איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 8:46 am

באקומען אין אישי, מיט א ביטע צו ארויף שטעלן, נעמט די עטליכע מינוט און ליינט דאס


איך בין שוין א גרוש פאר א שיינע פאר יאר און איך האב נאך קיינמאל נישט גענומען די פעדער אין האנט צו שרייבן פון מיין עקספערטיז אין די גאנצע נושא, אבער די וואך ליינענדיג אינע'ם אמי וועגן די שידוכים קריזיס האט מיך עס געכאפט, האב איך שוין געמוזט שרייבן וועגן מיין לעבן אביסל.

איך האב חתונה געהאט ביי די צוואנציג און געווען חתונה געהאט פאר א קליין ביסל צייט און נאכדעם האב איך מיך גע'גט, (אזוי ווי יעדע גט שרייט דער אז יענער איז שולדיג און דער אז יענער איז שולדיג אבער איך וויל נישט אריינגיין אין דעם).

ביי מײן גט האבן מיינע חברים און משפּחה אנגעווינטשען אז 'די שמחה זאל ברענגען נאך שמחות' און איך זאל טרעפן מיין באשערטע וואס שנעלער, 'דו ביסט א עכט נארמאלע אינגערמאן' האבן זיי צוגעלייגט, איך האב אויך אזוי געהאפט און געמיינט.

למעשה איז שוין היינט אריבער עטליכע יאר און איך בין נאך אלץ אליין, אנפאנג האב איך עס אנגענומען אלץ א גוטע זאך אז איך זאל קענען אביסל זיך אויס'בחור'ן ( אזאך וואס איך האב נישט געטוהן געהעריג זייענדיג א בחור -לערנענדיג אין א ישיבה אלע יארן-) ווי נישט ווי בין איך שוין געווען חתונה געהאט און איך מעג שוין דרייוון, האבן א פאון, האבן א דשאב, און אלעס וואס קומט מיט מיט'ן דיעל.

אזוי איז אדורך א יאר און נאך א יאר מיינע חברים האבן שוין אפגעשוירן, מיינע אינגערע געשוויסטער האבן חתונה און איך בחור אוועק.

איך האב ב"ה א דשאב, א קאר, טאטע, מאמע, און די לעבן גייט גוט "מ'טשילט"....

ביז די וואך ליינענדיג אין די AMI די הארצרייסנדיגע ביישרייבונג פון שראליק וועלכע איז ארויסגעקומען אין פובליק איבער זיין פראבלעם אז ער איז שוין זעקס און דרייסיג יאר און נאך אלץ א בחור, האב איך אריינגעטראכט און מיין מצב.

שוין דריי יאר וואס איך בין גע'גט און איך האב מיך ס"ה געטראפן מיט איין מיידל (וואס איז למעשה גארנישט געווארן), ווי איז מיין האפענונג, ווי איז מיין פיוטשער, קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט וועל איך נאך אמאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, וועל איך נאך האלזן מיין אייגן קינד, ווי לאנג וועט עס נאך דויערן????

ס'איז היינט א שווערע וועלט מיט נסיונות, איך וויל ווייטער האלטן מיין אידשקייט אויף א הויכע סטאנדארד אבער די "בלא אשה" איז א גרויסע שטער.

"לא טוב היות האדם לבדו" שטייט נאך בעפאר 2017 און אוודאי יעצט 2017.

אלזא טייערע חברים, ענק האבן עקסטרע צייט אין טאג (והא ראי' אז די לייענסט דאס) טראכט אביסל פון דיינע חברים גרושים, יעדע גרוש האט א גרושה טראכט ווער וואלט געקענט זיין פאסיג און טראג עס אן, "יא דו קענסט".

איך וועל מסיים זיין ס'יעצט חמשה עשר באב וואס "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב שבהם..." איז פרוביר צו צאמשטעלן א דעיט אזוי זאל קענען ווערן שידוכים.

און די אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל אויפגעראכטן ווערן מיט וואס ער דארף בקרוב ממש.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

Re: איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:19 am

הארצרייסענדיג!
עטליכע וואכן צוריק איז געווען אן עווענט אין ארץ ישראל פאר די ארגענעזאציע "הגפן" ווי אן עלטער בחור האט אויפגעטרעטן מיט געשטיקטע טרערן מיט אט די זעלבע בקשה פון אלע שדכנים דארט "ביטע געבט אוועק בלויז 5 מינוט א טאג פאר הונדערטע עלטערע בחורים" קיינער קוקט בכלל נישט אין זייער ריכטונג.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 710
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:30 am

איז דא מער עלטערע בחורים ווי עלטערע מיידלעך?

אויב יא, וואס קען מען באמת טוהן?

אויב נישט, פארוואס קאמפלעינען נישט די עלטערע מיידלעך?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2682
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1410 מאל

Re: איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:33 am

איך האב שטארקע מיטלייד מיט דעם אינגערמאן (און מיט (כמעט) אלע גרושים און עלטערע בחורים), עס באדערט מיר אבער אז אנשטאט זיך לערנען אז דער שידוכים סיסטעם איז נישט הונדערט פראצענט ווירקזאם ביי אונזער סאסייעטי און פארמאגט גרויסע לעכער פון וואו אסאך פאלן ארויס, קומט מען צוריק ככלב ששב על קיאו צום זעלביגן פראבלעמאטישן סיסטעם.

ואפרש,
די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אז די עלטערן און שדכנים באזארגן די אכצן + קינדער מיט שידוכים - א זאך וואס מ'איז נישט גענוג ערוואקסן צו קענען אליינס טוהן לדעת הסיסטעם.
דאס קומט אבער מיט טערמס ענד קאנדישענס.
מען מוז זיין און די גוטע יארגאנג, נישט פראבלעמאטישע משפחה, אריינפיטען אינעם קרייטעריע הונדערט פראצענט, וכו'
(טאמער איז דא גענוג געלט דאן קען מען יא אדורכשווערצן די זאך מער ווייניגער).
ווען אזא מעשה וואלט געקומען לידי וואלט איך געזאגט פארן סיסטעם הער מיך גוט אויס, כ'האב שוין געזען דיינע יכולות און כ'האב דיר לערנען באקומען, דו גייסט מיר מער נישט נעמען אויף דיין רייד. איך וועל זיך אליינס באזארגן אנשטאט ווארטן ווי א רחמנות אז זאכן זאלן אליינס געשען. אז מ'וויל באמת און מ'ווייסט ביי זיך אז די זאך איז תלוי אין זיך זעלבסט קען מען אליינס נישטערן און נאכפרעגן קוקן אויף אמת'ע ענדליכקייטן און נישט משפחה סטיילס (לדוגמה, ביי די ליטאים זענען פארהאן א גרויסע ליסטע פון איבערגעבליבענע מיידלעך פונעם געפ וואס וועלן טוהן כל מה שבידם צו קענען אוועקשטעלן א שטוב, אני לכשעצמי וואלט זיכער קאנסידערט אזאנס).

(פון וואו ווייס איך אז דער נידון האט דאס נאכנישט פראבירט?
קוק נאר וואס ער בעט.
מיר קענען אפילו נישט זיין ניק, ער האט נישט געגעבן די מינדעסטע אינפארמאציע איבער זיינע נאטורן, מהות, לעבנסשטייגער וכו', אבער ער בעט מיר זאלן בלינדערהייט טוהן פאר אים.)
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1957
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2816 מאל

הודעהדורך chosen people » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:39 am

איך מיין האסט נישט גוט פארשטאנען, ער האט נישט געבעטן די זאלסט צושטעלן פאר איהם א גרושה, ער האט געבעטן זאלסט טראכטן פון א חבר/קרוב גריש און גרישה וואס די קענסט יא.
אלזא טייערע חברים, ענק האבן עקסטרע צייט אין טאג (והא ראי' אז די לייענסט דאס) טראכט אביסל פון דיינע חברים גרושים, יעדע גרוש האט א גרושה טראכט ווער וואלט געקענט זיין פאסיג און טראג עס אן, "יא דו קענסט".
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 1200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:42 am

ער בעהט נישט טוה פאר מיר, ער בעהט, איך בין נישט דער איינציגסטער, טראכט פון דיינע באקאנטע גרושים, און טוה פאר זיי, מיינע באקאנטע זאלן טוהן פאר מיר.

אויסגעוועלטע מענטשן האקט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

Re: איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:58 am

נכון, כ'צוה צוריק פון דעם פרט.

אבער דאס עצם זיין אנגעוויזן אויף יענעמס טובות צייגט אז ער האלט נאכאלץ אז דאס איז נישט זיין אייגן פליכט. יא, מיר ווערן אויפגעצויגן אז אלעס ווערט געטוהן פאר אונז דורך אנדערע און ווארטן אויף יענעמס דערבארעמונג איז די ענדגילטיגער פלאן. ווילאנג ס'גייט איינעם גוט מיט דעם מהלך וועל איך אים נישט אריינרעדן, אבער אז מען קריגט דעם מרור אין פיסק אריין מעג מען אנערקענען ווער ס'האט עס אריינגעלייגט. גיי נישט צוריק צו יענעם.
ס'איז נישט קיין סוד אז ווען עימיצער אין אונזערע צירקלען גט זיך איז ע"פ רוב די סיבה ווייל די זאך וואלט קיינמאל נישט געברויכט פאסירן. אדער האט דער שדכן געדארפט דעקן דעם חודש פאר יעדע פרייז, אדער זענען די עלטערן/קינדער געווען דעספערעט וכדו', ווייל ביי אונז גט מען זיך נישט געווענליך אלס רעזאלטאט פון א הקדיח תבשילו.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1957
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2816 מאל

Re: איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

הודעהדורך מפוזרי » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:30 am

איך בין מיט קל וחומר.

ס'דא אידן וואס שטארבן זיך ארויסצוזען פון אונזער סיסטעם און ס'גייט זיי נישט. אנדערע פגר'ן צו זיין איינגעגלידערט און ס'געלונגט זײ נישט. אפגעזען וואס מען האלט פונעם סיסטעם, איז כולי עלמא מודי אז דער סיסטעם באפאסט זיך בלויז מיטן כלל. ס'קען נישט דעקן יעדער יחיד. נאכמער, מעצם מהותו 'מוז' עס אויסשפייען א געוויסע צאל יחידים, זייער דורכפאל איז גאר א חלק פון הצלחת הסיסטעם.

איז אזוי, לאמיר רעדן על הצד אז דער סיסטעם איז יא דער דרך המלך, צו גאט און צו לייט. אויב טרעפסטו זיך פון די ארויסגעפאלענע האסטו צוויי ברירות, אדער ווייטער בלייבן טריי דעם סיסטעם און איר דינען מיטן בלייבן אין דער ערד, אדער הייב אויף די הענט צום הימל און זאג: אבי שבשמים, דו ווייסט אז איך וואלט גערן געוואלט זיין פון דיין אויסדערוועלטע הייפל, אבער אז דו ווילסט אנדערש בין איך מבטל רצוני לרצונך, אז ס'מיר נישט באשערט צו זיצן בעילא דרתא וועל איך מיך באקוועם מאכן אין דער צוויטע שורה.

איך האב א נאנטער חבר, שחביב עלי כנפשי, וואס שטייט אין אזא מצב, האב איך אים אזוי געזאגט: דו, פונקט ווי יעדער מענטש, האסט פארטיילן און נאכטיילן. תכלית הדברים ביסטו א פיינער מענטש, נאר ווענדט זיך פאר וועמען; אין אונזער סאסייטי האסטו כעת נול ווערד, אבער ביי די ארץ ישראל'דיגער מזרחיסטן האסטו, לפי טבעך מזגך ומצבך, זייער גוטע שאנסן. שמים וארץ עדים אז דו האסט געטון דיין פליכט פארן געזעלשאפט און ביסט אונז מער גארנישט שולדיג. האסט דער פולער רעכט אוועקצוּווארפן דעם שטריימל, אראפנעמען בארד און פיאות, און פרובירן דיין גליק אויף נייע ברעגעס. גאט וועט פארשטיין און מוחל זיין.
אוודאי קענסטו אויך ווײטער דא בלייבן און זיין באקאקט, איך וועל דיר בכל מקרה ווײטער ליב האבן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 1:43 pm

היינט נאכט איז די חמשה עשר באב BangitOut פארטי. אנשטאט זיצען אויף די אינטערנעט גיי אהין און גארטל דיך אן די שטארקייט פאר dating און א אפענע פארום. כאטש לכאורה גייסטו נישט טרעפען דיין באשערטע דארטן. (זיי שרייבן אז זיי האבן 22 חתונות צו פארדאנקען זייערע פארטיס, וואס איז גאנץ א שוואכע נומער נעמענדיג און בארטראכט וויפיל סינגלס קומען צו די אווענט) און קיין סאך היימישע וועסטו זיכער נישט זעען דארט. אבער די וועסט זיך אויסלערנען שמועסן און פלירטן. שטופ זיך דערצו. שטארק זיך דערצו. חזקו ואמצו. די ציל איז זאלסט זיך ברענגען צו ווערן כאחד האדם הראשון און נישט זיצען און ווארטן פאר די שדכן.. דאן וועלן דיינע אויסזיכטן זיך זיכער הייבן מיט צייט.

גראדע בין איך יארן צוריק געגאנגען מיט א חבר וואס האט געדארפט א wingman און ער איז שפעטער ארויס אויף א מער ערענסטע date מיט א מיידל ווען ער האט דארט געטראפען. היינט מיט די סמארט פאונס און קעימארעס וואלט איך שוין נישט געגאנגען. אבער איך בין זיכער קענסט דיך טרעפען נאך א גרוש וכו' מיט וועם צו גיין.

http://www.bangitout.com/tubav-party-nyc/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יאסל ראקאווער אום דינסטאג אוגוסט 08, 2017 8:33 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך diff » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:10 pm

אישתישבי האט געשריבן:איז דא מער עלטערע בחורים ווי עלטערע מיידלעך?

אויב יא, וואס קען מען באמת טוהן?

אויב נישט, פארוואס קאמפלעינען נישט די עלטערע מיידלעך?

ביי חסידים איז דא מער יונגלעך און ביי ליטאים מער מיידלעך Talk about racism amongst us
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 9:27 pm

געוואלדיג האט געשריבן:ער בעהט נישט טוה פאר מיר, ער בעהט, איך בין נישט דער איינציגסטער, טראכט פון דיינע באקאנטע גרושים, און טוה פאר זיי, מיינע באקאנטע זאלן טוהן פאר מיר.

אויסגעוועלטע מענטשן האקט.

געוואלדיג: איך האב געלערנט פשט אין זיינע ווערטער אז ער בעט (גארנישט ראנג) אז היות מ'קען גרושים און גרושות...א יעדער גרוש האט דאך א גרושה... כלשונו...! ממילא זאלל מען אנהייבן טראכטן פון שידוכים פאר איהם. און אויך פאר אנדערע גרושים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל

הודעהדורך תנחום » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:20 pm

כ'פארשטיי נישט פארוואס אין די היינטיגע מאדערנע וועלט האט נאך קיינער נישט אויפגעשטעלט א אנליין דאטאבעיס פון חסידישע בחורים און מיידלעך ווי יעדער וועט קענען פאוסטן אין זעהן די נעמען, זאכן וואלטן זיך גערוקט אסאך שנעלער. אנשטאט איז געבליבן ביים אלטען עפאכע פון "מויל-צו-אויער"... אנשטאט צוזאגן צען טויזענט דולר פאר ווער ס'טרעפט א שידוך פאר אן אלטע מיידל זאל מען אינוועסטירען די געלט אין מער ווירקזאמע און ווייט-גרייכענדע מיטלען
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:40 pm

תנחום: דו ביסט 100% גערעכט. נאר איך מיין אז איינס פון די סיבות פארוואס דאס איז טאקע נאכנישט געשעהן איז, ווייל אונז אידן האמיר א מחלה אז א יעדע נייע זאך וואס וואלט אפשר געווען א געוואלדיגע תועלת פאר'ן רבים ווערט באלד פארשריגן דורך געוויסע קראנקע עלעמענטן אז דאס גייט חרוב מאכן אידישקייט. און ס'איז אקעיגן די הלכה. זיי ווייסן נאר נישט וועלכע הלכה. אבער קודם שרייען זיי און מאכן אן א טומל. וואס דארפסטו א גרעסערע ראי' ווי די פאררוקטע און פארשאלטענע שומרים קארטלעך, וועלכע רופן אפן די קינדער צו ווידערשפעניגן די עלטערן און רעדן מיט חוצפה צו א יעדן עלטערן מענטש. ווען דאס איז דאך זיכער אקעיגן די תורה. ס'איז פונקט אזוי ווי איינער וועט גיין שעכטן א חזיר. ער וועטציך אנטון א גארטל און זאגן די ברכה על השחיטה מיט גרויס כוונה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14039
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9142 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט