בלאט 1 פון 1

חיים איצקאוויטש און די "נארמאלע מענטשן"

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:40 pm
דורך העניך
ס'איז ארומגעפארן א מעסעדזש פון חיים איצקאוויטש, ווי ער איז מסביר פארוואס ער האט זיך אנגענומען פאר די סיקריקים אין סאטמאר מאנסי, קעגן א יונגערמאן מיט א סמארטפאן וועמען זיי האבן ארויסגעווארפן פון ביהמ"ד. איצקאוויטש שטעלט זיך אהער ווי א "נארמאלער מענטש". ער איז נישט מסכים מיט דעם אנטי-סמארטפאן טעראר, אבער ער האט דאך געפילט אז ער דארף זיך אננעמען פאר די סיקריקים היות דער יונגערמאן האט גערופן פאליציי. איצקאוויטש האט ביי דעם פונקט אויסגערופן מיט פאטאס: "עד כאן!"

כ'ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, אבער אפילו זאל דער יונגערמאן געהאט געזאגט ליגנט פאר די פאליציי אז די סיקריקים האבן אים געשלאגן, דארף טאקע דער "נארמאלער מענטש" גיין זיך אננעמען פאר זיי? וואלט דער סיקריק זיך אנגענומען פאר דעם "קילן" יונגערמאן ווען א צווייטער סיקריק בא'עוול'ט אים?

און נאך מער, ווען איצקאוויטש וואלט מוחה געווען אויף דעם טאג-טעגליכן טעראר וואס די סיקריקים פירן אויס יעדן טאג, אויף די טייכן אומשולדיג בלוט וואס די חברה האבן פארגאסן די לעצטע יארן -- ווען ער וואלט געשטורעמט קעגן הנהלות המוסדות און והקהילות וואס זענען מבזה און פייניגן זקנים עם נערים, וואלט איך געקענט הערן אז ער זאל אויך מוחה זיין ווען א סיקריק ווערט בא'עול'ט. אבער פארוואס איז דער סיקריק זוכה צו האבן אן אומזיסטן אדוואקאט פון צווישן די "נארמאלע מענטשן" ווען דער זעלבער "נארמאלער מענטש" גיט נישט דעם בענעפיט פאר זיינע אחים לדעה? וואו איז איצקאוויטש'עס "עד כאן!" ווען יעדן טאג קומען ארויס נאך און נאך גזירות שונות ומשונות, און נאך און נאך עלטערן און קינדער ווערן געפייניגט דורך קהילות און מוסדות?

די סיקריקים קענען זיך צעפירן די הענט און טון ככל העולה על רוחם ווייל זיי ווייסן אז זייערע אייגענע וועלן זיי אייביג פארטיידיגן, און אפילו די א.ג. "נארמאלע מענטשן" וועלן זיי אויך פארטיידיגן אויב זיי זענען פונקט גערעכט. די חיים איצקאוויטשעס פון דער וועלט זענען די enablers - די נארמאלע מענטשן וואס וואלטן געדארפט הייבן א קול מחאה, אבער טוען גארנישט. נאר ווען דער אנטי-סיקריק באגייט אן עוולה זענען זיי פלוצלינג דא.

אונזער געמיינדע ווערט מער און מער צעדרייט און עקסטרעם נישט נאר צו פארדאנקען די סיקריקים אליין, נאר אויך די אלע א.ג. נארמאלע מענטשן וואס לאזן דאס אלעס צו, און טוען גארנישט, אפילו אויב זיי וואלטן געקענט עפעס טון.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:42 pm
דורך קאווע טרינקער
נישט אנגעקומען צו מיר. וואס איז די מעשה?

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:43 pm
דורך לך לך
ניתי ספר ונחזי
לאמיר הערן די ריקארדירנג

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:46 pm
דורך העניך
די מעסעדזשעס

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:52 pm
דורך diff
מהאט שוין געשריבן. רקען זאגן זיינע קינדער דע מאין באת. מדארף נישט רופן פאליציי טאקע עד כאן

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:53 pm
דורך אפשר
ר' העניך, איך האב מורא אז דו האסט נישט פארשטאנען די רעקארדינג. וואס חיים זאגט דארט איז אז ער האט געזעהן ווי דער וואס האט גערופן פאליציי האט באשולדיגט א געוויסע עלטערע איד אז ער איז דער וואס האט אים געשלאגן, וואס דאס איז נישט געווען אמת. אויף דעם האט זיך חיים אויפגעשטעלט און געזאגט עד כאן.

הער איבער נאכאמאל די רעקארדינג.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 3:22 pm
דורך העניך
איך האב גוט געהערט די רעקארדירונג, אבער כ'מיין אז דו האסט נישט גוט געלייענט וואס איך האב געשריבן. איך האב נישט פארטיידיגט דעם יונגערמאן, נאר כ'פרעג דעם מר. איצקאוויטש פארוואס ער, אלס "נארמאלער מענטש", זאגט נאר "עד כאן" ווען אן אנטי-סיקריק טוט אן עוולה, אבער מ'הערט נישט פון אים ביי די יעדן-טאגיקע עוולות פון די סיקריקים.

דערצו ברענג איך ארויס אז דא האבן מיר א פערפעקטן ביישפיל וואס גיט אונז צו פארשטיין פארוואס מיר ווערן מער און מער עקסטרעם. סיקריקים זענען גענצליך באשיצט פון אלע זייטן, ווייל אפילו נארמאלע מענטשן וועלן זיי באשיצן ווען אן עוולה ווערט געטון, אבער די נארמאלע מענטשן זעלבסט וועלן נישט העלפן זייערע נארמאלע ברידער ווען זיי ווערן געשענדעט און פארראטן דורך די סיקריקים.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 4:28 pm
דורך ברוך בער
געהערט פון איינעם אנוועזנד דער האט געדאוונט און ביי שמונה עשרה האט זיין פאן געבאזט ביים אויסטרעטן האט ער געגעבן א בליק אויפן פאן מיטן שפיץ אויג ווער עס איז צן זיכער מאכן עס איז נישט אן אמערזשענסי, דער האט שוין אגאנצן דאווענען געווארט אויף די געלעגנהייט איז ארויפגעשפרינגען אים אנגעהויבן שלאגן צונעמענדיג זיין האנט זייגער און צובראכן. דער אינגערמאן איז ארויס ווען אן מיטל יעריגער עלטערער האט איהם אנגעהויבן האקן אין קאפ מיט א שטעקן אויף וואס דער אינגערנמאן האט גערופן פאליציי און ביני לביני זענען די צוויי שלעגער אנטלאפן אבער אז מען גיבט איבער די נעמען וועט מען זיי אויפפיקן.

דער תניא פסקט א מצער הציבור מצוה למוסרו , די סיקריקן שלעגער מוזן ווערן אפגעשטעלט מיט יעדן מיטל מעגליך, עס איז צייט פארן שטילן רוב זיך צו אויפוועקן איידער עס איז צו שפעט.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 4:53 pm
דורך אייז קריעם
ביטע געבן עפעס קאנקריטע איידיעס וואס צו טוהן מיט די סקריקין. סתם קוועטשן און קאמפלעינען מאכט זיי נאר שטערקער.
ווען סקומט למעשה, וועסטו זיך נישט אהננעמען פארן נרדף און מאכן קולות, סא ווער דען זאל טוהן די דזשאב? און אפילי טאמער זאל איך נעמען שרייען וועסטו מיר נישט שטיין צו די האנט.
איי וועסטו פרעגן פון ווי איך ווייס אז די הענדלסט נישט דע מצב? זייער פשוט, די סקריקין וואלטן מורא געהאט.
סא, לייג דיין געלט ווי דיין מויל איז, ווי מען זאגט און ענגליש.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 5:09 pm
דורך בן תמליון
איר ווילט איידיעס? זייער גרינג צו שיקן געוויסע מעסעזשעס פאר א טעראריסט אין זיין שפראך. עס מעג זיין בצנעה קייינער דארף נישט וויסן אבער דער באקומט א מעסעדזש אז אויב רוהט ער נישט איין ווען מען רעדן זיין שפראך.

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 18, 2017 9:58 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
@העניך כ'טריי צו פארשטיין.

דו האלטסט אז ווען דער מר' איצקאוויטש זעט ווי א סיקריק רופט פאליס אויף דער 'קילן' איד אן אינוואליד מיט א שטעקן, מיט א פלעינער בלבול (עכ"פ איצקאוויטש האלט אזוי) אז ער האט אים געשלאגן, וואלט ער נישט געזאגט "עד כאן"? איך מיין ער וואלט דעמאלדס אויך אפגעשטעלט דעם סיקריק.

סא בעיסיקלי איז נישט ווייל ער נעמט זיך בהחלט אן פאר סיקריקים איבער נארמאלע מענטשן, ער וואלט די זעלבע אפגעשטעלט דעם סיקריק ווען ער ריפט פאליציי אין ביהמ"ד אויפן קילער איד.

איי פארוואס טיט ער נישט סתם אזוי פעולות דורכ'ן יאר אפצושטעלן די צודרייטע מטורפים? כ'ווייס נישט. ס'קען זיין איצקאוויטש האלט אז רופן אומזיסט פאליציי אויף א צווייטן איז א גרעסערער און מער דירעקט מערקבארער עוולה ווי די סיקריקישע אונטערערדישע ציפעס, אדער קען זיין, אפי' ער זעט יא איין אז זייער שלעכט'ס איז ערגער טוט ער נאכאלץ גארנישט (חוץ שרייבן אשכולות אויף קאווע שטיבל?...) ווייל ער האט - מיט רעכט - מורא פון זיי.

כ'קען נישט דיר און נישט דעם מר' איצקאוויטש וועם דו צושמירסט דא אזוי געשמאק, אבער זאג, דו פארשטייסט דאך זיכער בעסער און ריכטיגער ווי איצקאוויטש דער פראבלעם פון די קיצונישע סיקריקים צווישן אונז, איז חוץ שארפע מאמרים אויף קאווע שטיבל שטעלסטו זיך יא ארויס אין א טאג טעגליכער מלחמה לה' בסיקריקים קאמף אין פאבליק?

כ'גלייב אז נישט. נו, וואס ווילסטו פון אים?

קען זיין כ'בין ראנג, קלאר מיר אויס.
יישר כח.

[כ'מיין האסט פשוט גענוצט א נישט ריכטיגער מעשה פאר א ריכטיגער פראבלעם]