ואת עמלינו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ואת עמלינו

שליחה דורך פליקער »

ואת עמלינו

מיר וועלן דא ברויכן האבן א שטיקל אפענע שמיס, און אויס שמיסן דאס שוין אזוי באקאנטע, אז כלל ישראל איז אינטערן מייקרא סקאופ, צי מיר זענען נישט איין גרויסע גרופע וואס קען נישט עקזעסטירן נאר אויב מיר האבן אלע זיבן זאכן.

מיז מען דאך נעמען די מי און איבער טראכטן צי איז דא עפעס ווארהייט אין אזא באשילדיגונג צי איז עס בלויז אנטי סעמיטן וואס האבן אונז אלע מאל פיינט, און דעריבער טאנצען זיי ארויף אויפן אידישן קרבן ווען מיר זענען פארכאפט אין די האנטקאפס פון די געזעץ.

צים ביישפיל מיר האבן אלע געהערט ווי דער מייסטער רעדנער אויף WABC מר. קערטעס סליוווא ווי ער האט אינז אזוי מיעס צונימען און צוויי מיניטן, און געלאזט און גאנג א שרעקליכע ווארענונג, אז דאס וואס מען האט געזען אין לעיקוואד איז בלויז די פארשפיעל, און דאס גייט נאכפאלגען אין בארא פארק, וויליאמסבורג, קראון הייט'ס און ניו סקווער די פלאץ וואס שמיעסט מיטן געפילטע פיש, וכו'.

מאנכע שרייען אז ער איז אנטי סעמיט, טייל זאגן גאר אז ער איז א אוהב ישראל, איך קען אים נישט פערזענטליך, אבער צי קיין בארשט ברויך מען נישט קיין ציין, ער איז מסתם ערגעץ אינדערמיט, אבער צווישען מיר און ענק איז ער גאר הארב ארויסגעקומען, און מיר וועלן אים שטייצעך פארשרייען און לייגען דריק, עסקנים סטראשענען אים שוין זיכער גענוי ווי ביי די נערס פון מאנסי.

אבער טייערע ברידער מען ברויך דעך מאכן א חשבון הנפש וואס טוט זיך דא. און מען ברויך דערגיין וועלכע וועג מיר פארן וועט דאס קענען אנגיין אדער נישט, און וואס עס איז די פראבלעים און וואס קען מען פיקסן.

דאס איז זיכער אז א סטאנדארט משפחה ברויך צילן צי פארדינען כאטש הינדערט פיפציג אלפים א יאר אויב ווילן זיי קענען פירן א ערליכע אידישע שטוב, איך קען נישט זען אז מען זאל קענען זיך באגיין מיט דעם אמעריקאנעם חלום אן קיין מאה וחצי, דאס אינקלודעט העלט אינשורענץ, שכר לימוד, א קאר און די נארמאלע סכומים אוועק צולייגען פאר א נארמאלע חתונה פאר קינדער, עטליכע טויזענט פאר רענט אדער מארטגידזש וכו.

די פראבלעם איז אז כדי צי פארדינען די סכום ליגאל ברויך מען פארדינען דריי מאות א יאר, ווייל בערך העלפט גייט פארן פעטער, און די צרה גדולה איז אז 90 פערצענט אידן פארדינען נישט גיין דריי מאות. הינדערט פיפציג איז שוין א שטיקל ציל עטליכע יאר נאך די חתונה, אבער דריי מאל הינדערט טויזענט איז כמעט קיין חלום נישט פאר כמעט קיין איין ארבייטער אפילו אעקזעקאטיוו ביים גרויסן פירמע.

אם כן וואס טוט מען, מיז מען אדער אראפ ברענגען דעם נויטיגן סכום פון הינדערט פיפציג צי הינדערט, וואס דאס גרענעצט זיך שוין מיט גרויס דחקות, ווייל דאס קען מען נישט זעלבט טון, נאר מיט די הילף פון די מוסדות הקדושים, און די לייטזעיליגע לענדלארס, און די בוטשער מיט די הייליגע קעמפ'ס וואס דער רבי האט געבויט מיט בליטש און ווייץ, און די לעצטע מאל וואס איך האב רעגעסטרירט איז די שכר ליומד ארויף און אלע לענדלארס און הוצאות גייען נאר בארג ארויף און ארויף, מיט אלע זייערע טענות ומענות, און עס העלפט נישט קיין שום תירוצים, ווייל זיי ברעכן לכאורה טאקע אויך אינטער, גיי ווייס צי עס איז אמת אבער על כל פנים אזוי טענעווען זיי, און מען קען דערצו גארנישט טון.

העלט און לייף אינשורענץ ווייזט אויך נאר איין וועג ארויף דעם וואצבארע בארג, און זיי קענען אויך טון וואס זייער הארץ באגער.

בלייבט נאר לכאורה איין אויסוועג צי זיין ארעם, און נהנה זיין פונעם רייכערען פעטער און מומע.

אבער ווען איך וויל באטראכטן די לעבען פונעם גוי, זעי איך נישט ווי דער מיטל קלאסישער גוי וואס גייט אין קאלידזש אז זיי זאלן בעסער אפשניידען, ווייל ווען א רעגעלע גוי גראדעאירט ארויס מיט א קאלידזש דיפלאם, קומט מיט אים אויך מוט א שיינעם ביל וואס פרעסט אים מיט ריבות דאס ווערט אנגעריפן סטודענט לאון'ס, און דאס קען אים דערקיטשען און בייסן פאר לאנגע יארן.

יעדע רעגעלע נארמאלער גוי האט אויך א טייערע חתונה, און קויפט אויך מתנות פארן פייאנצע, ני וואס איז דער חילוק, רענט? לכאורה אויך נישט פארן סיטי גוי, וואס וויל א נארמאלע דזשאב, ווי אזוי מאכען זיי עס?

די ענטפער איז די סכום קינדער, זיי צאלן טאקע אויך גאר טייער פאר שכר לימוד, און פאר העלט אינשורענץ, אבער א גוי צווישן צוואנציג און פערציג יאר לעבען פאר פיל ביליגער, און אויב קען ער נישט עפארדען קיין שכר לימוד, דאן קען ער נהנה זיין פונעם פאבליק סקול סיסטעם וואס איז פריי פון אפצאל, און פיל אינגע קאלידזש גראדיאט'ס, נעמען אן ארבייט ביי אזעלכע פירמעס וואס גיבן העלט אינשורענץ, און אויב נישט נעמען זיי טאקע נישט קיין אינשוראנץ, און אויב ברויכן זיי זען א דאקטאר דאן צאלען זיי קעש, און אויב ווערן זיי שטערבלעך קראנק, שטארבן זיי אויב האבן זיי נישט קיין רעגן געלט אוועק געלייגט.

ני וואס קען מען טון צי ראטעווען די מצב, מען וועט מיזן מאכן א פאנדעמענטאלע טויש, מען וועט ברויכן רידאצירן די סכום פון קינדער האבן, מען זאל האבן די קינדער מיט א שטיקל חשבון, דאן וועט עס מעגלעך זיין, דאס קען דאך אויך נישט פאסירן, ווייל עס שטייט דאך קלאר אז אין בן דוד בא עד שתכלא כל הנשמות שבגוף. וועט מען מיזן ניצן די בטחון קארטל וואס מיר האבן נאך דערווייל נישט געניצט, און זיך פארלאזן אויפן אויבישטען אז די FBI וועט נישט מער כאפן, אדער בייגען אדער לייגן, אבער קיינער פארלאזט זיך נישט אויפן אויבישטען, נאר מען נעמט פון פראגראמען וויפיל עס לאזט זיך, און מען בעט דעם באשעפער זאל פוילן ביי די רעגירונג נישט צי ארעסטירן קיין אידן, און ליידער איז דער טויער יא פארשפארט, און מען ארעסטערט יא ליידער פיל אידן.

בלייבט איבער צי וואונטשען אז זיי זאלן ארעסטירן עטליכע רבנים, און דאן וועלן זיי ברויכן ארויסקריכן פון די לעכער און נעמען א שטעלונג און דעם נושא, וואס זיי זענען עפעס מיסטערעז שטיל.

פארוואס זענען זיי טאקע שטיל, פארוואס האט נאך קיין שום עד היום נישט פארפירט ביי קיין דרשה אז מען דארף זיך פארשטארקן אין ביטחון און נישט גנב'ן, פארוואס זענען מיר פארנימען מיט ציונות און ילדי צרפת ווען מיר האבן א באלקאן צווישן די אויגן, ווי שעמען מיר זיך נישט צי האקן אויף אויף די אינטערנעט וואס איז לויט אלע דיעות די מקור הפרנסה בימינו און עס פארמיעסן אין די אויגן פון די איגענט, בשעת אלע האקערס זענען אנגעגנב'ט פון קאפ ביז פיס, ווי איז זייער ביטחון ווי איז זייער אמונה, ווען זיי האבן נישט בדרך הטבע נישט איבער צילעבן דעם טאג, נאר דורך גניבה וגזילה, און זיין פארנימען מיט מיין אמונה.

נאר וואס דען דאס איז טאקע דער תירוץ, זיי האלטן אז מען מעג עס טון, והא ראי' וואס זיי האלטן אז מען טאר נישט טון זאגן זיי בריש גלי, זיי זענען נישט די 'עך וועיס נישט' סארט, זיי זענען יא די קנאים פוגעין בו סטייל, נאר זיי פירן דעם עולם אראפ במזיד, זיי קלערן נישט אויף דעם עולם ווייל זיי ווילן נישט מען זאל וויסן, און דאס טאר מען נישט צילאזן, מיר וועלן זיך נישט לאזן פירן כצאן לטבח, כשאין איש וועלן מיר יעדע איינער זיין א איש, ווען דער רב וועט פרעגן פארוואס איז נישט דא קיין צוועלעף שבטים, וועלן מיר אים זאגן איים סארי איך קען עס נישט עפארדן, מיין אקאנטענט לאזט נישט.

איך בין זייער אימזיכער מיט וואס איך האלט, צו איז דאס דער וועג, אבער וואס איז די אנדערע פלאן, ביטע זאגט מיר, אדרבה איך בין זייער וויליג צי הערן, ואין עונה.

פון איין זייט שפיר איך ערגער ווי פרעה שגזר אלא על הזכרים, אבער לעומת זה דורך אויס די היסטאריע האט קיין משפחה קיין מאל נישט געהאט א עוורידזש פון צען קינדער, דאס איז דאך א ריבו עם וואס האט נאר אנגענימען א נייעם פורם זינט מיר זענען און די מחלמה קעיגן דעם דייטש, אבער ווען דאס קומט מיטן פרייז פון נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר זיין קרום, ברויך מען עטוואס איבער טראכטן די סטראטעגיע, ווי אזוי איז דאס א נקמה ווען מען לעבט אינטער די שאטן פונעם געזעץ, איינער מיז דאך ארויס קומען זאגען דעם אמת כמו שהוא.

און ווען עס שטעלט זיך שוין ארויס עמעצער וואס זאגט און פארפירט אז מען זאל זיין פארזיכטיג מיטן געזעץ, נישט קיין חילוק ווי אמת זייערע רייד זענען, נעמט מען זיך גיין פערזענטלעך, און אים חוקר זיין בשבע חקירות ודרישות, זען יעדע מאמר וואס ער האט נאר אמאל געזאגט אדער אינזין געהאט, אויב עס איז אויסגעהאלטן מיט יעדע סיעף קטן פון די שיטה הקדושה, און צי חס ושלום ער האט קיין מאל קיין מחשבה זרה נישט געהאט, און צי די חכמים זענען נוחה פין זיין רוח, סארא ביג שעים, אנשטוט זיי זאלן זיך אדער באהאלטן, אדער באשיינען, אדער באגריסן מיט דברי ברכה, ווארפן זיי אריין א פלאכע במזיד, ווי צי גיסן אויל אויפן פייער, ווי ציזאגן איר זענט אליין, מיר פייפן אויף אייך, אבער ווען עס קומט צי א אינטערשריפט פאר זייערע אינטערעסן וועלן זיי ארויף טאנצן ווי א בין אויף האניג, ווי א שוויין אויף הכנות, און זיך רייסן מי בראש. וואס מיינען זיי מיר האבן טאקע נישט קיין שכל און אינזער גענאק, מיר זעין נישט וואס דא קומט פאר. יא מיר זעין גענוי וואס דא גייט פאר, מיר האבן יא א מיינונג, און מיר פארלאנגען א טויש זאפארט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר