מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

מיין עקספירינעס אין די טע"ג אפיס

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

נעכטן אינדערפרי תיכף נאכן דאוונען איז מיר אויס געקומען צו שפאצירען אויפ ניו יוטריקט אין 52, כ׳בין עפעס געווען אין א הייליג גיסטע, געפיהלט נאנט צום באשעפער, פונקט יענער רגע שפאציער איך אדורך די טע״ג אפיס, שמער שווייניגער ס׳גייט מיר אדורך א מחשבה.
שטאפענע, האסט טאקע א פילטער אבער לאמיר זיך מקדש זיין, לאמער טוען מער וואס ס׳באקוועם, ס'איז דאך חודש אלול, אפי די פיד אין וואסער ציטערן,לאמער רייסן שטיקער פאר השי״ת אין פאר הערשל שרייבער, כ׳גיי ארויף לייגן א געהעריגע פילטער, אין ניצן דע סעלל ווינציגער אויפ באקוועמליכקייטן.

כשפאציר אריין אינעם טע״ג אפיס, כ׳דערקען די אפיס פונעם בילדער פונעם מעמד קביעת מזוזה מיטן סקולענע רבין.
כ׳בין נתפעאל ביזן קלימאקס, שטיין מאמעס מיט קערידזעס, מיידלעך, יעדער איז דא אויף איין ציעל, יעדער גייט ארויס פונעם קאמפערט זאון פארן באשעפער.

זיצט א עלטערע פעשליכע איד ביים פראנט דעסק.
איך שפאציער צו געמיטלעך.

גוט מארגן, כ׳וויל לייגן א בעסערע פילטער אויפן סעלל.

-ווי הייסטו?
״שטאפענע״
-ווי וואינסטו,
״דא אין בארא פארק״
-חכם איינער, וואס דיין פונקטליכע אדרעס?
מיט א דרך ארצדיג טעון פרעג איך "סארא חילוק ווי איך צאל רענט? וואס האט דאס אלץ מיטן פילטער?"
-ס׳הייסט מדארף אריין לייגן אונעם סיסטעם.
שוין, זאל זיין. (כ׳געב עיהם מיין פונקטליך אדרעסס).
-ווי געהערסטו?
(דא האב איך שוין געשפירט אביסעל אז סאיז חוצפה, סארא קשר האט מיך וועלען זיין הייליג ווי איך געהער?)
אבער ווי נישט ווי דארף מען דרך ארץ צו א עלטערע איד, כ׳ענטפער זיינע פארגעס ווי א חדר אינגעל אונעם מנהל אפיס.
נאך באקומען מיין בילעט ווארט איך אויס מיין ראיה,
אין.... בילעט 72.

כ׳גיי צו צום טיש, כ׳זעץ זיך אנידער, אין כ׳לייג אראפ מיין סעלל פאר א אינגערמאן א פיפעל, א שמוטשיק, נישט געטויגט אין B&H, האט עיהם הערשל שרייבער ארויפ געלייגט אויפ פעי ראול אין טע״ג.
פיפעל: יא, ווי קען איך דיר העלפן?
שטאפענע: כוויל לייגן א פילטער,
פיפעל: נאר אימעיל?
שטאפענע: ניין, אימעיל, וואטס עפפ, טעלעגראם, אינסטגרעם, יו טוב.
פיפעל: פששש, אז די האסט וואטס עפפ וואס דארפסטו טעלעגראם?
שטאפענע: פשוט כהאב קליענטען אויפ טעלעגראם (ב״ש)
פיפעל: אה, איז פארוואס דארפסטו וואטס עפפ?

כטראכט צו מיר סיג לחכמה שתיקה, כ׳גיי נישט ענטפערן דער צוציק וואס ע״פ חשבון די יארן וואלט איך עיהם געקענט מאכן.

כ׳וויל פאר א רגע מפסיק זיין, סק'ען מיר איינער מסביר זיין די חוצפה,
כפארשטיי נישט, כהאב ביי די געפרעגט? די שטעלסט צו סערוויס, כגיי צאלן דערפאר חודשלך, וואס איז דיינע געשעפטן?
כוויל זיין פרום יעצט? וואס האסלטו מיר פאהר?
אזא ברוכים הבאים דארף איך באקומען ווען כוויל לייגן א פילטער?

פיפעל: דארפסט האבן עקסעס צו נייעס וועב זייטלעך?
ודאי
נאר אידישע? ניין אויך גוישע
יא? אויך גוישע?
האסט נישט געהערט? נעם ארויס די וואטער פונעם אויער, מפגר.
וואס איז מיט שאפינג?
וודאי, כ׳פארקויף אויף עמעזאן פאר א סייד דזאב (כהאב נישט קיין בלאסן אנונג וואס דאס מיינט אפי)
למשל קליידער געשעפטן ווי מעסיס דארפסטו אויך אפען?
דא האב איך זיך שוין געשפירט ווי א געהעריגע גוי, כ׳האב געפילט כדארף עפעס נאך געבן פאר דער ראצע,
״נעה מעסיס? קענסט פארמאכן, כדארף נישט עקסעס״

אקעי, אהער מיטן סעלל,
וואס? פארוואס? קען נישט מאכן דא אויפן פלאץ?
ניין, די LAB איז אין די בעק, (לאל, לעב, כאילו זיי האבן דא א שטאב פון געלערנטע גוים מיט ריזיגע כלים שונים, בס״ה נאך א סקווירא דפוק מיט א לעפטאפ)

כ׳געב עיהם איבער מיין סעלל מיט ציטערדיגע הענט, דארט איז פארהאן אלע פעסווארטס, לאג אן, בילדער, באנק עקסעס, היסטארי,
ער כאפט עס אן כאילו ס׳וואלט געווען עפעס א געניצטע טישו, אין בעהט מיר לייג אריין די פעסווארט.

אום-באקוועם איז א אנדערסטעיטמענט, צוויי קינדער גיין האבן עקסעס צו מיין לעבן, פארוואס פארווען? אבער א ברירה האט מען?
כציטער אין די הויזן יעדער רגע, פאר נעווערזקייט האב איך נישט אפי געקענט ארויס נעמען סעלל אזוי ווי איך טוע געווענדליך. סאיז דאך אין די LAB.

נאך לאנגע מינוטן קומט ער צירוק מיטן סעלל אין דערלאנגט מיר עס,
דא האסטו.
כנעם צירוק מיין שטיף-קינד אין די הענט אריין, אין סווערט מיר שווארץ, עפפס פעהלן, עפעס ארום געריקט,
כטריי אינסטעגרעם אין גארנישט ער איז פארשפארט, ״אנטשולדיגט אינסטעגרעם איז פארשפארט, כדארף עס פארן ביזנעס,
דער דפוק שרייט הויך אין די ריכטונג פונעם LAB, משה, ער דארפ אינסטעגרעם אפען, כ׳האב געוואלט אנזינקען פאר בושה, יעדער שוואגענדיג פרוי אין די טע״ג אפיס דארפ יעצט וויסן אז איך דארף אינסטעגרעם אפען.
דער מענעדזער פונעם LAB קומט צו גיי מיט א בייז פנים כאילו כהאב עיהם באגנבט, יא, סאיז אפען (ח״ו נישט ארויס זאגן די ווארט)
איך נעם ארויס סעלל אין כ׳טריי נאכאמאל, אינסטעגרעם איז פארהאקט ווי מיט א שלאס.
כ׳מאך אויפ מערקזאם פארן טע״ג אגענט, ר׳ איד כדארף אינסטעגרעם אפען.
נישט קוקענדיג אויף מיין פרצוף נאר פארזינקען אין זיין סקריין געבט א מערמעל ארויס ״געב עס אפאר מינוט, עס געדארט צייט ביז עס ריפרעשט״.
אקעי, דערווייל גיי איך זעהן די נעקסטע קאסטעמער, טאמער איז עס נישט אפען רופ אריין די טע״ג נומבער אין זיי וועלען עפענען.
פארשטייט זיך אז אינסטעגראם איז געבליבען פארמאכט אין איך האב גערופן די טע״ג אפיס.
א מיידעל פון 17 הייבט אויפ אין כ׳בעהט שיין טאמער מ׳קען מיך עפענען מיין אינסטעגראם, זי פרעגט טאמער איך דארפ עס אפען פאר אייביג אדער נאר פאר אפאר שעה.
אקיצור זי לייגט מיר אויפ hold אפאר מינוט, מאכט מיר פיהלן ווי א צווייטע קלאס קאסטעמער אין קומט צירוק אז סאיז אפען.
חוזר חלילה, סאיז גארנישט אפען,
דא האבן מיינע נערווען געפלאצט, כרופ צירוק מיט א האס אין בעהט מזאל מיר אראפ נעמען די גאנצע פילטער אין גוטשאבעס. זאגט די מיידעל, מקען נאר עפענען די פילטער אבער כדי אראפ צו נעמען אינגאנצן דארפ מען אריין קומען אונעם טע״ג אפיס כאפן בושות פון א סקווירא אינגערמאן.
כוויל נישט אריין גיין בכלל אז די טעלעפון איז מיר געווארן שטארט אין אז יעדער פאר מינוט קומט ארויס א באקסל אריין צו לייגן עפעס א פראקסי מיט א פעסווארט.

מיין פראגע דא איז, ענק שטעלן צו א אפיס כדי די עולם זאל לייגן פילטערס? בכבוד גדול (איי דער אינגערמאן האט כסדר געשפילט כאילו ער טוט עס לשם מצווה, אין כזאל פארשטיין אז סנעמט צייט, שקר האט נישט קיין גבול; זיין אלע זיצן אויפ פעי טשעקס)
אבער אז די טוסטו שוין יא פארן כלל, זיי מוחל טוע עס אינגאנצן, מאך נישט שטאפענע זאל זיך פיהלן אומבאטאמט, שטעל ארויפ אינגערלייט וואס ווייסן ווי אזוי מלייגט ארויפ א פילטער נישט א אינגערמאן וואס קען פילטערס ווי איך קען קאפישניץ רבי.
אין אחרון חביב פרעג מיר נישט אויס פארוואס אין פאר ווען איך דארפ עפפס, ס׳איז נישט דיין ביזנעס. איך צאל פארו פילטער טוע וואס מהייסט אין קאט די עטיטיוד.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר