מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:52 am

נעכטן אינדערפרי תיכף נאכן דאוונען איז מיר אויס געקומען צו שפאצירען אויפ ניו יוטריקט אין 52, כ׳בין עפעס געווען אין א הייליג גיסטע, געפיהלט נאנט צום באשעפער, פונקט יענער רגע שפאציער איך אדורך די טע״ג אפיס, שמער שווייניגער ס׳גייט מיר אדורך א מחשבה.
שטאפענע, האסט טאקע א פילטער אבער לאמיר זיך מקדש זיין, לאמער טוען מער וואס ס׳באקוועם, ס'איז דאך חודש אלול, אפי די פיד אין וואסער ציטערן,לאמער רייסן שטיקער פאר השי״ת אין פאר הערשל שרייבער, כ׳גיי ארויף לייגן א געהעריגע פילטער, אין ניצן דע סעלל ווינציגער אויפ באקוועמליכקייטן.

כשפאציר אריין אינעם טע״ג אפיס, כ׳דערקען די אפיס פונעם בילדער פונעם מעמד קביעת מזוזה מיטן סקולענע רבין.
כ׳בין נתפעאל ביזן קלימאקס, שטיין מאמעס מיט קערידזעס, מיידלעך, יעדער איז דא אויף איין ציעל, יעדער גייט ארויס פונעם קאמפערט זאון פארן באשעפער.

זיצט א עלטערע פעשליכע איד ביים פראנט דעסק.
איך שפאציער צו געמיטלעך.

גוט מארגן, כ׳וויל לייגן א בעסערע פילטער אויפן סעלל.

-ווי הייסטו?
״שטאפענע״
-ווי וואינסטו,
״דא אין בארא פארק״
-חכם איינער, וואס דיין פונקטליכע אדרעס?
מיט א דרך ארצדיג טעון פרעג איך "סארא חילוק ווי איך צאל רענט? וואס האט דאס אלץ מיטן פילטער?"
-ס׳הייסט מדארף אריין לייגן אונעם סיסטעם.
שוין, זאל זיין. (כ׳געב עיהם מיין פונקטליך אדרעסס).
-ווי געהערסטו?
(דא האב איך שוין געשפירט אביסעל אז סאיז חוצפה, סארא קשר האט מיך וועלען זיין הייליג ווי איך געהער?)
אבער ווי נישט ווי דארף מען דרך ארץ צו א עלטערע איד, כ׳ענטפער זיינע פארגעס ווי א חדר אינגעל אונעם מנהל אפיס.
נאך באקומען מיין בילעט ווארט איך אויס מיין ראיה,
אין.... בילעט 72.

כ׳גיי צו צום טיש, כ׳זעץ זיך אנידער, אין כ׳לייג אראפ מיין סעלל פאר א אינגערמאן א פיפעל, א שמוטשיק, נישט געטויגט אין B&H, האט עיהם הערשל שרייבער ארויפ געלייגט אויפ פעי ראול אין טע״ג.
פיפעל: יא, ווי קען איך דיר העלפן?
שטאפענע: כוויל לייגן א פילטער,
פיפעל: נאר אימעיל?
שטאפענע: ניין, אימעיל, וואטס עפפ, טעלעגראם, אינסטגרעם, יו טוב.
פיפעל: פששש, אז די האסט וואטס עפפ וואס דארפסטו טעלעגראם?
שטאפענע: פשוט כהאב קליענטען אויפ טעלעגראם (ב״ש)
פיפעל: אה, איז פארוואס דארפסטו וואטס עפפ?

כטראכט צו מיר סיג לחכמה שתיקה, כ׳גיי נישט ענטפערן דער צוציק וואס ע״פ חשבון די יארן וואלט איך עיהם געקענט מאכן.

כ׳וויל פאר א רגע מפסיק זיין, סק'ען מיר איינער מסביר זיין די חוצפה,
כפארשטיי נישט, כהאב ביי די געפרעגט? די שטעלסט צו סערוויס, כגיי צאלן דערפאר חודשלך, וואס איז דיינע געשעפטן?
כוויל זיין פרום יעצט? וואס האסלטו מיר פאהר?
אזא ברוכים הבאים דארף איך באקומען ווען כוויל לייגן א פילטער?

פיפעל: דארפסט האבן עקסעס צו נייעס וועב זייטלעך?
ודאי
נאר אידישע? ניין אויך גוישע
יא? אויך גוישע?
האסט נישט געהערט? נעם ארויס די וואטער פונעם אויער, מפגר.
וואס איז מיט שאפינג?
וודאי, כ׳פארקויף אויף עמעזאן פאר א סייד דזאב (כהאב נישט קיין בלאסן אנונג וואס דאס מיינט אפי)
למשל קליידער געשעפטן ווי מעסיס דארפסטו אויך אפען?
דא האב איך זיך שוין געשפירט ווי א געהעריגע גוי, כ׳האב געפילט כדארף עפעס נאך געבן פאר דער ראצע,
״נעה מעסיס? קענסט פארמאכן, כדארף נישט עקסעס״

אקעי, אהער מיטן סעלל,
וואס? פארוואס? קען נישט מאכן דא אויפן פלאץ?
ניין, די LAB איז אין די בעק, (לאל, לעב, כאילו זיי האבן דא א שטאב פון געלערנטע גוים מיט ריזיגע כלים שונים, בס״ה נאך א סקווירא דפוק מיט א לעפטאפ)

כ׳געב עיהם איבער מיין סעלל מיט ציטערדיגע הענט, דארט איז פארהאן אלע פעסווארטס, לאג אן, בילדער, באנק עקסעס, היסטארי,
ער כאפט עס אן כאילו ס׳וואלט געווען עפעס א געניצטע טישו, אין בעהט מיר לייג אריין די פעסווארט.

אום-באקוועם איז א אנדערסטעיטמענט, צוויי קינדער גיין האבן עקסעס צו מיין לעבן, פארוואס פארווען? אבער א ברירה האט מען?
כציטער אין די הויזן יעדער רגע, פאר נעווערזקייט האב איך נישט אפי געקענט ארויס נעמען סעלל אזוי ווי איך טוע געווענדליך. סאיז דאך אין די LAB.

נאך לאנגע מינוטן קומט ער צירוק מיטן סעלל אין דערלאנגט מיר עס,
דא האסטו.
כנעם צירוק מיין שטיף-קינד אין די הענט אריין, אין סווערט מיר שווארץ, עפפס פעהלן, עפעס ארום געריקט,
כטריי אינסטעגרעם אין גארנישט ער איז פארשפארט, ״אנטשולדיגט אינסטעגרעם איז פארשפארט, כדארף עס פארן ביזנעס,
דער דפוק שרייט הויך אין די ריכטונג פונעם LAB, משה, ער דארפ אינסטעגרעם אפען, כ׳האב געוואלט אנזינקען פאר בושה, יעדער שוואגענדיג פרוי אין די טע״ג אפיס דארפ יעצט וויסן אז איך דארף אינסטעגרעם אפען.
דער מענעדזער פונעם LAB קומט צו גיי מיט א בייז פנים כאילו כהאב עיהם באגנבט, יא, סאיז אפען (ח״ו נישט ארויס זאגן די ווארט)
איך נעם ארויס סעלל אין כ׳טריי נאכאמאל, אינסטעגרעם איז פארהאקט ווי מיט א שלאס.
כ׳מאך אויפ מערקזאם פארן טע״ג אגענט, ר׳ איד כדארף אינסטעגרעם אפען.
נישט קוקענדיג אויף מיין פרצוף נאר פארזינקען אין זיין סקריין געבט א מערמעל ארויס ״געב עס אפאר מינוט, עס געדארט צייט ביז עס ריפרעשט״.
אקעי, דערווייל גיי איך זעהן די נעקסטע קאסטעמער, טאמער איז עס נישט אפען רופ אריין די טע״ג נומבער אין זיי וועלען עפענען.
פארשטייט זיך אז אינסטעגראם איז געבליבען פארמאכט אין איך האב גערופן די טע״ג אפיס.
א מיידעל פון 17 הייבט אויפ אין כ׳בעהט שיין טאמער מ׳קען מיך עפענען מיין אינסטעגראם, זי פרעגט טאמער איך דארפ עס אפען פאר אייביג אדער נאר פאר אפאר שעה.
אקיצור זי לייגט מיר אויפ hold אפאר מינוט, מאכט מיר פיהלן ווי א צווייטע קלאס קאסטעמער אין קומט צירוק אז סאיז אפען.
חוזר חלילה, סאיז גארנישט אפען,
דא האבן מיינע נערווען געפלאצט, כרופ צירוק מיט א האס אין בעהט מזאל מיר אראפ נעמען די גאנצע פילטער אין גוטשאבעס. זאגט די מיידעל, מקען נאר עפענען די פילטער אבער כדי אראפ צו נעמען אינגאנצן דארפ מען אריין קומען אונעם טע״ג אפיס כאפן בושות פון א סקווירא אינגערמאן.
כוויל נישט אריין גיין בכלל אז די טעלעפון איז מיר געווארן שטארט אין אז יעדער פאר מינוט קומט ארויס א באקסל אריין צו לייגן עפעס א פראקסי מיט א פעסווארט.

מיין פראגע דא איז, ענק שטעלן צו א אפיס כדי די עולם זאל לייגן פילטערס? בכבוד גדול (איי דער אינגערמאן האט כסדר געשפילט כאילו ער טוט עס לשם מצווה, אין כזאל פארשטיין אז סנעמט צייט, שקר האט נישט קיין גבול; זיין אלע זיצן אויפ פעי טשעקס)
אבער אז די טוסטו שוין יא פארן כלל, זיי מוחל טוע עס אינגאנצן, מאך נישט שטאפענע זאל זיך פיהלן אומבאטאמט, שטעל ארויפ אינגערלייט וואס ווייסן ווי אזוי מלייגט ארויפ א פילטער נישט א אינגערמאן וואס קען פילטערס ווי איך קען קאפישניץ רבי.
אין אחרון חביב פרעג מיר נישט אויס פארוואס אין פאר ווען איך דארפ עפפס, ס׳איז נישט דיין ביזנעס. איך צאל פארו פילטער טוע וואס מהייסט אין קאט די עטיטיוד.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 510 מאל

הודעהדורך יתרו » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:29 am

זייער זיס און ביטער
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:10 am

דאנק כאטשיג אז טעג האט דיר געעפענט וואס די האסט געוואלט... מיך האט די שטרענגע מנהל פון חדר גארנישט געלאזט האבן כמעט, חוץ אימעיל מיט א קעלקיולעטער. דאס איז חוץ פן מיר מאכן שפירן ברבים ווי א טאטאלע משוגענע, בלויז פארן פארשלאגן איך וויל ניצן א כשרע שטרענג געפילטערטע בראוזער!

צרת רבים חצי נחמה...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:15 am

מיינע בושות בין איך אפגעקומען מיט'ן פארלאנגען קאווע שטיבל אפען...
די זעלבע מעשה ווי שטאפענע די שטיבל איז געבליבן פארמאכט, אבער ולא הביישן למד מיט גרויס מי און מיט בושות איז עס געפענט געווארן.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1025 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1061 מאל

הודעהדורך גראף » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:36 pm

מען קען נישט פארלאנגען אז טעפטאלק זאל בלייבן אפען?
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך א שרייבער » דינסטאג אפריל 03, 2018 3:42 pm

איינער מיט א גוטן פילטער וואס מען קען דאונלאדן אנליין?

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
באניצער אוואטאר
א שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:48 pm

איך מיין אז gentech קען מען דאונלאדן אנליין
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1647
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 845 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך אלבערט איינשטיין » זונטאג יוני 21, 2020 7:35 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז gentech קען מען דאונלאדן אנליין
Gentech איז די ווארט!
דאס איז פונקט גוט פאר איינער וואס דארף א פילטער אבער ער וויל רעדן צו נאמאלע מענטשן אן קיין בזיונות אזויווי ער האט געשילדערט. אלעס גייט אדורך די פאון אדער אימעיל. אפי' ארויף לייגן און אראפ נעמען די פילטער. זייערע ציל איז דא קלאר צו צופרידן שטעלן די קאסטומער.


Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אלבערט איינשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך אלבערט איינשטיין » זונטאג יוני 21, 2020 7:36 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איך מיין אז gentech קען מען דאונלאדן אנליין
Gentech איז די ווארט!
דאס איז פונקט גוט פאר איינער וואס דארף א פילטער אבער ער וויל רעדן צו נאמאלע מענטשן אן קיין בזיונות אזויווי ער האט געשילדערט. אלעס גייט אדורך די פאון אדער אימעיל. אפי' ארויף לייגן און אראפ נעמען די פילטער. זייערע ציל איז דא קלאר צו צופרידן שטעלן די קאסטומער.


Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אלבערט איינשטיין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך פארווע חסיד » מאנטאג יוני 22, 2020 10:24 am

איך בין אמאל אריין מיט א phone נישט גיבעהטען קיין פילטער , נישט גיבעהטען קיין סטיקער , בלויז גיבעטהען א טובה ער זאל בלקירן פאר מיר די browser , איך גיי אוועק אין איך דערזעי מיר אן Telegram ...
גלייך ציריק גיין, איז שוין נישט שייך גיוועהן, נאכען פארברענגען א שעה אויב נישט מער דארט , איך גיי ציריק א זונטאג דערויף אין איך בעט אים שיינערהייט ער זאל מיר דאס ביטע ציריק עפענען
א קאלטע ניין איז גיוועהן זיין באלדיגע ענטפער ...(איך בין בטבע נישט קיין קריגער ) זאג איך , דעמאלט זייט מוחל אין נעמט עס אראפ ,
ערלעדיגט גיט אהער אייער פאהן ....... עד כאן המעשה .
פארווע חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:01 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מאנטאג יוני 22, 2020 10:56 am

אויפ'ן קומפיוטער נוץ איך Techloq און כ'בין זייער צופרידען, וכמה מעלות טובות:
מ'דארף נישט רעדן צו קיינעם, פון עפענען אן אקאונט ביזן בעטן עקסעס צו בלאקירטע סייטס, אלס ווערט געמאכט אנליין, גרינג און שנעל.
ביליג(ער ווי אנדערע) 9.49 א חודש אדער 99 א יאר.
דערווייל האבן זיי נישט פאר קיין פאון'ס.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מאנטאג יוני 22, 2020 6:27 pm

לאמיר מיטטיילן מיין עקספיריענס:

אויף מיין סעלפאון האב איך אלס געהאט 'עפל רעסטריקשענס' וואס איז אייגענטליך זייער א גוטע פילטער. איך האב צוטיילט די פעסווארד מיט מיין ווייב, איך האב געהאט צוויי נומבערס, און זי די אנדערע צוויי. (דאס איז אגב אויף זייער א גוטע איידיע, און ארבעט פיין פאר געזונטע מענטשן וואס זוכן נישט צו אויסשפילן די סיסטעם) אויף מיין לעפ-טאפ האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין פילטער.

נאכדעם וואס מיין דיין האט מיר באגאסן מיט פרעשור, האב איך געלייגט אויף מיין לעפ-טאפ די GENTECH פילטער. דא איז די פלאץ טאקע זיי צו באדאנקן, זיי גיבן גאר העפליכע סערוויס. די איינציגסטע פראבלעם מיט זיי איז געווען אז קאווע שטיבל איז געווארן פארהאקט, אבער נאך איין אימעיל, האב איך באקומען א קאלל פון זייער אפיס און נאך צוויי מינוט האב איך באקומען צוטריט צו אונזער שטיבל דא.

מיין דיין האט געזאגט אז איך מוז גיין צו טעג פאר מיין סעלפאון, און ער מוז הערן פון זיי אז איך בין מסודר.

קום איך אריין צו זייער אפיס, און איך זאג זיי אז איך דארף א פילטער. נאכ'ן זעהן אז איך האב א אייפאון זאגן זיי אז די בעסטע פילטער וועט זיין די 'עפל רעטירקעשנס', זאג איך זיי אז דאס איז גענוי וואס איך האב איצט. טענה'ט ער אז ביי זיי איז עס בעסער ווייל זיי האבן די פעסווארד.

שוין, איך בין כמעט איינגעגאנגען דערויף, ער נעמט די פאון און פרעגט מיר צו איך דארף אינסטיגרעם און וואטס עפפ, נאכ'ן זיך שלאגן מיט אים פאר עטליכע מינוט אז איך דארף אינסטעגרעם פאר ביזנעס, האט מיר דער אינגערמאנטשיק עס דורכגעלאזט און געגיבן רשות עס צו האבן. אבער די 'עפפ געשעפט' דאס שוין נישט. ער קען מיר בשום אופן נישט מאכן די פילטער אויב לאז איך די עפפ סטאר, ווייל איך קען אליינס דאונלאודן עפפס... דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, יעדע מאל איך וויל דאונלודן אן עפפ, א סידור צו סיי וואס, דארף איך אריבערגיין צו זיי אין אפיס און זיי וועלן מיר דאונלאודען די עפפ. איך האב געכאפט מיין כלי און ארויס פון דארט, איינזעהנדיג אז א סערוויס פאר די קאמיוניטי זענען זיי נישט, וואס יא? איך ווייס נישט.
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 22, 2020 7:48 pm

זייענדיג א שטיקל גיק (geek) אין טעכנאָלאָגיע האב איך אלס בחור געארבעט אין א טעג אפיס (כ'גיי נישט זאגן ווי מחמת גילוי...), איין זאך קען איך זאגן: זיי האבן באקומען פון אנפאנג די גרעסטע און אפענסטע באדשעט פון סיי וועלכע ארגאניזאציע, אבער זיי האבן אויפגעשטעלט א אומקאפעטענטע ארגאניזאציע, מיט שטותים'דיגע רעגולאציעס.

רוב אינגעלייט (וואס האבן דאן געארבעט) האבן נישט געוואוסט וואס מיינט פייערפאקס און ענדראיד עי פי קעי (apk)!

זיי האבן רעגולאציעס ווי למשל נישט געבן פילטערס פאר בחורים.... פרובירן יענעם מזכה זיין מיינט שטערקערע פילטער..... זיך איינטענה'ן צו פארמאכן רוב סייט'ס (נאך פארן אויסהערן ווילן זיי דו זאלסט נעמען א "ווייט ליסט" פילטער)...... נישט אראפנעמען ווען מ'בעט...... קהילות......


אזויפיל יא, היינטיגע טעג לייגן זיי פריוואטע קאמפעניס פילטערס וואס זיי שטעלן שוין יא צו (בדרך כלל) גוטע סערוויס.
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך ישן מלא חדש » מאנטאג יוני 22, 2020 8:57 pm

וואס איז די סברה פון נישט לייגען פילטערס פאר בחורים? וואס דען אן א פילטער איז בעסער?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

הודעהדורך פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 22, 2020 10:25 pm

זיי האלטן אז דאס וועט געבן לעגיטימאציע פאר בחורים צו האבן א סמארטפאון (דהיינו אז עס איז נישט קיין פראבלעם, וויל מ'קען עס פילטערן ביי טעג), עס איף ווי ליוו אין 2005.....

[8 יאר צוריק ווען עס איז נאכנישט קלאר געווען די מצב און מען האט נאך געהאלטן אנהייב, האב איך עס געקענט פארשטיין, אבער עםםם כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו זאגן, אבער ס'איז 2020 אלע עלטערע בחורים האבן (אדער ווילן שטארק האבן) א סמארטפאון......]
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 231 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

הודעהדורך מה בכך » מאנטאג יוני 29, 2020 1:22 am

איך ניץ טעקלאג פאר מיין לעפטאפ און איך בין זייער צופרידן דערפון‚98 פראצענט וועבסייטס עפענען זיי אונטער 10 סעקונדעס און עס מאכט בכלל נישט סלאו די לעפטאפ.
מה בכך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט