אונזער אויפריכטיגע פרעסע (אטא ווארמביער)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

אונזער אויפריכטיגע פרעסע (אטא ווארמביער)

שליחה דורך העניך »

אטא ווארמביער, א 22-יעריגער סטודענט וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין צפון קארעא אויף דער באשולדיגונג אז ער האט געוואלט גנב'ענען א פראפאגאנדע פלאקאט, איז צוריקגעקומען אהיים פאריגע וואך אין א קאמע, און איז נעכטן געשטארבן. די דאזיגע געשיכטע איז א גאר טרויעריגע, אבער כ'וויל מיך אפשטעלן אויף איין פרט וואס איך מיין אז עס איז ווערד ארויסצוברענגען.

מיר לעבן אין א תקופה אין וועלכער "פעיק ניוז" איז געווארן א שטארקער טערמין וואס מ'ווארפט בכל עת מצוא. מיר צווייפלען אסאך אין דער אויפריכטיגקייט פון דער פרעסע, און מיר האבן אלע סארט פראבלעמען מיט פארשידענע נייעס-קאנאלן, יעדערער לויט זיינע אדער אירע פארטייאישע אפיליאציעס.

אפט כאפט זיך אריין א געדאנק אז מיר דא אין אמעריקע האבן דאך אויך א פראפאגאנדע אפאראט פונקט ווי אין אנדערע מדינות. אונזער מידיע איז דאך געבויגן צו לויבן אמעריקאנער פאליסיס און צו געבן דווקא אונזער רעגירונג'ס פערספעקטיוו. איז דאך פשט אז מיר ווערן אנגעגעסן מיט אונזער אייגענער פראפאגאנדע און בייעס. אלזא מיט וואס זענען מיר אנדערש פון דער רוסישער פראוודא, אדער די צפון-קאעאר רעגירונג-קאנטראלירטע טעלעוויזיע?

צוריק צו ווארמביער. ווארמביער איז געווען א געזונטער און קלוגער בחור, וועלכער איז שטערבליך קראנק געווארן הארט נאכ'ן פאר'משפט ווערן צו 17 יאר שווערער ארבעט אין צפון קארעא. די צפון קארעא רעגירונג טענה'ט אז די קראנקהייט איז געווען א צופאל, אבער יעדער פארשטייט אז ס'איז כמעט ברור אז דאס איז געקומען פון דער דארטיגער רעגירונג'ס שרעקליכער באהאנדלונג.

עס איז אויך קלאר אז אויב וואלט עס געווען א צופאל וואלט צפון קארעא דאס גאנץ גרינג געקענט אויפווייזן דורך דאקומענטירן דעם גאנצן פראצעס. זיי וואלטן אוודאי געמאכט ווידעא רעקארדירונג באלד ווען ער איז קראנק געווארן צו קענען ווייזן וואס איז געשען, און וואס זיי טוען עס צו באהאנדלען. דער פאקט אז זיי טוען דאס נישט איז לכאורה נאך א שטארקער אנדייטונג אז זיי האבן דא געטון א שרעקליכע מעשה נבלה.

אבער הערט זיך צו צו דער אמעריקאנער פרעסע און פאליטיקאנטן. רוב רובם קומען נישט ארויס מיט קלארע באשולדיגונגען קעגן צפון קארעא פאר'ן ערמארדן ווארמביער. יא, יעדער פארדאמט די דארטיגע רעזשים פאר זיין ארעסט, אבער נישט זיין קראנקהייט. דא און דארטן לאזן געוויסע פאלן ווערטער, אבער קיינער זאגט עס נישט קלאר און אפיציעל.

איך זע דא א געוואלדיגע מדריגה פון אמת. כאטש ס'איז 99% קלאר אז צפון קארעא האט גע'הרג'עט אטא ווארמביער, וועלן די פרעסע לייט און די פאליטיקאנטן דאס נישט זאגן אפן און קלאר היות ס'איז נישט קלאר באשטעטיגט. זיי פרובירן אז מענטשן זאלן אליין צוקומען צו דער שכל'דיגער מסקנא, אבער נישט קיין באשולדיגונגען. "כמעט זיכער" איז נאך נישט "זיכער" אין אן אויפריכטיגער פרעסע.

אונזער פאליטיק און פרעסע האבן אסאך פראבלעמען, אבער אמאל מעג מען באמערקן עפעס שיין.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר