פארשידענע גרינצייגען יובל נח הררי האט מיר געמאכט טראכטען.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

פארשידענע גרינצייגען יובל נח הררי האט מיר געמאכט טראכטען.

שליחה דורך shtriemel »

יובל נח איז א פערציג יעריגע יונגערמאן, א פראפעסאר אויף היסטאריע אין די העברעישער אויניווערסיטי אין ירושלים. פאר דריי יאר צוריק איז זיין בוך "סעיפיענס - קיצור תולדות האנושות" איבערגעטייטשט געווארען אויף ענגליש און זייט דעמאלס איז ער געווארען באקאנט איבער די וועלט. דאס יאר איז ערשיינען די צווייטע חלק - "דער היסטאריע פון מארגען". Homo Deus בלע"ז

ביידע בוכער זענען מתוק מדבש (די ערשטע האט מערערע מקורות, די צווייטע איז נאטורליך גרינגער אפצופרעגען, ער פרעגט זיך אליין אפ ממש ביים ענדע). כמעט אויף א יעדע בלעטעל האב איך זיך אפגעשטעלט אריינטראכטען אין עפעס א חידוש וואס ער ברענגט, אפילו רוב ידיעות זענען נישט געווען ניי!

כ'טראכט ביידע ספרים איבערצוליינען שלא תשתכח ח"ו, אין אראפשרייבען דאס וואס האט אויף מיר געמאכט א רושם. פארשטייט זיך אז אנדערע ליינער קענען (זאלען!) אויך שרייבען זייער רושם. ווי אויך, אויב האט איינער השגות אויף זיין תורות (און השגות איז דא לרחצה, אפילו אין זיין ערשטע ספר).

בילד
--------------

איך וויל אנפאנגען טאקע מיט די גרעסטע חידוש (דאס האט ער גענומען פון זיין רבי'ן דשערעד דיימאנד. ואכמ"ל):

ווען די מענטשהייט האט זיך געטוישט פון זיין פאנגערס און קלייבערס צו זיין פארמערס עובדי אדמה האט די פארמער געמוזט ארבייטען אסאך שווערער ווי זיינע זיידעס. די אגריקאלטשערעל רעוואלוציע האט אומגליקליך געמאכט די פארמערס. טאקע פאר'ן כלל, פאר די מענטשהייט, איז דער ערשטער עובדי אדמה שטארק צו באדאנקען. נאר צוויי פערצענט פון דאס פאלק אין דעוועלאפטע לענדער ארבייטען היינט אין אגריקאלטשער, ווען בימים ההם, ממש ביז 200 יאר צוריק ווען די אינדאסטריאל רעוואלוציע האט איבערגענומען די וועלט, איז עס געווען קרוב צו א הינדערט פראצענט.

פויערען האבען קיין גליקליך לעבען נישט געהאט. די דורכשניטליכער אריכות ימים פונ'ם פארמער איז פארקלענערט געווארען. די קערפער זענען קלענער געווארען פון נישט האבען גענוג צו עסען (אזוי ווי עס איז געשען אין צפון קוריאה ווי זיי זענען נעבעך מיט אפאר אינטשעס קלענער ווי זייער קאזינעס לדרומם. זיי זענען געווען איין לאנד מיט די זעלבע אווערידש ביז זייער טיילונג). די ציינער פון נפטרים פון יענער תקופה צייגט אויך אוף נישט גענוג ניוטרישען.

(ער ברענגט אסאך ראיות דערצו, אבער להוי ידוע אז גאר גרויסע קריגען זיך מיט דעם הנחה אז אייביג איז עס געווען ערגער.)

שטעלט זיך די שאלה פארוואס? פארוואס האט די מענטשהייט זיך אריינגעלייגט אין דעם צרה? מען זעט דאס אין די ארכיאלאגישע רעקארד ווי אימער מ'זוכט. קודם זענען געווען האנטער-קלייבערס און דערנאך, ווי ווייטער די פארמערס האבען זיך פאשפרייט, האט זייער לייפסטייל איבערגענומען. פארוואס?

ער ענטפערט נישט דאס קשיה בפירוש (ער פרעגט עס אויך נישט בפירוש) אבער ווי ער לייגט דאס אראפ אז ווי אימער מענטשען זענען אנגעקומען זענען גלייך 90 פראצענט פון די גרויסע חיות און בהמות פארניכטעט געווארען! אבער דאס אליין איז נאך נישט גענוג א גוטע הסבר לדעתי. וצ"ע.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר