גאווערמענט ספענדינג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1263 מאל

גאווערמענט ספענדינג

שליחה דורך טמיר »

די יו. עס. איז די גרעסטע, שטערקסטע און רייכסטע לאנד. יא, און אויך די גרעסטע בעל חוב וואס איז נאר אמאל געווען אין היסטאריע, ביי א מענטש אדער לאנד. די חוב האלט שוין יעצט ערגעץ ארום 20 טריליאן דאלאר 20,000,000,000,000, דאס קומט אויס בערך 65,000 פאר יעדער מענטש אין לאנד. פאר א משפחה פון 5 איז עס 325000 דאלאר.

אבער דאס האלט נישט צוריק די גאווערמענט, סיי פעדעראל, סטעיט און לאקאל, פון זיך ווארפן מיט געלט אויף רעכטס און לינקס, כאילו מען האט אזוייייפיל איבריג. אסאך מאל קומט אונטער אזאלכע נייעסלעך וואס רעגט מיך פשוט אויף, האב איך מחליט געוען צי עפענען די אשכול זיך אויסצוגעבן.

יעצט איז אין די נייעס אז רוסלאנד פארשיקט 750 דיפלאמאטן פון 1100 פון לאנד. וואס האט מיך געכאפט איז, וואס אין די וועלט דארפ אמעריקע "עלעוו הונדערט" דיפלאמאטן אין רוסלאנד??? געוואלד, וואס טוען זיי דארט? און דאס קאסט אפ אויסציהאלטן זייערע משפחות דארט, פלאס א סעלערי, פלאס די טרעוועל וואס זיי ניצן מסתם אסאך. און דאס איז שוין חוץ די שאר ירקות פון העלט אינשורעס מיט ריטייערמענט וכו'. איך וואלט געשאצט אז יעדער עקסטער קאסט אפ כאטש 150000 א יאר. צוזאמען? איבער 150 מיליאן!! און דאס איז נאר איין לאנד!!
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר