איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

איך בין דיין באקאנטער, טראכט פון מיר

שליחה דורך געוואלדיג »

באקומען אין אישי, מיט א ביטע צו ארויף שטעלן, נעמט די עטליכע מינוט און ליינט דאס


איך בין שוין א גרוש פאר א שיינע פאר יאר און איך האב נאך קיינמאל נישט גענומען די פעדער אין האנט צו שרייבן פון מיין עקספערטיז אין די גאנצע נושא, אבער די וואך ליינענדיג אינע'ם אמי וועגן די שידוכים קריזיס האט מיך עס געכאפט, האב איך שוין געמוזט שרייבן וועגן מיין לעבן אביסל.

איך האב חתונה געהאט ביי די צוואנציג און געווען חתונה געהאט פאר א קליין ביסל צייט און נאכדעם האב איך מיך גע'גט, (אזוי ווי יעדע גט שרייט דער אז יענער איז שולדיג און דער אז יענער איז שולדיג אבער איך וויל נישט אריינגיין אין דעם).

ביי מײן גט האבן מיינע חברים און משפּחה אנגעווינטשען אז 'די שמחה זאל ברענגען נאך שמחות' און איך זאל טרעפן מיין באשערטע וואס שנעלער, 'דו ביסט א עכט נארמאלע אינגערמאן' האבן זיי צוגעלייגט, איך האב אויך אזוי געהאפט און געמיינט.

למעשה איז שוין היינט אריבער עטליכע יאר און איך בין נאך אלץ אליין, אנפאנג האב איך עס אנגענומען אלץ א גוטע זאך אז איך זאל קענען אביסל זיך אויס'בחור'ן ( אזאך וואס איך האב נישט געטוהן געהעריג זייענדיג א בחור -לערנענדיג אין א ישיבה אלע יארן-) ווי נישט ווי בין איך שוין געווען חתונה געהאט און איך מעג שוין דרייוון, האבן א פאון, האבן א דשאב, און אלעס וואס קומט מיט מיט'ן דיעל.

אזוי איז אדורך א יאר און נאך א יאר מיינע חברים האבן שוין אפגעשוירן, מיינע אינגערע געשוויסטער האבן חתונה און איך בחור אוועק.

איך האב ב"ה א דשאב, א קאר, טאטע, מאמע, און די לעבן גייט גוט "מ'טשילט"....

ביז די וואך ליינענדיג אין די AMI די הארצרייסנדיגע ביישרייבונג פון שראליק וועלכע איז ארויסגעקומען אין פובליק איבער זיין פראבלעם אז ער איז שוין זעקס און דרייסיג יאר און נאך אלץ א בחור, האב איך אריינגעטראכט און מיין מצב.

שוין דריי יאר וואס איך בין גע'גט און איך האב מיך ס"ה געטראפן מיט איין מיידל (וואס איז למעשה גארנישט געווארן), ווי איז מיין האפענונג, ווי איז מיין פיוטשער, קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט וועל איך נאך אמאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, וועל איך נאך האלזן מיין אייגן קינד, ווי לאנג וועט עס נאך דויערן????

ס'איז היינט א שווערע וועלט מיט נסיונות, איך וויל ווייטער האלטן מיין אידשקייט אויף א הויכע סטאנדארד אבער די "בלא אשה" איז א גרויסע שטער.

"לא טוב היות האדם לבדו" שטייט נאך בעפאר 2017 און אוודאי יעצט 2017.

אלזא טייערע חברים, ענק האבן עקסטרע צייט אין טאג (והא ראי' אז די לייענסט דאס) טראכט אביסל פון דיינע חברים גרושים, יעדע גרוש האט א גרושה טראכט ווער וואלט געקענט זיין פאסיג און טראג עס אן, "יא דו קענסט".

איך וועל מסיים זיין ס'יעצט חמשה עשר באב וואס "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב שבהם..." איז פרוביר צו צאמשטעלן א דעיט אזוי זאל קענען ווערן שידוכים.

און די אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל אויפגעראכטן ווערן מיט וואס ער דארף בקרוב ממש.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר