לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
יהושפט קליין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:11 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

לינקע אקטיוויסטען אינפילטרירען "אייוועלט",

שליחה דורך יהושפט קליין »

כ'האב געהאט געשריבען א ארטיקל אויף אייוועלט, סתם א גוטמוטיגע אומשולדיגע ארטיקעל, כ'וועל דא לייגען דעם ארטיקל, און נאכדעם שרייבען וואסי געשען נאכדעם,

כ'האב אקארשט אויסגעפירט א טויט אורטייל,


ער האט זיך אריינגעחאפט צו מיר אינדערהיים, אן רשות, סתם אזוי מירניש דירניש, און ער האט זיך אנגעהויבען באקוועם מאכען, כאילו ער וואלט געווען א שוויגער צו וואס....
איך ווייס שוין פון עקספיריענס אז מען מוז גלייך אראפשטעלען די פיס, נישט ווארטען, טאמער איז מען מוותר נעמט ער עס אן ווי כאילו א הסכמה פאר זיינע שאנדפולע טהאטען,

אין דער מחוצף האט זיך דערוואגט צי מאכען א וועב וואס איז געווען אנגעחאפט אין מיין תהילים'ל וואס איז געווען אויפען טיש לעבען די וואנט ווי דער ספיידער האט זיך באקוועם געמאכט,

דאס איז שוין געווען אריבער די רויטע ליניע, כ'האב גלייך פארריפען א דרינגדע אסיפה, פון איך מיט מיינע שתי כליות, און ס'איז באשלאסען געווארען פה אחד, אז פאר די חוצפה אליינס קומט זיך עים טויט שטראף אן קיין מעגליכקייט צו אפעלירען, און אז די אורטייל ברויך צו אויסגעפירט ווערען תיכף ומיד, למען ישמעו ויראו,

האביך גענומען א טישא און אים ציקוועטשט צום טויט, כן יאבדו כל שונאי ישראל,

למעשה האב איך נישט געוויסט וואס פאר א שערוריה דאס וועט אנווערטשאפטען, די האנטיגע משוגענע ליבעראלען וואס שטייען פאר גלייכבארעכטיגונג פאר פליגען און מייזען (נאר נישט פאר מענטשען...), האבען אויפגעהויבען א וויי געשריי, היתכן צו אומברענגען א ספיידער אזוי אכזריות'דיג, אן קיין געהעריגע משפט, די יוא-ען יומען רייטס קאמישען איז אריין און אובער דרייוו, פארדאמונגען זענען געפלויגען פון אלע לינקע ארגענעזאציעס, אנדערע האבען געסטראשעט מיט סאנקציוס....

כ'האב נישט געוויסט וואס דא איז געשעהן, כ'מיין.... ס'נאר א ספיידער.... בארואיגטס ענק.... שרייען זיי צוריק... יא, ס'הייבט זיך אן ביי א ספיידער און ווער וויייסט ווי ס'ענדיגט זיך... וואס?!

אנדערע האבען געווארפען פאשקעווילען, האטליינס האבען געקאכט און געשימפט,

ס'נישט נארמאך, איך געדענק נאך צייטען וואס מען האט געקענט הארגענען א ספיידער און קיינער האט נישט געגעבען קיין דעםם, היינט .... משוגע מטורע,

האלו, קריכטס אראפ פון מיר באצייטענס, ווייל טאמער וועט עטס מיר אויפרעגען דאן וועל איך אנהייבען ביי פרעה און ענדיגען ביי גאנץ מצרים,
רעגטס מיר נישט אויף, ס'נישט קיין שום פראבלעם צו הארגענען ספיידערס, גענוג מיט דעי הבלים, כ'ווארען ענק מיט שיינעם,

נידער מיט די פאלעסטינער !

עם ישראל חי וקים לנצח נצחים !


דאס איז געווען דער ארטיקעל,

איז געקומען דער ניק "אחראי" און געמעקט די שורה " נידער מיט די פאלעסטינער" מיט די תירוץ אז ס'איז "קלאסישער ראסיזם""און ס'האט נישט קיין פלאץ אויף א פאבליק פארום..."
כ'בין ממש געווען שאקירט, פאר ווער עס ווייסט, דאס איז דאך ממש די אויסגעדראשענע תירוץ פון קראנקע לינקע אקטיוויסטען איבער די וועלט צו אטאקירען נארמאלע מענטשען, ווי כאילו ס'איז עפעס א מאראלישע פראבלעם צו מלחמה האלטען קעגען שונאים און רשעים,

כ'האב עס ממש נישט ערווארטעט פון א אזוי געריפענע "אוטורדאקסישע פארום",אז זיי זאלען מעקען "נידער מיט די פאלעסטינער" כ'האב נישט געוויסט אז די קראנקע לינקע אידאאלאגיע האט שוין אריינגעדרינגען אזוי טיעף אזש ביז די סאמע היימישטע קאמיונעטיס,

נאכדעם האב איך זיך געחאפט אז דאס האט לכאורה ציטאהן מיט סאטמער (וואס די איי-וועלט פירערשאפט איז פארפעסטעט מיט סאטמערע שונאי ישראל), מיטען חשבון אז די שונא פון מיינע שונאים זענען מיינע פריינד, און וויבאלד די פאלעסטינער זענען קעגען "מדינת ישראל" ממילא איז נישט קיין פראבלעם זיי צו שטיצען, איי די פאלעסטינער זענען רוצחים און רשעים און שונאי ישראל, איטס זשאסט טו בעד, דאס איז די תוצאה ביי א חלק פון די וואס גייען דורך א סאטמארע נעגאטיווע חינוך צו שנאת ישראל,

למעשה ווי עס קוקט אויס, אז ביי א געוויסע חלק פון סאטמערע מחונכים האט די לינקע קראנקע אידאאלאגיע געפונען א באקוועמע פלאץ, למעשה ווארפען זיי ארום די זעלבע קראנקע טענות ווי די לינקע שונאי הדת ושונאי המדינה ושונאי ישראל,

אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא, נאך א סימן פון לינקע חולי נפש, איז אז זיי זענען כראנישע שקרנים, דער אחראי וואס האט געמעקט יענע שורה דרייט זיך ארום אויף אייוועלט מיט א צווייטער צווילער ניק, מיט יענער ניק האט ער אטאקירט דעם ארטיקעל און א תגובה (יעצט איז עס שוין געמעקט) שרייבענדיג דארט " אז ער האט געוויסט אז ס'וועט אנקומען צו אראבער .... וכו' שרייבענדיג דארט ווייטער לינקע דברי הבל,
שפעטער ווער ער האט געמעקט די שורה פון "נידער מיט די פאלעסטינער" האט ער פארגעסען צו מעקען זיין תגובה, וואס דאס האט געברענגט שאלות פון באזוכער אז זיי זעהען נישט קיין ווארט פון אראבער .... האט דער שקרן געענפערט אז " ווי עס קוקט אויס האט עס דער שרייבער געמעקט...." בעת ווען ער האט עס אליינס געמעקט.... ! , דאס איז א טיפיקעל סימן פון לינקע חולי נפש וואס האבען נישט קיין שום פראבלעם צו שיסען שקרים און די וועלט אריין,

אזא סארט באנעמונג פון א אפיציעלע היימישע פארום ברענגט אויף געפילען פין גרויל, ס'וואלט געווען ראטזאם פאר אייוועלט צו רייניגען אירע רייען און פטור ווערען פון די חולי נפש !

"נידער מיט די פאלעסטינער !"

"עם ישראל חי וקים ! "

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר