דשואיש גאט טעלענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

דשואיש גאט טעלענט

שליחה דורך ווייל אזוי »

אין די גוישע וועלט לויפט שוין א תקופה פון א שיינע פאר יאר "אמעריקע געט טאלאנט" אויך איז שוין דא "בריטיש געט טעלאנט" ווי מענטשן מיט טאלאנט אדער זיי מיינען אז זיי פארמאגן שפילן אויס זייער טאלאנט און עטליכע ריכטער וועלן אויס א געווינער, [tag]בעל מדות[/tag] האט דא זייער שיין באשריבן אלעס ארום דעם.

פאריאר און אפשר נאך פארדעם האבן עטליכע אידן אויך אויספרובירט זייער טאלאנט אבער נישט פון דעם רעד איך.

פון וואס רעד איך? איז אזוי:
אנפאנג יאר האט וועלוול פעלדמאן געמאלדן אויף קול מבשר אומשולדיג'עהייט אז ער, משה קרויס, און נפתלי משה שניצלער לאונטשען א כשרונות פראיעקט ווי מ'וועט קענען אריינשיקן ניגונים ווי ס'איז אויך געווען שיין באשריבן אין די כשרונות אשכול, נאכדעם האבן זיי צוגעלייגט נאך פיהר וואכן פאר גראמען כשרונות, וואס ביידע זענען געווען גאר סוקסעספול.

און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז אזויפיל היימישע מענטשן האבן טאלאנט פון זינגען און גראמען און זיי האבן נישט געהאט ביז יעצט וואו עס אויסצוגעבן.

נאך די סוקסעספולע נגינים כשרונות פראיעקט האט וועלוול פעלדמאן געמאלדן אין א אינטערוויא אויף קול'מע אינטערוויא #1626 אז כשרונות גרייט צו עפענען א אידישע גאט טעלאנט ווי מ'וועט קענען ארויסגעבן אלע מינע טאלאנטן נישט נאר נגינה, אויף דערווייל פאנגט מען אן אויף קול מבשר און מ'וועט נאר קענען אריינשיקן טאלאנט מיטן מויל און ס'איז אויפן פלאן צו אנפאנגען מיט מאלן, טאנצן, קונצן און וואס נישט.

יעצט בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי ס'וועט זיך אויסארבייטן

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר