שקר-ליין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

שקר-ליין

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:05 am

כ'וועל איבער'חזר'ן וואס כ'האב געשריבן ערגעץ אנדערש:

מ'פרעגט מיר וועגן דעם "שקר-ליין" ארטיקל אינעם פרישן וועקער (נומער 9), וויל איך קלאר מאכן דאס וואס ווערט קלאר געמאכט אין דעם ארטיקל זעלבסט. די פארפּעסטיגונג פון שקר ביי אלע אונזערע אויסגאבעס איז אן עקלהאפטיגע ערשיינונג, און מ'דארף לוחם זיין קעגן דעם.

קינדליין איז בשום אופן נישט ערגער ווי אנדערע אויסגאבעס. פארקערט, איך פערזענליך נעם קינדליין ערנסטער ווי די אנדערע ווייל כ'ווייס אז זיי האבן א געוויסע אינטערעסע צו זיין בעסער. קינדליין האט אויך א גרעסערער אחריות ווי אנדערע ווייל עס איז געווידמעט פאר קינדער.

קינדליין האט נישט קיין דין אויסגאבע, נאר א דין "פענאמען". דאס איז אן ערשיינונג ביי אונז און פארדינט אונזער אויפמערקזאמקייט. כ'ווייס אז קינדליין איז סענסיטיוו צו קריטיק, אבער דער פאקט אז קינדליין ווערט ארויסגעהויבן ווי די וויכטיגסטע צווישן אלע היימישע אויסגאבעס איז נאר א פאזיטיווע זאך פון א מארקעטינג פערספעקטיוו. פון קינדערלעך איז ניטאמאל ווערד צו רעדן.

דער עולם איז מכובד צו קאמענטירן כיד ה' הטובה עליהם.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:37 am

איך פערסאנאלי שטרעב אלעמאל צו גיין העכער אין לייען מאטריאל. לייענען וואס איז א טשאלענדזש פאר מיר. כדי איך זאל לייענען עפעס אויסער דעם דארף עס שטימען מיט דער שיטה. דהיינו, אז דער מאגאזין שטרעבט אויך צו רוקן זיך העכער. צו גיין פאר טשאלענדזשעס. די רגע א מאגאזין שטעלט זיך ארויס צו זיין עפעס וואס איז געווידמעט (אדער ס'קומט אזוי ארויס) מיך צו האלטן סטאק אויף א געויסע לעוול, ס'איז סתם עפעס א ביזנעס ווענטשור, ווארף איך עס ארויס. און דאס זעלבע זוך איך פאר מיינע קינדער.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

Re: שקר-ליין

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:09 am

זייער הנאה געהאט פון דעם @ראובן. זייער קלאר געשריבן, כדרכך בקודש.
הגם רוב פון די תוכן איז שוין געקייט געווארען דא אינעם שטיבל, דאך איז דאס נישט באוויסט ביי יעדעם, און ס'שאדט נישט צו איבער חזר'ן.
איך וואלט אבער נישט געווען אזוי שארף און זיי באטיטלן מיט א צו נאמען "שקר ליין", וואס דאס הערט זיך ווי ממש זייער ציל איז דא וואך איין וואך אויס מיט אן אגענדע צו אונז אנשטאפען מיט גראבע ליגענטס. מן הסתם איז די שרייבער באמת אומוויסענד און ער שרייבט נאך וואס איז ביי איהם אנגענומען אלס אמת. דערפאר איז דיין ארטיקל נאך מער וויכטיג, הגם נישט אזוי שארף.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:05 am

אויף וויפיל כ'געדענק זענען רוב פון די נושאים אין דעם ארטיקל נאך קיינמאל נישט דורכגעטון געווארן אין שטיבל.

לגבי שקר-ליין, יא, ס'איז שארף. אבער שטעל דיך פאר אז קינדליין זאל ווען זיין די איינציגסטע אויסגאבע וואס קימערט זיך נישט מיט'ן אמת, און אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס זאלן שטרעבן פאר'ן אמת, וואלט דאך יעדער פארשטאנען אז קינדליין איז שקר-ליין. קומט אויס אז די איינציגסטע סיבה נישט צו גיין אזוי שארף איז ווייל די אנדערע היימישע אויסגאבעס זענען נישט בעסער. כ'האב נישט געהאלטן ביים געבן קרעדיט דערפאר.

יא, מיר האבן א שקר-איד, שקר-בלאט, שקר-צייטונג, וכו' וכו', און יעצט רעד איך פון שקר-ליין.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:08 am

איך מיין אז קרעדיט קומט זיך פאר טראמפ :lol:
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג יולי 27, 2017 10:52 am

אזוי אז די אלע אנדערע שקר אויסגאבעס זאלן זעהן וויאזוי די ערשטע צו כאפן פון די אויפריכטיגע 'אנשי אמת' פאליציי איז גאר יענע אויסגאבע וואס איז די מערסטע נזהר.

אזא מהלך לדעתי וועט גאנץ ווייניג אויפטוען צו ערוועקן אונזערע געטרייע שקרנים.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1829
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:14 pm

די ערשטע ארטיקל איז זייער קלאר און זייער גוט געשריבען, און נאך וויכטיג דערצו אויך מ'זאל זיך נישט איינרעדען אז ס'יא דא אזא בחינה פון אדם מוריש שקר לבניו. הגם אז רוב יודישע אויסגאבעס האבן בכלל נישט קיין דזשארנעליסטיק סאנדארדס סיי ווי, פשוט פון דעם וואס מ'זעט אז זיי גנב'נען גראד ארויס פון אנדערע, אדער ברענגען האלבע פאקטען, דאך איז דא וויכטיג געווען צו אויף ווייזען די שקר פון קינדליין ווייל דאס רירט אן פאלשע השקפה אין דעם אפטייטש אז אלע חכמות ליגט אין די תורה, לערנענדיג אין דעם א קרומע פשט וואס איז אן עולה אז קינדער זאלען דאס אפילו לייענען.

די צווייטע ארטיקעל אפילו אז ס'איז אמת ויציב וואלט אפשר נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט דא צו שרייבן ווייל עס ווארפט א שאטן אויף די שטארקייט פון די ערשטער ארטיקל.

ס'גוט פאר קאנסומער ריפארטס אדער בעטער ביזנעס ביורא אפצושאצען קוואליטי פון אן אנדערע ביזנעס.

בכל אופן, ערשט קלאסיגע ארטיקלען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2262
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2941 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:12 am

זייער שיין געשריבן, לעניות דעתי וואלט עס געדארפט זיין אביסל שטערקער צו קענען ווערן אנגערופן שקר-ליין, אבער מ'קען זעהן די ארבעט און די שווערע ריסיורטש וואס ליגט אין די ארטיקל.

מ'דארף ווען נעמען ר' בערל טויבער'ס ארטיקלען פון מאמענט און אויפווייזן די שקר.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 302
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 9:16 am

מיינסט אפשר ר' אבא חייא?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17796 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:11 am

תיקון טעות: אין דעם ארטיקל שטייט אז הילל הזקן האט מתקן געווען דעם לוח - דאס איז א טעות וואס קינדליין האט געמאכט און איך האב עס בטעות נאכגעשריבן. דער הילל וואס האט מתקן געווען דער לוח האט מען גערופן הילל השני אדער הילל נשיאה.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 7:57 pm

מאנכע האבן זיך געאייסערט אז דער טיטל "שקר-ליין" איז געווען צו שארף, הגם ס'איז קלאר אז דער קינדליין -- פונקט ווי אנדערע היימישע אויסגאבעס -- זענען אנגעפילט מיט שקר פון קאפ ביז פיס יעדע וואך. זיי האבן גע'טענה'ט אז קינדליין איז נישט קיין מזיד, זיי ווייסן פשוט נישט בעסער.

אבער דא האט איר א גוטן ביישפיל פארוואס לקינדליין נאה ויאה הכתר והכבוד גערופן צו ווערן שקר-ליין. דער פאלגנדער ציטאט ערשיינט אין דער ראש השנה אויסגאבע אין אן אינטערוויו מיט ר' משה נחום קרויס. קרויס צייכנט צו און חזר'ט איבער די שקרים פונעם קינדליין ארטיקל וואס איז שוין צענומען געווארן און אויפגעוויזן געווארן אלס דורכאויס פאלש, און קינדליין דרוקט דאס מיט א בלעכענעם פנים!
בייגעלייגטע פיילס
Kl.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2421
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9473 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:02 pm

קענענדיג ראובן האב איך זיך גערעכנט אויף עפעס א באמבע, טראץ דעם וואס ער האט כמעט פארלוירן זיין קרעדיט ביי די אמרי אמת ארטיקל, דאך האט איהם דער געוואגטער צום סוף געראטעוועט דארט.

נאכן לייענען בין איך אבער געווען אביסעלע סורפרייז'ד ווייל מיט אלע ליגענטס וואס ער האט געברענגט קומט זיך נאך אלץ נישט דעם שקרליין טיטל. ווייל קיינע פון די שקרים וואס ער האט אויסגעטראפן זענען שקרים וואס קינדליין איז אויפגעקומען דערמיט, אלע אויסגערעכנטע שקרים זענען שוין איר אלטע מסורה'דיגע שקרים. אזעלכע שקרים וואס האבן זיך שוין מיט יארן פריער אריינגעבאקן אין אונזער געזעלשאפט און אמונה, אזוי אז קינדליין קען באמת נישט באשולדיגט ווערן פארן פראפעלירן יענע מעשיות.

ווען ס'וואלט געווען לגיונות וואס קינדליין איז אויפגעקומען דערמיט און פרובירט עס אריין צו פיטערן אין די מוחות פון אונזערע קינדער, וואלטן זיי זיך דאן פארדינט דעם טיטל. אבער פאר יענע אלטע אויסגעדראשענע באבע מעשיות און לעגענדעס קומט זיך עס נישט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1829
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 9:14 pm

איך וויל נאר דא מאכן א הערה כללית: אלע אויסגאבעס וועלכע זענען אנגענומען ביים היימישן עולם ווייסן אז ס'איז דא א געוויסע ליניע וואס מ'טאר נישט אריבערגיין. און כדי צו בלייבן אין די ליניע מוז מען זיך צומאל באנוצן מיט שקר. והא ראיה. דער שטערן און שפאקטיוו האבן אין אנהויב זיך נישט באנוצט מיט די פאליטישע קארעקטע שקרים. זיי זענען נאר אויסן געווען צו ברענגען אינטרעסאנטע און באלערנדע אינפארמאציע פאר אידישע קינדער. האבן זיי אבער געצאלט צו א טייערן פרייז, וואס האט זיי כמעט געקאסט די גאנצע פובליקאציע פון זייערע זשורנאלן. און צום סוף האבן זיי זיך געבויגן. אפילו אויפ'ן מאמענט, וואס איז ריין א סאטמאר'ע פובליקאציע. נאר דאך האט עס קוואליטעט. ס'איז נאכנישט בשפל המדרגה ווי דער איד. איז פונדעסטוועגן דא גענוג קריטיקירערס וועלכע וויללן זעהן זייער אונטערגאנג. די מעלות איז דאך א געהעריגע באבישע פובליקאציע. וכו' וכו'...אזוי אז ס'איז נישט קיין חידוש אז די קינדליין האלט זיך נישט אפ פון פרעדיגן שקרים וועלכע פעהלן אויס כדי זיך צו האלטן צו די פאליטישע קארעקטע ליניע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט

cron