאר און דייטליך די ווייטע בליק פונעם רבי'ן זי"ע, און דער און דער און דער און דער רבי זי"ע, נבג"ם ושליט"א, וואס האבן כמה פעמים מעורר געווען און קלאר ארויסגעזאגט זייער חוות דעת אויף אט די קומץ קטן פון רשעי עמנו. ספעציעל האט מען געזען די חכמה נפלאה של אותו זקן, וואס האט פריער געשיקט א קלארע בריוו זאגנדיג אז שבע תועבות בלבם, און כאטש מענטשן האבן זיך געוואונדערט און נישט פארשטאנען - זעען מיר יעצט קלאר אז דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק ומשה אמת ותורתו אמת.


אבער דאס אלעס זענען מיר דאך שוין געוואוינט מקדמת דנא, און לא על זה יצא הקצף מאתנו.

יעצט האט אבער פאסירט דאס שענדליכסטע פון אלעם, אז זיי זענען אריינגעקומען צו אונזער קליין היכל הקדוש, באו גוים בהיכליך, באו גוים וטמאוה, זיי קומען דא אריין אין אונזער מקום קדוש, און רעכטן אפ א פאגראם מיט אלע מפרשים. זיי שענדן אשכולות, צוהאקן דעם הייליג מקום, און אפילו די קאווע שטיבל ווערט נישט אפגעשוינט.

וילכו מדחי על דחי, און העמידו צלם בהיכל ל"ע, און גיסן דא צואה רותחת נאכאנאנד, פיל מיט זייערע הגיגי לב און חוצפה וכוחי ועוצם ידי, און רייצן זיך מיט שלומי אמוני ישראל וואס זענען שוין נמאס פון זייערע מעשים. מפני דרכי שלום וואלטן מיר זיי אפילו געגעבן א אשכול פאר זיך, וואו זיי זאלן ארויסשרייבן אלע זייערע געדאנקען, אבער כדרכם של הני רשיעי זענען זיי אויסן צו באגראבן די גאנצע פלאץ פאר אביסל נזיד עדשים משולחן איזבל, און מ'קען קוים אטעמען אין דעם מקום קדוש אן אריינאטעמען פארפעסטיגטע לופט וואס די חברה לאזן דא איבער אויף יעדן טיש.


איך אפעליר דא צו די גבאי ביהמ"ד ארויפצולייגן מער שלעסער אויף די שטיבלעך, אז די מענטשן וואס זענען נעבעך ליידער פארכאפט אין נעץ פון בעלי זרוע וכוחי ועוצם ידי, זאלן נישט קענען וואנדאליזירן יעדע טפח פון דעם פלאץ, ווייל אויב זיי נעמען איבער יעדעס ברעקל פון אונזער פלאץ, וועט זיך דער עולם פאר'מיאוס'ן פון אריינטרעטן אין א בית מינות פול מיט בראקעליס און פאטעיטאס.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר